דאָס פּינטעלע ייִדיש

אַ סך רוסישע ייִדן פֿון סוף 19טן — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן געלעבט מיט אַ טאָפּלדיק לעבן — אין דער ווירקלעכקייט און אויף פּאַפּיר. אין יענער צײַט האָט דער בריוון־אויסטויש געשפּילט זייער אַ וויכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿון ייִדישע משפּחות. די זין פֿלעגן פֿאַרלאָזן זייער היים צוליב פֿאַרשידענע סיבות, ווי׃ צו באַקומען אַ וועלטלעכע אָדער אַ רעליגיעזע בילדונג, צו זוכן פּרנסה, אָדער, כּדי צו לעבן אויף קעסט מיט שווער און שוויגער אין אַן אַנדערער שטאָט — אָדער זיי האָבן געוואָלט אַנטלויפֿן פֿון דער מיליטער־דינסט אין דער צאַרישער אַרמיי.

די טעכטער פֿלעגן אַוועקפֿאָרן מיט זייערע מענער — אָדער אָן זיי — כּדי צו זוכן גליקן אין גרעסערע שטעט. עס זײַנען געווען ווייניק משפּחות אין רוסלאַנד, וואָס האָבן ניט געהאַט עפּעס צו טאָן מיט דער עמיגראַציע לעבֿר־הים — קיין אַמעריקע. די קאָרעספּאָנדענץ, וואָס איז אַנטשטאַנען פֿון די דאָזיקע צעשיידונגען, איז אַן אוצר פֿון ידיעות וועגן די האָפֿענונגען און אַנגסטן פֿון ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין יענע שטורעמדיקע יאָרן.

אין אַ בריוו קאָן מען אויסמאָלן אַן אימאַזש פֿון זיך אַליין לויטן אייגענעם געשמאַק און לאָזן די אַנדערע האַנדלען, לויט אייגענע פֿאָרשטעלונגען. אָבער כּדי צו זײַן בכּוח צו באַנוצן זיך מיט די דאָזיקע מעגלעכקייטן, באַדאַרף מען פֿאַרמאָגן געוויסע קענטענישן, וואָס אַ דורכשניטלעכער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר האָט ניט פֿאַרמאָגט.

קודם־כּל, דאַרף מען קענען שרײַבן פֿליסיק ייִדיש און דערצו נאָך אַ ביסל רוסיש און לשון־קודש. דערפֿאַר האָט מען זיך גענייטיקט אין מוסטערן ווי אַזוי זיך אויסצודריקן אויף פּאַפּיר. פֿאַר דעם האָט מען זיך געווענדעט צו דעם בריוונשטעלער — אַ זאַמלונג פֿון מוסטער־בריוו פֿאַר געשעפֿטלעכער און פּריוואַטער קאָרעספּאָנדענץ.

בריוונשטעלערס זײַנען כּסדר געווען וואָלוועלע ביכעלעך, וואָס זײַנען אָפֿטמאָל צונויפֿגעשטוקעוועט געוואָרן פֿון שטיקלעך אַנדערע ענלעכע אויסגאַבעס. אויף זייערע זײַטן קאָן מען געפֿינען ניט נאָר מוסטערבריוו, אָבער אויך כּלערליי איבעריקע זאַכן: פֿון משלים און וויצן ביז עצות, ווי אַזוי צו פֿירן אַ בוכהאַלטעריע, רשימות פֿון מענערישע און ווײַבערישע נעמען און אַפֿילו ווערטער־שפּילן. אָבער דער קערן פֿון יעדן בריוונשטעלער זײַנען, נאַטירלעך, די מוסטערבריוו, וואָס מען קאָן קאָפּירן, צופּאַסן צום אייגענעם נוצן, אָדער סתּם לייענען און קלײַבן נחת.

ווער זשע האָט פֿאַרפֿאַסט די דאָזיקע ביכעלעך? אַ סבֿרה, אַז דאָס רובֿ פֿון די בריוונשטעלערס פֿונעם 19טן ביזן 20סטן יאָרהונדערט זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן דורך משׂכּילים אָדער יחידים פֿון דער נאָך־משׂכּילישער אינטעליגענץ. אַ סך אַזעלכע שרײַבער און זשורנאַליסטן האָבן געזוכט זײַטיקע פּרנסות ווי אַ צוגאָב צו די באַשיידענע הכנסות פֿון זייער "ערנסטער" ליטעראַרישער שאַפֿונג.

