אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
מאַקס ווײַנרײַך
מאַקס ווײַנרײַך
Forward Association

איך קוק אַרײַן פֿון מאָל צו מאָל אין דעם "לעקסיקאָן פֿון 'פֿאָרווערטס’-שרײַבער זינט 1897", צונויפֿגעשטעלט דורך אליהו שולמאַן און שמעון וועבער. קיין יאָר טראָגט אויף זיך ניט די אויסגאַבע, אָבער אַרויס איז עס, אַ פּנים, אין 1986. וועגן מאַקס ווײַנרײַכן שטייט דאָרטן געשריבן: "אין 1919 האָט ווײַנרײַך אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן 'פֿאָרווערטס’ און זינט דעמאָלט געדרוקט פּאָפּולערע אַרטיקלען וועגן צײַט-פּראָבלעמען און קאָרעספּאָנדענציעס. אַזוי איז ווײַנרײַך געווען דער 'פֿאָרווערטס’-קאָרעספּאָנדענט אויף דער היסטאָרישער גענואַ-קאָנפֿערענץ [...] ווײַנרײַך האָט געשריבן פֿאַרן 'פֿאָרווערטס’ לענגערע סעריעס אַרטיקלען וועגן היסטאָרישע פֿיגורן און וועגן שרײַבער."

מיר איז שוין לאַנג צוריק קלאָר געוואָרן, אַז אויפֿן "לעקסיקאָן" קען מען זיך ניט פֿאַרלאָזן. ער איז, בכלל, געמאַכט געוואָרן בחפּזון. מיט מאַקס ווײַנרײַכס אַרטיקל זײַנען אויך דאָ פּראָבלעמען. אין עטלעכע חדשים אַרום וועט, מירטשעם, אַרויסגיין אין אָקספֿאָרד אַ באַנד, וואָס הייסט Yiddish in Weimar Berlin, רעדאַקטירט דורך אַני-הקטן און מיכאל קרוטיקאָוו. צווישן די אָריגענעלע אַרבעטן, וואָס גייען אַרײַן אין דער אויסגאַבע, איז דאָ אויך אַן אַרטיקל פֿון עמי בלאַו, אַ יונגער ליטעראַטור-היסטאָריקערין, וועגן ווײַנרײַכן, וואָס האָט נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה געוווינט אין דײַטשלאַנד. איר פֿאָרשונג ווײַזט, בפֿרט, ווי אַזוי — דווקא גאַנץ צופֿעליק — האָט זיך אָנגעהויבן ווײַנרײַכס מיטאַרבעט מיטן "פֿאָרווערטס", און געווען איז עס אין יאָר 1920, ניט אין 1919.

אין 1923 האָט ווײַנרײַך פֿאַרטיידיקט זײַן דיסערטאַציע און אַוועקגעפֿאָרן קיין ווילנע, וווּ אים איז באַשערט געווען צו ווערן די הויפּט-פֿיגור אין דעם ייִדישן אַקאַדעמישן צענטער, ייִוואָ, וואָס לעבט נאָך, גאָט צו דאַנקען, ביזן הײַנטיקן טאָג. אמת, ניט אין ווילנע, נאָר אין ניו-יאָרק. דאָס איז אַלץ גוט באַקאַנט. איך האָב אויך געוווּסט, אַז ווײַנרײַכס מיטאַרבעט מיטן "פֿאָרווערטס" האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט. אָבער ניט דער "לעקסיקאָן", ניט — אויף וויפֿל איך ווייס — קיין אַנדערע פּובליקאַציעס רעדן ניט וועגן דעם אמתן פֿאַרנעם פֿון זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט דער צײַטונג.

כ׳האָב אויך קיין אַנונג וועגן דעם ניט געהאַט ביז אַ פּאָר וואָכן צוריק, ווען אַ טעמע מיט אַ קנאַפּן שײַכות צו ווײַנרײַכן האָט מיך פֿאַרטראָגן אין דער ביבליאָטעק פֿון ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט. געקוקט האָב איך אַ מיקראָפֿילם פֿון די פּאַפּירן פֿונעם געוועזענעם פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס", ברוך טשאַרני-וולאַדעק. אויף דער טאַשמע זײַנען צופֿעליק געווען אויך אַ ביסל קאָרעספּאָנדענצן צווישן וולאַדעקן און ווײַנרײַכן. ברענג איך ווײַטער אַ פּאָר אויסצוגן, אויף ענגליש און אין מײַן ייִדישער איבערזעצונג.

פֿון וולאַדעקס אַ בריוו צו ווײַנרײַכן, קיין ריגע, דעם 14טן מאַרץ 1937:

As I have already told you at our meeting in Warsaw, last summer, we are organizing our European Information Service in such a way that your work would be required primarily in the Baltic countries and Central Europe, as before. We are quite satisfied with last year’s arrangements under which Riga and Vienna were your main headquarters. The only improvement we can think of is that outside of the above mentioned countries, you should attempt, as much as possible, to cover the Scandinavian counties, too. Your trip to Copenhagen last summer, was very fruitful. We need more material from those countries. I don’t think it is necessary to give you detailed instructions. For the seventeen years that you have been on our staff, you have learned of our needs and relations.

