געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון רעכטס שטייען דער סאָוועטישער פֿירער יאָסיף סטאַלין און דער דײַטשישער אויסערן־מיניסטער, יאָאַכים פֿאָן ריבענטראָפּ; דער סאָווaעטישער אויסערן־מיניסטער, וולאַדיסלאַוו מיכאַילאָוויטש מאָלאָטאָוו, זיצט בעתן אונטערשרײַבן דעם סאָוועטיש־דײַטשישן נישט־אַגרעסיע־אָפּמאַך, אין אויגוסט 1939
פֿון רעכטס שטייען דער סאָוועטישער פֿירער יאָסיף סטאַלין און דער דײַטשישער אויסערן־מיניסטער, יאָאַכים פֿאָן ריבענטראָפּ; דער סאָווaעטישער אויסערן־מיניסטער, וולאַדיסלאַוו מיכאַילאָוויטש מאָלאָטאָוו, זיצט בעתן אונטערשרײַבן דעם סאָוועטיש־דײַטשישן נישט־אַגרעסיע־אָפּמאַך, אין אויגוסט 1939
Getty Images

מע זאָגט, אַז די פּאָליאַקן און די רוסן האָבן ווייניק בשותּפֿות, אַ חוץ דער געאָגראַפֿישער בשכנותדיקייט. ס׳איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ גוזמא. ווי אַ ייִד מיט אַ רוסישן מאָגן, בין איך צופֿרידן, למשל, אַז ניט ווײַט פֿון מײַן הויז האָט זיך באַוויזן אַ פּויליש געשעפֿט, וווּ אַ מרה-שחורהדיקע פֿרוי (וואָס רעדט ניט קיין וואָרט ענגליש) פֿאַרקויפֿט אויך צוואָרעך מיט אַ רוסיש-אוקראיִניש-ווײַסרוסישן טעם. ס׳איז ריכטיק, אָבער, אַז קיין גרויסע ליבע איז צווישן די רוסן און די פּאָליאַקן קיין מאָל ניט געווען. און אַז מע רעדט שוין וועגן דעם — איז קיין הייסע ליבע בדרך-כּלל ניט געווען אויך צווישן די רוסישע (ליטווישע, אַ שטייגער) און פּוילישע ייִדן. אָבער דאָס איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך. און הײַנטיקע צײַט, ווען אַלע האָבן זיך איבערגעמישט, האָט עס שוין פֿאַרלוירן אַקטועלקייט.

זייער אַקטועל בלײַבן דערווײַל די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און פּוילן, וווּ — ווי עס ווײַזן די אויספֿרעגן — האַלט מען אָפֿט מאָל איינער דעם אַנדערן פֿאַר אַ שׂונא. מצד די פּאָליאַקן, לכל-הפּחות, אַ היפּשן חלק פֿון זיי, ווערט רוסלאַנד אַסאָציִיִרט מיט קאָמוניזם און טאָטאַליטאַריזם; מיטן מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט; מיט פֿאַרלירן די געגנטן, וואָס זײַנען ביז 1939 געווען אין פּוילן, און מיט אַ סך געשעענישן, וואָס זײַנען כראָנאָלאָגיש ווײַטער אין עבֿר, אָבער סײַ-ווי-סײַ פֿאַרבונדן מיט טיפֿע שראַמען אויפֿן נאַציאָנאַלן פּרצוף פֿון דער האָנאָראָווער פּוילישער נאַציע. וואָס שייך דעם רוסישן צד, קענען זיי ניט פֿאַרטראָגן די פּוילישע "גאווה" און, דער עיקר, פֿאַר ניט הערן קיין גוט וואָרט אין שײַכות מיטן באַפֿרײַען זייער לאַנד פֿון די דײַטשן אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. נאָך מער: ווי אַ "פּאָדזיאַקע", איז פּוילן אַרײַן אין "נאַטאָ" און, בכלל, פֿירט זיך אויף מעשׂה לײַט.

גלײַך ווי אויף צעזעצעניש דעם צד-שכּנגד, האָט זיך אויפֿן וועבזײַטל פֿון דעם רוסישן פֿאַרטיידיקונג-מיניסטעריום באַוויזן אַן אַרטיקל אונטערן טיטל "אויסגעטראַכטע זאַכן און פֿאַבריקאַציעס אין די אָפּשאַצונגען פֿון דער ראָלע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ערבֿ און אין אָנהייב דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה". דער מחבר, סערגיי קאָוואַליאָוו, איז אַ פּאָלקאָווניק און דער דירעקטאָר פֿון דעם פּעטערבורגער אָפּטייל פֿונעם אינסטיטוט פֿון מיליטערישער געשיכטע. דער דאָזיקער טעקסט איז ניט קיין נײַער, ער האָט זיך תּחילת באַוויזן נאָך אין יולי 2008 אין דער אויסגאַבע, וואָס הייסט Военно-исторический журнал, "זשורנאַל פֿון מיליטערישער געשיכטע". אָבער אַ סקאַנדאַל האָט זיך צעברענט נאָר נאָכן אַרויסשטעלן דעם אַרטיקל אין דעם אָפֿיציעלן אינטערנעץ-ווינקל פֿון דעם רוסישן מיליטער.