מן־הסתּם, האָבן זיי געהאַלטן בריוונשטעלערס פֿאַר אַ גרינגן אופֿן צו פֿאַרדינען אַ פּאָר קערבלעך. אָבער דאָס רובֿ פֿון זיי, אַפֿילו די, וואָס האָבן ניט געהאַלטן פֿון ייִדיש, האָבן גענומען ערנסט די פּעדאַגאָגישע אויפֿגאַבע פֿון לערנען מיט זייער לייענערשאַפֿט, ווי אַזוי מען דאַרף שרײַבן גראַמאָטנע אויף ייִדיש כּדי צונויפֿצושטעלן אַ לײַטישן בריוו.

אַ ספּעציעלער אָפּטייל פֿון אַ בריוונשטעלער איז כּסדר געווען געווידמעט דער קאָמערציעלער קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר געשעפֿטסלײַט, וועלכע האָבן זיך גענייטיקט אין מוסטערן פֿאַר פֿרעמדע שפּראַכן, וואָס זיי האָבן ניט געקענט גוט, אַרײַננעמענדיק דעם דײַטשמערישן ייִדיש. חוץ דעם, האָבן די בריוונשטעלערס פֿאָרגעלייגט מוסטערן, ווי אַזוי צו באַהאַנדלען פֿאַרשידענע פּריוואַטע סיטואַציעס, ווי אַ שטייגער פֿאַר עלטערן, וועלכע זאָרגן זיך, אויב זייער זון איז, חלילה, ניט קראַנק און פֿאַר וואָס ער שרײַבט זיי ניט, אָדער פֿאַר חתן־כּלה, וועלכע ווילן זיך אַרויסווײַזן איינער פֿאַרן אַנדערן ווי הײַנטצײַטיקע מענטשן.

אייניקע מוסטערן האָבן אַן אויסגעשפּראָכענע משׂכּילישע כּוונה, ווי למשל אַן התלהבֿותדיקער בריוו פֿון אַ יונגערמאַן וועגן אַ רוסישן בוך, וואָס ער וויל פֿאַרבאַהאַלטן פֿון זײַן שווער. אָבער אַנדערע בריוו אין דעם זעלבן בריוונשטעלער וואָרענען קעגן פֿאַרפֿירערישע וועלטלעכע נסיונות. אין די דאָזיקע עקלעקטישע מישמאַשן זעט מען אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם געראַנגל פֿון פֿאַרשידענע כּוחות אין דעם משפּחה־לעבן פֿון יענער צײַט. די מחברים האָבן נאַטירלעך געהאַט זייערע אייגענע אָנזיכטן, אָבער זייערע בריוונשטעלערס האָבן זיך אָריענטירט אויף אַ ברייטערן עולם פֿון פּאָטענציעלע קונים.

הגם די מוסטער־בריוו האָבן ניט געדאַרפֿט זײַן אָריגינעל, האָבן אייניקע בריוונשטעלערס געהאַט אַן אייגן פּנים. אַזוי למשל, דערווײַזט "דער נײַער אָבראַזצאָווער בריפֿענשטעלער" פֿון פּאָליאַק־גילמאַן (1904) אַ נטיה צו עמאָציאָנעלער דראַמאַטיזאַציע. בערנשטיינס "נײַער ייִדישער פֿאָלקס־בריפֿענשטעלער", וואָס איז אַרויס פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, גיט זיך אָפּ מיט דער פּראָבלעמאַטיק פֿון דער מאָדערנער יוגנט. דער "איגרון שלם" פֿון דוד פֿרישמאַן, אַבֿרהם פּאַפּערנאָ און פֿרוי העס איז אויסן נאָכצומאַכן די רוסישע מוסטערן, בעת האַרקאַוויס "אַמעריקאַנישער בריפֿען־שטעלער" פֿון 1902 פֿאָלגט נאָך די אַמעריקאַנישע "לעטער־רײַטערס" אויפֿן חשבון פֿונעם ספּעציפֿיש־ייִדישן מהות.

