אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
די באַטייליקטע אין דער ייִדיש־אונטערנעמונג אין שוועדן
די באַטייליקטע אין דער ייִדיש־אונטערנעמונג אין שוועדן

מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין שוועדן באַשלאָסן צו געבן ייִדיש דעם סטאַטוס פֿון אַ מינאָריטעט-שפּראַך, געשטיצט דורך דער מלוכה. מע האָט מיר עטלעכע מאָל דערציילט, ווי אַזוי דאָס אַלץ האָט זיך באַקומען. דאָך, פֿיל איך זיך ניט זיכער, פּינקטלעכער, ניט גענוג קוואַליפֿיצירט צו שרײַבן וועגן דעם. מע דאַרף אָבער ניט זײַן איבערגעשפּיצט, כּדי אין דעם באַשלוס ניט אײַנזען אַ צוגאָב פֿון פּאָליטיק, פֿון "שולד-געפֿיל", אין שײַכות מיט דער ראָלע, וואָס שוועדן — אָפֿיציעל, אַ נייטראַל לאַנד — האָט געשפּילט בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין דער אמתן, ווילנדיק אויסמײַדן אַ מלחמה מיט דײַטשלאַנד, האָט די שוועדישע רעגירונג ניט איין מאָל קאָמפּראָמיטירט דעם סטאַטוס פֿון אַ נייטראַל לאַנד.

אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, האָט דער באַשלוס צו געבן ייִדיש אַ מין מלוכה-סטאַטוס געהאַט ווייניק צו טאָן מיט דער ייִדישער כּלל-פּאָליטיק אין שוועדן. דעם סטאַטוס האָבן "דורכגעקלאַפּט", און לסוף טאַקע "אויסגעקלאַפּט", עטלעכע יחידים, ניט די קהילה. ייִדיש האָט דאָך אין יענע מקומות שוין כּמעט אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו דינען ווי אַ גערעדטע שפּראַך, להיפּוך צו די ערשטע יאָרן נאָכן חורבן. דעמאָלט האָבן ייִדיש גערעדט עטלעכע טויזנט ניצול-געוואָרענע, מערסטנטייל פּוילישע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין שוועדן. זייערע קינדער זײַנען אויסגעוואַקסן אין ייִדיש-רעדנדיקע משפּחות, כאָטש אַליין זײַנען די יונגע שוין געווען שוועדיש-רעדנדיקע; אָבער פֿאַרשטיין, האָבן זיי פֿאַרשטאַנען אַלץ, און אַזעלכע זײַנען דאָ אין לאַנד ניט ווייניק — מענטשן אין עלטער פֿון אַרום פֿופֿציק און זעכציק, בדרך-כּלל גוט-אויסגעשולטע און גוט-אינטעגרירטע אין דער געזעלשאַפֿט: דאָקטוירים, געלערנטע, לערער, מלוכה-אָנגעשטעלטע, געשעפֿטסלײַט, וכ׳.

מיט נײַן יאָר צוריק איז מיר אויסגעקומען צו באַטייליקן זיך אין דעם סאַמע ערשטן דרײַ-טאָגיקן סעמינאַר, וואָס מע האָט אָרגאַניזירט פֿאַר, און דורך, אָט דעם דור ייִדן נאָכן אַרײַננעמען ייִדיש אין דער אָפֿיציעלער רשימה פֿון די רעגירונג-געשטיצטע שפּראַכן. כ׳געדענק ווי דעמאָלט האָבן אייניקע זיך געחידושט, ווען זיי האָבן געקענט עפּעס זאָגן אויף ייִדיש. פֿון מאָל צו מאָל האָבן זיי געהאַט שוועריקייטן מיט פֿאַרשטיין מײַן ייִדיש, וואָס איז טיילווײַז ליטוויש און טיילווײַז "ליטעראַטוריש". אין אַזעלכע סעמינאַרן האָב איך זיך באַטייליקט נאָך צוויי מאָל, און הײַיאָר, דעם 21סטן–23סטן אויגוסט, בין איך ווידער — נאָך אַ זעקס-יאָריקן איבעררײַס — געווען אין "ייִדישן שוועדן".

אַ היפּש ביסל האָט זיך געביטן פֿאַר אָט דער צײַט. קודם-כּל, איז בעסער געוואָרן דער ניוואָ פֿון קענען ייִדיש. אויב די ערשטע סעמינאַרן פֿלעגט מען מאַכן פֿאַר פֿאַרשיידענע ניוואָען, אַרײַנגערעכנט אָנהייבער (און "כראָנישע" — פֿון יאָר צו יאָר — אָנהייבער אויך), איז איצט גייט עס פּשוט אַלץ אויף ייִדיש. ווי איך פֿאַרשטיי, שאַפֿן צוויי צי דרײַ הונדערט לײַט, מיט אַ גוטן צי אַ נישקשהדיקן ייִדיש, די סבֿיבֿה פֿון Sällskapet för Jiddisch och Jiddischkultur i Sverige, אַזוי הייסט אויף שוועדיש די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור אין שוועדן. תּחילת איז עס געווען, דער עיקר, אַ שטאָקהאָלמער קרײַז. איצט כאַפּט עס שוין אַרום אויך אַנדערע שטעט.

