דאָס פּינטעלע ייִדיש

פֿיל גוטס צו מײַן בעסטן גוטן פֿרײַנד N N

אַך, וואָס פֿאַר אַ צופֿאַל עס האָט מיר געטראָפֿן דיזע טעג. עס איז מיר ביטער איך זאָל שווײַגן, און שרײַען העלפֿט מיר אויך ניט. און נאָר מיט דעם, וואָס איך וועל מיר אויסרעדן דאָס האַרץ פֿאַר דיר וואָס דו ביסט מײַן בעסטער גוטער פֿרײַנד ווען מײַן שׂימחה איז דײַן שׂימחה, און ווידער פֿאַרקערט, דײַן טרויער איז מײַן טרויער. מען האָט די וואָך בײַ מיר אַרויסגענומען פֿון טאַש די לעצטע 300 רובעל, וואָס מיר איז געבליבן פֿון מײַן נדן נאָך מײַן אָפּעסן דרײַ יאָר קעסט בײַ מײַן שווער און שוויגער. איז מיר אַצינד געקומען פֿון בריק אין וואַסער. פֿילײַכט וועסטו עפּעס הערן פֿון דער גנבֿה וואָרן דאָס געלט איז געווען דורך 5־רובעל שטיק און פּעקן אײַנגעריכט. און אַ גילדן זייגערל, ער איז געמאַכט פֿון לאָנדאָנער פֿאַבריק מיט דעם נומער 300.

אַלזאָ אַזוי ווי דו וווינסט אין אַ גרויסער שטאָט, אין איר קומען אַלערליי מענטשן סוחרים, ביטע איך פֿון דיר נאָכפֿרעגן בײַ יעדן. דאָס גאַנצע גליק איז מײַנס, אין דער צײַט וואָס איך האָב געגעסן קעסט האָב איך מיר אויסגעלערנט שרײַבן ייִדיש, רוסיש און רעכענען. האָט מיר אַצינד צוגענומען דער גבֿיר פֿון שטאָט, איך זאָל לערנען מיט זײַנע קינדער. וואָס איך וועל האָבן פֿאַר דעם ווייס איך ניט ווײַל איך בין צופֿרידן מיט דעם אַבי איך זאָל ניט אומגייען ליידיק. נאָר איך פֿאַרהאָף, אַז ער וועט זײַן צופֿרידן פֿון מיר. ניט ווי דער מענטש טראַכט. איך האָב גערעכנט אַז איך זאָל מיר מאַכן אַ געשעפֿט, איך זאָל ניט דאַרפֿן אָנקומען צו אַ מענטשן, נאָר דער מענטש דענקט און גאָט לענקט. פֿון מיר דײַן בעסטן פֿרײַנד.

אַ בריוונשטעלער מאַכט אַ פּאַראָדיע פֿון זיך אַליין

איין יונגער מענטש פֿון שוואַכן פֿאַרשטאַנד האָט געוואָלט איינער פֿרײַנדין איין בריוו שרײַבן. ער האָט אָבער נישט געוווּסט ווי ער זאָל אָנפֿאַנגען. ער קויפֿט זיך איין בריוונשטעלער און האָט פּונקט געפֿונען איין בריוו ווי ער האָט געוווּנשט. ער האָט אים אין גאַנצן זאָ אָפּגעשריבן ווי ער איז געוועזען און האָט אים וועקגעשיקט. די פֿרײַנדין האָט אויך פּונקט אַזוי אַ בריוונשטעלער געהאַט, און ווי זי האָט דעם בריוו דאָרט געפֿונען, האָט זי אים אויף דעם אָרט געענטפֿערט׃ "מײַן הער! איך האָב אירן בריוו ערהאַלטן. איבערמישן זי דאָס בלאַט, זי וועלן די אַנטוואָרט אויף אירעם בריוו פֿינדן."

אַ פֿיפֿיקער יונגער־מאַן טרייסט זײַן געליבטע אינעם שטעטל

ליבע טײַערע רחל!

איך געפֿין נישט קיין ווערטער, זיך צו פֿאַרטיידיקן — דו ביסט אין גאַנצן גערעכט. איך האָב פֿון דיר ווירקלעך צוויי בריוו ערהאַלטן און נישט געענטפֿערט אויף זיי. עס וואָלט אָבער זײַן זייער נישט קלוג פֿון דײַן זײַט צו שליסן פֿון דעם פֿאַקט, אַז איך האָב מיך אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו אינטערעסירן מיט מײַן געבורטסשטעטל און מיט מײַנע קליינשטעטלדיקע פֿרײַנדינס. גלויב מיר, טײַערע, אַז אין דער גאַנצער צײַט, וואָס איך לעב דאָ אין דער גרויסער שטאָט, האָב איך נאָך נישט באַגעגנט קיין איינציקע פּערזאָן, מיט וועלכער איך זאָל זיך קענען אַזוי ענג צוזאַמענלעבן ווי מיט דיר.