כּדי צו פֿאַרשטיין, וווּ עס שטעקט (חוץ דער שפּראַך) דער עצם ייִדישקייט פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע בריוונשטעלער, קאָן מען זיי פֿאַרגלײַכן מיט ענלעכע רוסישע ביכער, "פּיסמאָווניקעס", פֿון יענער צײַט. די רוסישע "פּיסמאָווניקעס" לערנען זייערע לייענער ווי אַזוי זיך צוצופּאַסן צו דעם היעראַרכישן געזעלשאַפֿטלעכן עטיקעט. דאָ געפֿינט מען, למשל, פֿאָרמעלע בריוו פֿון קינדער, וואָס באַגריסן זייערע עלטערן מיט נײַ־יאָר אָדער געבוירנטאָג.

דאָס זײַנען אַ מין לערנביכער פֿאַרן קליינבירגערלעכן שטאַנד, וועלכע אָריענטירן זיך אויף דער נאָרמע פֿון העכערע געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן. דער ייִדישער בריוונשטעלער איז אויסגערעכנט אויפֿן דערוואַקסענעם לייענער, וועלכער שנײַדט זיך ניט אַרײַנצוגייען אין די "הויכע פֿענצטער". אַנשטאָט דעם, האָט דער ייִדישער לייענער אַ טיפֿן אָפּשײַ פֿאַר די, וואָס קענען שרײַבן אין פֿאַרשידענע שפּראַכן. די בריוונשטעלערס באַטאָנען, ווי וויכטיק עס איז משׂיג צו זײַן כאָטש די סאַמע יסודות פֿון דער שרײַבערישער מלאָכה. למשל, אַ יונגערמאַן באַשרײַבט אין איינעם אַ בריוו פֿונעם "נײַער אָבראַזצאָווער בריפֿענשטעלער" ווי ער איז באַגנבֿהט געוואָרן און האָט זיך שוין געהאַלטן בײַם וואַרפֿן אין טײַך אַרײַן, אָבער ער איז געראַטעוועט געוואָרן דורך זײַנע קענטענישן פֿון ייִדיש, רוסיש און רעכענען, וואָס אַ דאַנק זיי, האָט ער באַקומען אַ שטעלע בײַ אַ גבֿיר.

די טעמע פֿון ליבע ווערט באַהאַנדלט אין רוסישע "פּיסמאָווניקעס" מיט כּלערליי שאַטירונגען, פֿון לײַדנשאַפֿטלעכע דעקלאַראַציעס פֿון אַ פֿאַרליבטן יונגערמאַן ביז די ביטערע טענות וועגן אַ קאַלטן אָפּזאָג. אין די ייִדישע בריוונשטעלערס, להיפּוך, פֿאַרנעמט די ליבע־טעמע זייער אַ באַשיידן אָרט. איין בריוונשטעלער מאַכט אַפֿילו חוזק פֿון אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס באַנוצט זיך מיט דעם זעלביקן מקור פֿאַר זייערע ליבע־בריוו.

בעת אייניקע חתן־כּלה־בריוו זײַנען פֿאָרמעל און מליצהדיק, זײַנען די אַנדערע אויסן אַרויסצוּווײַזן די הײַנטצײַטיקע מידות. אייניקע ייִדישע בריוונשטעלערס באָרגן גאַנצע אָפּטיילונגען פֿון רוסישע "פּיסמאָווניקעס", די אַנדערע קאָמבינירן מאָדערנע אידעען מיט טראַדיציאָנעלע ייִדישע באַגריפֿן פֿון צניות. למשל, שׂרה שנאַורזאָן אין "מילערס נײַער בריווענשטעלער אין צוויי טיילן" (פּיאָטרקאָוו, 1911) חידושט זיך, הלמאי איר חתן דוד איז געווען אַזוי קאַלט צו איר בעת זײַן באַזוך בײַ איר, און פֿאַר וואָס זײַן שמועס איז געווען אַזוי באַנאַל. אָבער זײַן בריוו, זאָגט זי ווײַטער, האָט פֿאַר איר אַנטפּלעקט דעם שטאַרקן כאַראַקטער פֿון אַ מענטשן, וואָס האָט ניט ליב אויסצוגיסן זײַן האַרץ.

