אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז איינער פֿון די הויפּט-פֿאַקטאָרן, וואָס האָט אין משך פֿון יאָרצענדליקער באַשטימט די מאָדערנע געשיכטע. נאָך איצט פֿילט זיך עס אין די באַציִונגען מיט רוסלאַנד. ביידע צדדים קוקן תּמיד מיט חשד איינער אויפֿן אַנדערן. רוסאָפֿאָביע פֿאַרלאָזט ניט די אַמעריקאַנער פּאָליטיק, בפֿרט אין דעם רעפּובליקאַנער לאַגער, בעת אין רוסלאַנד זײַנען די נאַציאָנאַליסטן בדרך-כּלל געשטימט זייער אַנטי-אַמעריקאַניש. אָבער פֿון מאָל צו מאָל ווערט צווישן די מדינות אַ לעבן ווי אַ לעקעך, אָדער נאָענט צו דעם. אַזוי איז עס געווען, למשל, אין אייניקע יאָרן, אַרײַנגערעכנט 1959, פֿון ניקיטאַ כרושטשאָוון, ווען דער סאָוועטישער רעזשים איז נאָך סטאַלינס טויט אין 1953 געוואָרן אַ ביסל מער ליבעראַל, מער אָפֿן צו קאָנטאַקטן מיט דער מערבֿדיקער וועלט בכלל און מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן בפֿרט.

פֿאַרן ייִדישן לעבן איז 1959 אויך געווען אַ וויכטיק יאָר. דעמאָלט האָט מען אין אַ סך לענדער גאַנץ ברייט אָפּגעמערקט דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון שלום-עליכמען, און אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען באַשלאָסן צו ווײַזן, ווי מע האַלט דאָרטן אַ וועלט פֿון דעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אין דער אַטמאָספֿער פֿון יוביליי-אונטערנעמונגען איז אין מאָסקווע אַרויס אַ זאַמלבוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון שלום-עליכמס דערציילונגען — דאָס ערשטע בוך אויף ייִדיש אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, נאָך דעם ווי סוף 1940ער יאָרן האָט מען געהאַט רויִנירט די גאַנצע סטרוקטור פֿון סאָוועטיש-ייִדישער קולטור.

אין דעם זעלבן יאָר האָט דער מאָסקווער קרעמל ווידער אַ מאָל געוויזן זײַן "לײַטזעליקייט" דורך דערלויבן צו דרוקן אַ סידור. דאָס איז געווען אַ ווייניק-צענזורירטע אויסגאַבע פֿון אַ געוויינטלעכן "סידור-השלם", דאָס הייסט, אַ "פֿולער" סידור, אָבער דער אידעאָלאָגישער שטעמפּל האָט זיך געזען שוין אויף דער הילע: אינעם נוסח פֿון דער דעמאָלטיקער סאָוועטישער קאַמפּאַניע פֿאַר שלום אין דער וועלט, האָט מען דעם מאָסקווער סידור פּאַציפֿיסטיש באַפּוצט מיטן טיטל "סידור השלום".

אַ ייִדישער קאָמפּאָנענט איז געווען אויך אין דעם ענין פֿון דער ערשטער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַמעריקאַנער אויסשטעלונג. געעפֿנט האָט מען זי אין יוני 1959 אין דעם מאָסקווער פּאַרק "סאָקאָלניקי". צוליב דעם איז קיין מאָסקווע געקומען ריטשאַרד ניקסאָן. דעמאָלט איז ער געווען דער וויצע-פּרעזידענט. צווישן די ביכער, וואָס מע האָט באַוויזן דעם סאָוועטישן עולם, זײַנען געווען אויך ביכער אויף ייִדיש און העברעיִש.