אין אַלגעמיין האָט דאָס לעבן אין דער גרויסער שטאָט אויף מיר עפּעס אַ מאָדנעם אײַנדרוק געמאַכט׃ אַלץ ווערט דאָ געמאַכט אין אײַלעניש און טומל, און ווען דו באַקענסט דיך אַפֿילו מיט עמעצן און ווען דו וועסט אַפֿילו מיט אים באַפֿרײַנדעט, טוט עס אויך נאָר אַ פֿלאַקער־אויף אויף אַ ווײַלע. און עס פֿילט זיך נישט אין דעם יענע האַרציקע, וואַרעמע נאָענטקייט, וואָס בינדעט צוזאַמען צוויי יונגע שטרעבנדיקע האַרצן אין אונדזערן אַ שטעטל. לאַנגזאַמער לעבט מען בײַ אונדז, שטילער, מיט ווייניקער עפֿעקט און שיק. דערפֿאַר אָבער — טיפֿער, האַרציקער, אינטימער.

שרײַב מיר גלײַך אַ בריוו. איך פֿאַרזיכער דיר, אַז דײַנע בריוו פֿאַרשאַפֿן מיר אַן אומענדלעכן פֿאַרגעניגן. און פֿון מײַן זײַט וועל איך אויך שוין זען איצט אָנווענדן אַלע מײַנע מעגלעכקייטן, דיר גלײַך צו ענטפֿערן.

דײַן איבערגעגעבענער...

אַ בריוו צו דעם זון אויף דער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה

דעם 14טן יולי 1904 יאָר

טײַערער ליבער זון יואל משה קאָסטעצקי!

פֿון דער צײַט אָן וואָס מיר האָבן דיר באַגלייט אויף דער זדאָלבאָנאָווער וואָקזאַל האָבן זיך נאָך די טרערן פֿון אונדזערע אויגן ניט אויסגעטריקנט. מיר לעבן זייער אומרויִק, קיין זאַך אין דער וועלט קען אונדז ניט מאַכן פֿאַרגעסן אין דיר. ווען דו זעסט דײַן מוטער וואָלסטו זי שוין ניט דערקענט. שטעל זיך פֿאָר ליבער זון, אַז איך בין שוין קעגן איר אַ העלד. גענוג איז מײַן האַרץ מיט בלוט פֿאַרגאָסן, און איך דאַרף זי נאָך שטאַרקן. צײַטנווײַז ווײַזט זי אויס אַזוי שרעקלעך, אַז איך האָב פּשוט מורא זי אַליין איבערלאָזן. אַלזאָ טײַערער קינד, בעטן מיר דיר אַז דו זאָלסט אונדז שרײַבן פֿון דײַן געזונט און מוט, וועסטו אונדז צוריקקערן אונדזער מוט ביז גאָט וועט רחמנות האָבן אויף אונדז און וועט דיר צוריק ברענגען צו אונדז.

פֿון מיר דײַן פֿאָטער ירחמיאל און דײַן מוטער חנה קאָסטעצקי.

וועגן עמיגראַציע קיין אַמעריקע

ווילנע, דעם 5טן יון 1897

בני היקר מו״ה אפֿרים נ״י,

דײַן בריוו האָב איך ערהאַלטן. דו באַקלאָגסט זיך אויף דײַן שלעכטן שטאַנד, הגם איך ווייס אַז דו האָסט זיך צו דײַן שלעכטער לאַגע אַליין געבראַכט. נאָר איך אַלס פֿאָטער האָב געוויס דערפֿון גרויס פֿאַרדראָס, נאָר וואָס קען איך דיר העלפֿן? דו ווייסט זעלבסט די וואַרהייט, אַז איך האָב אַלעס געטאָן פֿון דײַנעט וועגן וויפֿל נאָר מײַן מעגלעכקייט איז געווען. איך האָב געצאָלט לערער, זיי זאָלן דיר לערנען אַלץ וואָס נייטיק איז, און האָב דיר פֿאָרגעשטעלט און ערקלערט, ווי גליקלעך די בילדונג מאַכט דעם מענטשן, און ווי אומגליקלעך דער אומוויסנדיקער מענטש איז.