אין דעם זעלבן בריוונשטעלער בעט ירוחם פֿישעלזאָן מחילה בײַ פֿרויליין זאָנענשײַן פֿאַר ניט שרײַבן. איר פֿאָטער האָט אים געזאָגט, לאָזט ער איר וויסן, אַז ער זאָל מאַכן קלאָר זײַנע כּוונות אין סאַמע ערשטן בריוו זײַנעם, אָבער ער איז ניט בכּוח צו מאַכן אַן ענדגילטיקן באַשלוס גלײַך. ער לייגט איר פֿאָר צו טרעפֿן זיך נאָך אַ מאָל. זי איז מסכּים, ווײַל "אַלס אַ טאָכטער פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט" גלייבט זי ניט, אַז עס איז גענוג צו טרעפֿן זיך צוויי אָדער דרײַ מאָל, כּדי צו קומען צו אַזאַ וויכטיקן באַשלוס. אין אַנדערע בריוונשטעלערס געפֿינט מען בריוו וועגן די עלטערן, וואָס שטעלן זיך אַנטקעגן זייערע קינדערס ליבעס, ווי אויך ניצלעכע עצות פֿאַר אַ יונגערמאַן, וואָס האָט פֿאַרלאָזט זײַן שטעטל און וויל פֿאַרזיכערן זײַן געליבטע, אַז ער האָט זי נאָך אַלץ ליב, אַפֿילו ווען זי האָט ספֿיקות וועגן דעם.

די שטאַרקסטע און וויכטיקסטע עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג אין די בריוונשטעלערס פֿאַראייניקט עלטערן און קינדער. דאָס מאַכט די ייִדישע בריוונשטעלערס אַנדערש סײַ פֿון די רוסישע "פּיסמאָווניקעס", אין וועלכע די דאָזיקע באַציִונגען האָבן אַ קנאַפּן חשיבֿות, סײַ פֿון די אַמעריקאַנישע "לעטער־רײַטערס", וועלכע ווײַזן אַרויס זאָרגן וועגן די קינדער, אָבער אָן קיין היסטערישע געפֿילן. אין די ייִדישע בריוונשטעלערס איז דאָס דאגהנען וועגן די קינדער — דער עיקר.

איינער פֿון די סאַמע בולטע בײַשפּילן פֿון אַזאַ מין קאָרעספּאָנדענץ צווישן עלטערן און קינדער האָט צו טאָן מיט אַ זון, וואָס איז צוגענומען געוואָרן אין דער צאַרישער אַרמיי בעת דער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה. דאָס איז אַ קאַטאַסטראָפֿע פֿאַר זײַנע עלטערן, און זיי גיסן אויס זייער צער אין זייער בריוו. דעם זונס ענטפֿער מאַכט קלאָר דעם אונטערשיד אין זייער וועלט־אַנשויונג פֿון די צוויי דורות. זײַן בריוו איז פֿול מיט רוסישע באַגריפֿן פֿון העלדישקייט אין שלאַכט. מיר קענען אָבער ניט וויסן, וואָס האָבן וועגן דעם געטראַכט זײַנע עלטערן.

הגם די מוסטער־בריוו אין די בריוונשטעלערס שפּיגלען אָפּ אַ סך פֿון געזעלשאַפֿטלעכע און עקאָנאָמישע בײַטן, וואָס האָבן באַווירקט דאָס ייִדישע לעבן אין מיזרח־אייראָפּע, לאָזן זיי געוויסע צדדים כּמעט ניט באַרירט. דער גאַנצער פּאָליטישער אַספּעקט, בפֿרט די ייִדישע באַטייליקונג אין די רעוואָלוציאָנערע פּאַרטייען, אַזעלכע ווי "בונד", "פּועלי־ציון", די רוסלענדישע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי ווערט ניט דערמאָנט, וואָס איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, ווען מען נעמט אין באַטראַכט די צאַרישע צענזור. אָבער עס בלײַבט ניט קלאָר, פֿאַרוואָס האָט מען געלייגט אַזוי ווייניק אויפֿמערק אויף דער טעמע פֿון מאַסן־עמיגראַיצע קיין אַמעריקע. די דאָזיקע טעמע ווערט באַרירט אין ווייניק בריוו, און דאָס לעבן אין אַמעריקע ווערט פֿאָרגעשטעלט אין זיי גאַנץ אַנדערש ווי אין די רעאַלע בריוו, וועלכע די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געשריבן צו זייערע קרובֿים אין דער אַלטער היים.