דער פּאָלקאָווניק-היסטאָריקער טענהט, אַז די צווייטע וועלט-מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן קודם-כּל צוליב דעם עקשנות פֿון פּוילן. לויט קאָוואַליאָוון, האָט היטלער געפֿאָדערט זייער ווייניק פֿון דער פּוילישער רעגירונג: אָפּגעבן אונטער דער דײַטשישער השגחה די שטאָט דאַנציג (גדאַנסק), וווּ ס׳רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג איז געווען אַ דײַטשישע. לויטן באַשלוס פֿון דער ווערסאַלער קאָנפֿערענץ, האָט דאַנציג באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ "פֿרײַער שטאָט", אָבער פֿאַקטיש האָט פּוילן קאָנטראָלירט די שטאָט און די טראַנספּאָרט-אינפֿראַסטרוקטור אַרום איר.

אַ סבֿרא, אַז דער סטראַטעגישער ציל פֿון קאָוואַליאָווס אַרטיקל איז נאָר טיילווײַז פֿאַרבונדן מיט "צערעכענען זיך" מיט פּוילן. אין לעצטן סך-הכּל, וויל ער באַרעכטיקן די סאָוועטישע סטראַטעגיע ערבֿ דער מלחמה און דעם פּאַקט, וואָס דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און דײַטשלאַנד האָבן אונטערגעשריבן מיט זיבעציק יאָר צוריק, דעם 23סטן אויגוסט 1939, עפֿענענדיק דערמיט דעם וועג צו דעם קאַטאַסטראָפֿאַלן מיליטערישן קאָנפֿליקט. צווישן סעפּטעמבער 1939 און יוני 1941 זײַנען די סאָוועטן און די דײַטשן געווען נאָענטע שותּפֿים אין דער צווייטער וועלט-מלחמה, און דער מצבֿ האָט זיך געביטן נאָר זינט דעם 22טן יוני 1941, ווען די מחלמה אַליין האָט באַקומען אַ נײַעם סאָוועטישן נאָמען: די גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה.

קאָוואַליאָוו פּרוּווט ווײַזן, אַז אַלץ האָט אויסגעזען אַנדערש, דהײַנו: דײַטשלאַנד און פּוילן זײַנען געווען נאָענטע, ביטער-אַנטיסאָוועטישע שותּפֿים נאָך זינט 1934, ווען די פּוילישע פֿירער האָבן זיך אָפֿיציעל צונויפֿגעחבֿרט מיט היטלערן. ניט צופֿעליק האָט דווקא פּוילן פֿאָרגעשטעלט דײַטשישע אינטערעסן, ווען דײַטשלאַנד גופֿא איז אַרויס פֿון דער ליגע פֿון נאַציעס. ניט צופֿעליק איז אויך געווען די פּוילישע אָקופּאַציע פֿון דער טעשענער געגנט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, ווען דאָס לאַנד איז ליקווידירט געוואָרן מצד דײַטשלאַנד. קאָוואַליאָוו ציטירט אויך דאָקומענטן, וועלכע ווײַזן אַז דײַטשלאַנד האָט פֿאָרגעלייגט פּוילן אַ געשעפֿט: צו באַקומען, ווי אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַר דאַנציג, דעם קאָנטראָל איבער "גרויס-אוקראַיִנע", וואָס מע האָט פּלאַנירט צו שאַפֿן אויפֿן חשבון פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הקיצור, דער מיליטערישער היסטאָריקער פֿירט אויס, אַז סטאַלין האָט, נעבעך, קיין ברירה ניט געהאַט און אַז דער פּאַקט אין אויגוסט 1939 איז געווען אַ קלוגער דיפּלאָמאַטישער מאַנעווער, וואָס האָט געגעבן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד מער צײַט, כּדי זיך בעסער צוגרייטן צו דער מלחמה און, בעת-מעשׂה, פּטור ווערן פֿון אַ פּאָטענציעלן שׂונא — פּוילן.

אַ ריי רוסישע אויסגאַבעס האָבן גלײַך גענומען אויסלאַכן די דאָזיקע "היסטאָרישע אַנטפּלעקונגען". ניט ווײַל די פֿאַקטן זײַנען ניט ריכטיק (כאָטש אייניקע גרײַזן האָט מען, דאַכט זיך, יאָ געפֿונען), נאָר ווײַל דער קאָנצעפּט גופֿא פֿון פּוילישן עקשנות, ווי די הויפּט-סיבה פֿון דער מלחמה, איז היסטאָריש לעכערלעך. די פּוילישע רעגירונג איז טאַקע געווען אַ רעאַקציאָנערע, אָבער דאָס האָט איר ניט געשטערט צו פֿאַרשטיין, אַז היטלערס חייִשע אַפּעטיטן האָט מען סײַ-ווי-סײַ ניט געקענט אָנזעטיקן בלויז מיט אַזאַ אַכילה ווי דאַנציג.

זייער גיך איז דער טעקסט פֿון קאָוואַליאָווס מאמר נעלם געוואָרן פֿון דעם מיניסטערישן וועבזײַטל. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז די אידעע פֿון ריינוואַשן דעם מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט איז, ווי אַ טייל פֿון רעהאַביליטאַציע פֿון סטאַליניזם, אָפּגעשטאָרבן אין די קאָנסערוואַטיווע רוסישע קרײַזן.