ער איז זיך אַליין ניט נוציק און נאָך ווינציקער דעם אַנדערן, און איז איבערהויפּט איין איבעריקער מענטש אין דער געזעלשאַפֿט און פֿאַלט צו לאַסט די איבעריקע מענטשן און מוז לעבן אויף זייער רעכענונג. איך האָב דיר גאַנץ אָפֿט דאָס ערקלערט, און דו האָסט מיר ניט געוואָלט פֿאָלגן. יעצט איז דיר שלעכט! דו געפֿינסט ניט קיין פּראָפֿעסיאָן פֿאַר דיר, ווײַל שרײַבן, רעכענען קענסטו ניט, קיין האַנדווערק האָסטו זיך אויך ניט געוואָלט לערנען, אַלזאָ צו וואָס קענסטו נוצן? עס איז גאָר קיין וווּנדער ניט, דײַן יוגנט האָסטו פֿאַנרנאַכלעסיקט, קיינע עלטערן און לערער ניט געפֿאָלגט. יעצט קומט דיר אַלעס צו די אויגן. איך פֿאַרשטיי מײַן ליב קינד, אַז דו באַרעכנסט דאָס יעצט גאַנץ גוט, אָבער זייער שפּעט פֿון דעסט וועגן. אויב דו האָסט ווירקלעך חרטה אויף דײַן שלעכטן אויפֿפֿירן זיך, איז נאָך ניט אַלעס פֿאַרפֿאַלן. דו קענסט קומען צו הויזע און איך וועל פֿון דײַנעט וועגן אַלעס טאָן. כ״ד אָבֿיך...

אַ מאַן שרײַבט צו זײַן פֿרוי פֿון אַמעריקע

אין איינעם פֿון די ווייניקע בײַשפּילן פֿון פּאָזיטיווע באַשרײַבונגען פֿון אַמעריקע אין די בריוונשטעלערס, וואָס זײַנען אַרויס אין דער רוסישער אימפּעריע, האָט זיך דער מחבר שמ"ר אָפּגעגעבן מיט דער סאָציאַלער קריטיק פֿון רוסישן ייִדנטום און ניט מיט זייער רעכטלאָזן מצבֿ. שמ״ר, אַ באַקאַנטער ייִדישער שרײַבער און דראַמאַטורג, האָט אַליין עמיגרירט קיין אַמעריקע בערך צוואַנציק יאָר פֿריִער. ער האָט צונויפֿגעשטעלט עטלעכע בריוונשטעלערס אין ניו־יאָרק לויט דעם באַשטעל פֿון אַ ווילנער פֿאַרלעגער, וועלכער האָט זיי געדרוקט. די מוסטערבריוו אין זײַנע בריוונשטעלערס זײַנען אַ מין אויסגעטראַכטע בריוו, וואָס זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן דורך אַ רעאַלן אימיגראַנט.

לזוגתי מ’ חנה תחי’

איך בין דיר מודיע דאָס איך בין געקומען בשלום קיין ניי־אָרק. אויף דער שיף האָב איך זייער געליטן אַזוי ווי אַלע וואָס זענען נישט געוווינט מיט דער לופֿט פֿון אים. איך האָב אַצינד סטאַנציע בײַ דײַן שוואָגער, איך וועל מיך אַ ביסל אויסרוען וועל איך אויך אָנפֿאַנגען עפּעס צו זוכן פּרנסה. איך האָף אַז גאָט ב״ה וועט מיר העלפֿן, און איך וועל זיך אי״ה [מערצעשעם] צו עפּעס דערשלאָגן. איך האָב געטראָפֿן חיים יעקלען גרונעס זון. דו וואָלטסט אים גאָר נישט דערקענט, פּשוט אַ גראַף, גייט אין אַ פֿײַנעם ראָק מיט אַ צילינדער און רעדט שוין דײַטשעריש און ענגליש, ער פֿאַרדינט שטיקער גאָלד. אויך ברוכן איז ניט שלעכט. אמת, מען מוז דאָ האָרעווען איבער די כּוחות, אָבער מען קאָן דאָך צו עפּעס קומען. איך וועל אויך נישט זײַן פֿויל, איך וועל מיך נישט שעמען אַלץ צו טון, וואָרעם דאָ שעמט מען זיך נישט צו טון אַלע אַרבעט, אַ חרפּה איז נאָר גנבֿענען, אָבער ערלעך פֿאַרדינען איז איטלעכן פֿרײַ און פֿראַנק, און דאָס איז דער גאַנצער גליק פֿון אַמעריקע.

אַז בײַ אונדז וואָלט די מענטשן זיך נישט געשעמט אַלץ צו טון, וואָלט בײַ אונדז אויך געוועזן אַמעריקאַ. נאָר בײַ אונדז איז מען אַ יחסן, אַ גרויסער לײַט, דעריבער פּגרט מען פֿון הונגער. קיין נײַס האָב איך דיר נישט דערווײַל וואָס צו שרײַבן, איך שיק דיר דאָ אַן אָנווײַזונג אויף 15 רוב. וואָס איך האָב דערווײַל געקריגן געבאָרגט, איך וועל אי״ה באַצאָלן, איך ווייס דאָך ווי איך האָב דיר געלאָזן אָן אַ קאָפּיקע.