אַמעריקע האָט זיך ניט אַרײַנגעפּאַסט אין די אידעאָלאָגישע כּוונות פֿון די מחברים פֿון בריוונשטעלערס. זייער ציל איז געווען צו רעפֿאָרמירן די ייִדן און דאָס ייִדישע לעבן אין דער אַלטער היים, אין דער רוסישער אָדער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע; אָדער העלפֿן מקיים צו זײַן דעם ציוניסטישן חלום פֿון אויפֿבויען אַ נײַעם ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל. אַמעריקע, להיפּוך, איז אָפֿט מאָל געמאָלט געוואָרן ווי אַ שטיקל באַשטראָפֿונג פֿאַר די, וואָס האָבן באַגאַנגען דעם חטא פֿון עם־הארצות און האָבן ניט באַקומען קיין וועלטלעכע בילדונג אָדער ניט אויסגעלערנט קיין מלאָכה.

אָבער אין די ווירקלעכע בריוו פֿון די אימיגראַנטן צו זייערע קרובֿים טרעפֿט מען נעגאַטיווע באַשרײַבונגען פֿון אַמעריקע זעלטן. די אימיגראַנטן זײַנען מודה, אַז דאָס צופּאַסן זיך צו דער מאָדנער נײַער וועלט איז שווער, אָבער אין זייערע אויגן איז אַמעריקע פֿול מיט אָפֿענע מעגלעכקייטן.

פֿאַרן גרעסטן טייל פֿון די אימיגראַנטן האָט די העכערע בילדונג אין דעם משׂכּילישן זין ניט קיין שײַכות צו די פּראָבלעמען פֿון דער אימיגראַציע. אַנשטאָט דעם דערציילן די בריוו וועגן די אמתע סיבות, וואָס האָבן געטריבן די ייִדן לעבֿר־הים׃ אָרעמקייט, מיליטערישע דינסט, און צומאָל פּאָליטישע טעטיקייט אין די אַנטי־צאַרישע אָרגאַניזאַציעס. נאַטירלעך, האָבן די מחברים פֿון די בריוונשטעלערס ניט געטאָרט דערמאָנען אין זייערע מוסטער־בריוו, אַז די ייִדן זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער מיליטער־דינסט אָדער האָבן זיך באַטייליקט אין דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג. פֿונעם פּאָליטישן שטאַנדפּונקט איז די טעמע פֿון אַמעריקע געווען אַ מין פּרוש אויף דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן געליטן פֿון פּאָליטישער און עקאָנאָמישער דיסקרימינאַציע.

וואָס די בריוונשטעלערס האָבן יאָ באַשריבן אויפֿריכטיק און פּרטימדיק, זײַנען געווען כּלערליי דאגות און טענות פֿון זייער לייענערשאַפֿט. אַ פֿרוי אין איינעם אַ בריוו פֿון "בערנשטיינס נײַעם ייִדישן פֿאָלקס־בריפֿענשטעלער" זאָגט, אַז זי האָט "מורא פֿאַרן פּאַפּירענעם לעבן", וואָס זי דאַרף איצט פֿירן אָן איר מאַן, וועלכער איז אַוועק קיין אַמעריקע. אין אַן אַנדערן בריוו קלאָגט זיך אַ פֿרוי, אַז איר מאַן האָט אויפֿגעהערט צו שרײַבן און האָט מן־הסתּם פֿאַרגעסן אין איר און אירע קינדער. אַזאַ מין מוסטערבריוו לאָזן זיך אויסטײַטשן סײַ ווי אָפּרופֿן אויף רעאַלע צרות פֿון די לייענער, מיט וועלכע אַזעלכע זאַכן האָבן זיך געטראָפֿן אין זייער רעאַלן לעבן; און סײַ ווי אָנווײַזונגען, ווי אַזוי צו באַהאַנדלען די דאָזיקע דאגות אין בריוו. הקיצור, זיי לערנען, די דאָזיקע מוסטערבריוו, ווי אַזוי מען דאַרף "לעבן אויף "פּאַפּיר".