אַ חוץ די יערלעכע דרײַ-טאָגיקע אונטערנעמונגען ערגעץ מחוץ די שטעט, קומען מענטשן זיך צונויף און לייענען ייִדישע ביכער. עטלעכע האָבן מיר געזאָגט, אַז זיי איז זייער געפֿעלן געוואָרן י.י. זינגער און זיי קלײַבן זיך לייענען ווײַטער זײַנע ווערק. איך מיין, אַז דאָס שפּיגלט אָפּ די גרונט-טענדענץ אין אָט דער סבֿיבֿה: ייִדיש אינטערעסירט זיי, דער עיקר, ווי אַ ירושה-שפּראַך, און די לעקטור מוז זײַן וועגן אַ מאָל, וועגן דער תּקופֿה פֿון פֿאַרן חורבן. דאָס דערקלערט אויך זייער אַ באַגרענעצטן אינטערעס צו דער איצטיקער ייִדישער פּרעסע. בכלל, בײַ מיר, האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ אײַנדרוק: אין שוועדן קען דער "פֿאָרווערטס" האָבן לייענער ניט אַזוי צווישן דעם הויפּטשטראָם פֿון דער Sällskapet, ווי צווישן דעם עלטערן דור, צווישן זייערע אייניקלעך וואָס לערנען אויס די שפּראַך, ווי אויך צווישן די געציילטע ניט-ייִדן, וואָס האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט מיט אונדזער שפּראַך און קולטור.

איינער פֿון די ניט-ייִדישע ענטוזיאַסטן, סטאַפֿאַן בעס (Staffan Böös), איז אַ לערער פֿון ייִדיש אין גיאָטעבאָרג. ער איז טאַקע אַ שוועדישער לערער פֿון אַ גאַנץ יאָר, אָבער איצט איז ער פּענסיאָנירט און קען זיך אָפּגעבן מיט דער ייִדישער שפּראַך. אַ חוץ סטודענטן בײַ דער קהילה, האָט ער אין דעם פֿאַרגאַנגענעם אַקאַדעמישן יאָר געהאַט אַ קלאַס פֿון אַ פּאָר תּלמידים אין אַ מיטלשול. ס׳איז, אַגבֿ, אויך אַ פּאַראַדאָקס: אין אַ געוויינטלעכער שול איז אפֿשר גרינגער צו געפֿינען בעלנים צו לערנען ייִדיש איידער אין אַ ייִדישער שול, ווײַל דאָרטן מוז מען דאָך לערנען העברעיִש. ייִדיש האָט אַ סטאַטוס בײַ דער מלוכה, אָבער ייִדישע עלטערן ווילן, אַז זייערע קינדער זאָלן קענען העברעיִש. בפֿרט אויב די רייד גייט וועגן די עלטערן, וואָס שיקן זייער קינדער דווקא אין אַ ייִדישער שול.

אָבער מע האָט מיר דערציילט וועגן אַ צאָל יונגע לײַט, וואָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש. אַ סבֿרא, אַז מע וויל מאַכן שטאַרקער דעם טייל פֿון ייִדיש-טעטיקייט, מיט באַזונדערע אונטערנעמונגען פֿאַרן יונגן דור. צו מישן זיך מיט די יונגע וויל מען ניט, און איך פֿאַרשטיי עס, ווײַל די דרײַ-טאָגיקע סעמינאַרן טראָגן אין זיך ניט ווייניק "פּורימדיקע" עלעמענטן, ווען מענטשן דערלויבן זיך אויך צו מאַכן נאַריש, און צו טאָן אַזעלכע זאַכן איז גרינגער צווישן דעם עולם פֿון דעם זעלבן עלטער.

ס׳איז קלאָר, אַז אַ דאַנק דעם וואָס ייִדיש איז אינסטיטוציִיִרט געוואָרן, האָט די שפּראַך פֿאַרנומען אַ ממשותדיק אָרט אין לעבן פֿון הונדערטער יחידים, ווי אויך אין שוועדיש-ייִדישן לעבן בכלל. דאָס וואָלט, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿאָרגעקומען אָן טיכטיקע, איבערגעגעבענע אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדיש-געזעלשאַפֿט. הקיצור, אין דער וועלט פֿון ייִדיש האָט זיך אין דעם יאָרהונדערט שוין אויסגעפֿורעמט אַן אייגענער, געראָטענער "נוסח-שוועדן".