דײַן מאַן וואָס ווינטשט דיר פֿיל גליק חיים יונה.

מאַמעס דאגות וועגן איר טאָכטער אין אַמעריקע

לוצק 28 יון 1898

חנהלע מײַן קינד!

איך האָב דײַן בריוו פֿון דעם 15טן יוני ערהאַלטן. איך האָב געקושט דאָס פּאַפּיר, אויף וועלכן איך האָב מײַן טאָכטערס האַנטשריפֿט ערקענט, איך האָב זאָגאַר געקושט דעם קאָנווערט, וועלכער טראָגט אויף זיך דעם אַמעריקאַנישן סטעמפּל.

דער אַמעריקאַנישער סטעמפּל! דאָס דערמאָנט מיר אָן מײַן טאָכטער, מײַן זיסע חנהלע אין אַמעריקאַ, אויף יענער זײַט ים, אין עק וועלט. ווען האָב איך מיר דאָס פֿאָרגעשטעלט, אַז מײַן ליב קינד וועט אַזוי דערווײַטערט ווערן פֿון מיר, אַז איך זאָל זאָגאַר פֿאַרלירן די האָפֿענונג זי צו זען?

אָבער ניין! איך וויל אַזאַ זאַך ניט טראַכטן, איך וויל האָפֿן, אַז איך וועל נאָך דערלעבן כאָטש נאָך איין מאָל מײַן טאָכטער צו זען, נאָך איין מאָל זי אומאַרמען און קושן אירע שיינע בעקעלעך...

דו האָסט מיך דערקוויקט מײַן קינד מיט דער נאַכריכט אַז דו ביסט גאָט זײַ דאַנק געזונט און דו האָפֿסט דײַן גליק אין דער נײַער וועלט צו געפֿינען, ווײַל צו דיר שדכנען זיך פֿילע בראַווע יונגע לײַט.

די וואַרהייט געשפּראָכן האָט מיר דער אויסדרוק "פֿילע בראַווע יונגע לײַט" ניט זייער זיס געשמעקט. איך וואָלט מער צופֿרידן געווען, ווען דו זאָלסט מיר שרײַבן, אַז איין בראַווער יונגערמאַן זוכט דײַן ליבע, דען פֿון פֿילע יונגע לײַט ווערט בײַ אַ מעדכען אַזוי דער קאָפּ פֿאַרדרייט, אַז זי ווייס גאָר ניט, וואָס צו טאָן, וועמען פֿון זיי זי זאָל אויסקלײַבן. קינד מײַנס! ווייסטו כאָטש ווי אַ מעדכען מוז הײַנטיקע צײַטן פֿאָרזיכטיק זײַן, ווען זי איז אַרומגערינגעלט פֿון פֿילע פֿאַרערער? איז דיר באַקאַנט, וואָס דער גרעסטער טייל פֿון זאָלכע פֿאַרערער זײַנען?

איך מוז מודה זײַן, אַז איך האָב דיר יעצט אַ דומע פֿראַגע געפֿרעגט, פֿון וואַנען זאָלסטו וויסן זאָלכע זאַכן, דו ביסט נאָך אַ יונג קינד, האָסט זיך דערצויגן אין אַ קליין שטעטל און ביסט נאָך אין דער גרויסער וועלט זייער אומפּראַקטיש. דערום באַטראַכט איך דאָס אַלס מײַן שולדיקייט, דיך מײַן קינד אויפֿמערקזאַם צו מאַכן אויף אייניקע וויכטיקע קעגנשטאַנדן, וועלכע קאָנען דיך פֿון גרעסטער אומגליק פֿאַרהיטן. דו דאַרפֿסט וויסן, מײַן טאָכטער, אַז די גרויסוועלטיקע יונגע לײַט זײַנען ניט קאַרג אויף קאָמפּלימענטן פֿאַר אַ שיין מעדכען. דער גרעסטער טייל פֿון זיי פֿילן ניט דאָס, וואָס זייער מונד שפּריכט, דערום דאַרף מען ניט יעדן פֿון זיי גלויבן. ווען זאָגאַר איינער קניט פֿאַר דיר און שווערט, אַז זײַן ליבע צו דיר איז אומענדלעך גרויס, זאָלסטו גוט, זייער גוט נאָכפֿאָרשן, צי איז זײַן שבֿועה אַ ריכטיקע, דען עס זײַנען פֿילע פֿאַרדאָרבענע מענטשן אין דער וועלט.