בכלל, איז די אויסשטעלונג געווען אַ קאָפּ-דרייעניש פֿאַר סאָוועטישע אידעאָלאָגן, ווײַל זיי האָבן מורא געהאַט, אַז דעם סאָוועטישן מענטש האָט געקענט געפֿעלן ווערן דאָס קאַפּיטאַליסטישע לעבן, וואָס די אויסשטעלונג האָט געוויזן פֿון פֿאַרשיידענע זײַטן. למשל, מע האָט אין "סאָקאָלניקי" אויפֿגעבויט אַ טיפּיש הויז, פֿאַר 13 טויזנט דאָלאַר (אָן דעם שטח ערד), מיט מעבל און אײַנריכטונגען פֿון "מייסיס" פֿאַר 5 טויזנט דאָלאַר. דאָס דאָזיקע הויז האָט באַזונדערס געדאגהט די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן, ווײַל אַ טיפּישע וווינונג פֿון אַ סאָוועטישן מענטשן האָט אויסגעזען גאָר אַנדערש.

אין די סאָוועטישע צײַטונגען האָט מען דערקלערט, אַז די אַמעריקאַנער לײַגן, מחמת אַזאַ הויז האָט געקענט זיך דערלויבן נאָר אַ רײַכע משפּחה. מע האָט געשריבן, אַז אַזוי קען מען דאָך אויך דעם בוקינהעמער פּאַלאַץ ווײַזן ווי אַ טיפּיש הויז פֿון אַן ענגלישן אַרבעטער. אַמעריקאַנער צײַטונגען האָבן, פֿאַרשטייט זיך, ניט געמאַכט קיין שווײַג און אָנגעוויזן אויף פּונקט אַזעלכע רעאַלע הײַזער, וואָס זײַנען טאַקע געווען צוטריטלעך פֿאַר די אַמעריקאַנער מיט אַ דורכשניטלעכער הכנסה. אָבער דאָס האָט מען געקענט לייענען אין אַמעריקע. סאָוועטישע בירגער האָבן קיין צוטריט צו דער אויסלענדישער פּרעסע ניט געהאַט.

אין די טעג פֿון דער אויסשטעלונג זײַנען געווען קולטור-אונטערנעמונגען, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט אויך די אַמעריקאַנער געסט. צווישן זיי זײַנען געווען די שוועסטער בערי (אָדער "באַרי", ווי מע האָט צו מאָל געשריבן). זיי, קלער און מירנע, וועמעס אמתער פֿאַמיליע-נאָמען איז געווען בייגעלמאַן, זײַנען צו יענער צײַט שוין געווען זייער פּאָפּולער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די סאָוועטישע פֿאָרשטייער, וואָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט דער קולטור-פּראָגראַם פֿון דער אויסשטעלונג, האָבן דערזען און דערהערט די שוועסטער בערי אויף דער טעלעוויזיע און פֿאָרגעלייגט, זיי זאָלן זינגען אין מאָסקווע. געזונגען האָבן זיי אין דעם "גרינעם טעאַטער" פֿונעם גאָרקי-פּאַרק אין מאָסקווע.

דעמאָלט האָט זיך קיין רוסלאַנד "אומגעקערט" אויך דאָס ליד "בייגעלעך" ("בובליטשקי"). דאָס ליד איז געבוירן געוואָרן אין 1926, אויף רוסיש. איר מחבר, יעקבֿ דאַווידאָוו, איז געווען מער באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים "יאַדאָוו". ער האָט געשריבן הומאָריסטישע קופּלעטן און לידער פֿאַר אַ סך אַקטיאָרן. דאָס ליד "בייגעלעך" איז גלײַך געוואָרן פּאָפּולער און זייער גיך געבראַכט געוואָרן קיין אַמעריקע, וווּ עס האָט באַקומען אַ נײַ לעבן אויף ייִדיש. און שוין אויף ייִדיש האָט זיך עס לסוף אומגעקערט קיין רוסלאַנד, אין דעם רעפּערטואַר פֿון די בערי־שוועסטער. פֿון דעמאָלט אָן זײַנען די שוועסטער בערי געווען געוואַלדיק פּאָפּולער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

ניט לאַנג צוריק האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ מודעה וועגן אַ נײַער פּיעסע, אויפֿגעפֿירט אָנהייב 2008 אין נצרת־עילית, אין דעם היגן רוסישן טעאַטער. די פּיעסע האָט געהייסן "די שוועסטער בערי אין מאָסקווע". הייסט עס, אַז מע האָט נאָך ניט פֿאַרגעסן וועגן זייער באַזוך מיט 50 יאָר צוריק.