ווי איך האָב אײַך שוין געזאָגט בעת אונדזער באַגעגעניש אין וואַרשע, פֿאַראַיאָרן זומערצײַט, אָרגאַניזירן מיר אונדזער אייראָפּעיִשע אינפֿאָרמאַציע-דינסט אויף אַזאַ אופֿן, אַז, אַזוי ווי פֿריִער, וועט אײַער אַרבעט זײַן נייטיק, דער עיקר, אין די באַלטישע לענדער און אין צעטראַל-אייראָפּע. מיר זײַנען גאַנץ צופֿרידן מיטן פֿאַראַיאָריקן מצבֿ, ווען ריגע און ווין זײַנען געווען די הויפּט-פּונקטן פֿון אײַער באַזירונג. די איינציקע פֿאַרבעסערונג, וועגן וועלכער מיר קענען טראַכטן, איז פֿאַרבונדן מיט פֿאַרברייטן די אַרבעט מחוץ די אויבן-דערמאָנטע לענדער און פּרוּוון אַרײַננעמען אויך די סקאַנדינאַווישע לענדער. מיר נייטיקן זיך אין מער מאַטעריאַלן פֿון די דאָזיקע לענדער. כ׳גלייב ניט, אַז מע דאַרף אײַך געבן פּרטימדיקע אינסטרוקציעס. נאָך די זיבעצן יאָר וואָס איר זײַט אַ טייל פֿון אונדזער פּערסאָנאַל, האָט איר זיך באַקענט מיט אונדזערע באַדערפֿענישן און צווישן-באַציִונגען.

פֿון וולאַדעקס אַ בריוו צו ווײַנרײַכן, קיין ווילנע, דעם 13טן דעצעמבער 1937:

I am writing this on the threshold of the New Year to tell you that your services to us are becoming more and more important every day. Jacob Lestschinsky, as you know, is very often being sent on special missions and we don’t get as much news from Poland as we would like to. We would like to have more cable material and more news letters, and if in order to get this, you have to travel more extensively, we shall be glad to cover your expenses.

Also, we would like you if possible, to visit Latvia, Czechoslovakia and Austria and write to us from time to time on prevailing conditions from the standpoint, of course, of Polish interests.

איך שרײַב אײַך אויפֿן שוועל פֿון נײַעם יאָר צו זאָגן אײַך אַז אײַער אַרבעט ווערט פֿון טאָג צו טאָג אַלץ וויכטיקער פֿאַר אונדז. יעקבֿ לעשצינסקי [ביז 1933 — דער אָנפֿירער פֿונעם בערלינער ביוראָ פֿון "פֿאָרווערטס", דערנאָך — דער פֿאָרשטייער אין פּוילן], פֿילט אויס, ווי איר ווייסט, זייער אָפֿט ספּעציעלע שליחותן און קען אונדז ניט שיקן נײַעס-באַריכטן אין דעם פֿאַרנעם, אין וועלכן מיר וואָלטן געוואָלט זיי האָבן. מיר וואָלטן געוואָלט קריגן מער מאַטעריאַלן, סײַ טעלעגראַמען און סײַ בריוו, און אויב איר דאַרפֿט צוליב דעם מער אַרומפֿאָרן, זײַנען מיר גרייט צו דעקן אײַערע הוצואות.

אַ חוץ דעם, וואָלט עס געווען זייער גוט, טאָמער איר וואָלט געקענט באַזוכן לעטלאַנד, טשעכאָסלאָוואַקיע און עסטרײַך און שרײַבן פֿאַר אונדז פֿון צײַט צו צײַט וועגן די הויפּט-טענדענצן אין דאָרטיקן לעבן, באַטראַכטנדיק עס, פֿאַרשטייט זיך, פֿונעם קוקנווינקל פֿון פּוילישע אינטערעסן.

די ענגלישע שפּראַך, וואָס ווערט גענוצט אין די בריוו, ווײַזט, אַז זיי זײַנען געשריבן געוואָרן ניט סתּם ווי אינסטרוקציעס פֿאַר ווײַנרײַכן. אַזעלכע בריוו האָט וולאַדעק געשריבן אויף ייִדיש. אָבער ענגלישע בריוו האָט ווײַנרײַך געקענט אויסנוצן אויך, צי אַפֿילו דער עיקר, פֿאַר אַנדערע צילן. למשל, פֿאַר באַקומען וויזעס אין די לענדער, וווּהין די רעדאַקציע האָט אים געשיקט.

אַזוי צי אַזוי, איז קלאָר פֿון די דאָזיקע בריוו (ווי אויך אַנדערע, וואָס איך ציטיר ניט דאָ), אַז ווײַנרײַכס פֿאַרבינדונג מיטן "פֿאָרווערטס" איז געווען זייער אַן ענגע. ס׳איז געווען, בלי-ספֿק, מער ווי שרײַבן "לענגערע סעריעס אַרטיקלען וועגן היסטאָרישע פֿיגורן און וועגן שרײַבער."