פּאָליטיק

דעם 23סטן אויגוסט 1915 האָט די רוסישע סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿט "סאָציִאַל-דעמאָקראַט" פֿאַרעפֿנטלעכט וולאַדימיר לענינס אַרטיקל "וועגן דעם לאָזונג פֿון אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אייראָפּע". לענין האָט געטענהט, אַז דעם דאָזיקן רעאַקציאָנערן געדאַנק האָט מען געדאַרפֿט אָפּוואַרפֿן כּל-זמן קאַפּיטאַליזם האָט ניט אויפֿגעהערט צו הערשן אין אייראָפּע. אָבער אַפֿילו סטראַטעגיש האָט ער פֿאַר סאָציאַליסטן ניט געזען קיין זין אין אַזאַ פֿאַראייניקונג, מחמת דער ציל האָט דאָך געמוזט בלײַבן אַן אַנדערער — אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון דער גאָרער וועלט.

איך ווייס ניט, אין וועלכן מצבֿ געפֿינט זיך די טעג לענינס קערפּער, וואָס ליגט מומיפֿיצירט אין דעם מאָסקווער מאַווזאָליי. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז ער וואָלט געדאַרפֿט זיך איבערקערן נאָך דעם רעפֿערענדום אין אירלאַנד, דעם 3טן אָקטאָבער, וואָס האָט געעפֿנט אַ וועג צו אַ נאָך שטאַרקערער קאָנסאָלידאַציע פֿון די 27 (דווקא קאַפּיטאַליסטישע) מדינות פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג.

מיט אַ יאָר צוריק, בעת אַן ענלעכן רעפֿערענדום, האָט אירלאַנד געזאָגט "ניין". דעמאָלט האָט מען שוין געטראַכט, אַז דער אירלענדישער מידת-הדין האָט געמאַכט אַ סוף צו דעם גאַנצן פּלאַן פֿון אײַנפֿירן די צוויי וויכטיקע שטעלעס: פּרעזידענט און אויסערן-מיניסטער פֿון דער פֿאַראייניקונג. אָט די פֿיגורן זײַנען פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ וועג צו דער טראַנספֿאָרמירונג פֿון דער פֿאַראייניקונג אין אַ פֿעדעראַטיווער כּמו-מדינה. דעם נײַעם פֿאָרמאַט פֿון דער פֿאַראייניקונג באַשרײַבט דער ליסבאָנער אָפּמאַך, אונטערגעשריבן אין דעצעמבער 2007 דורך די 27 מלוכה-פֿירער. דער אָפּמאַך האָט פֿאַרביטן די פֿריִערדיקע באַמיִונגען אָנצונעמען אַן אייראָפּעיִשע קאָנסטיטוציע.

די אירלענדער זעען הײַנט דעם ליסבאָנער אָפּמאַך און, בכלל, אייראָפּע אַנדערש איידער זיי האָבן עס געזען זומערצײַט 2008, ווען דער ערשטער רעפֿערענדום האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ ביטערער מפּלה פֿאַר אַלע אָנהענגער פֿון אייראָפּעיִשער צעטראַליזאַציע. אין 2008 האָט מען נאָך ניט פֿאַרשטאַנען, אַז דער אירלענדישער "עקאָנאָמישער נס" האָט געהאַלטן בײַם פֿאַרענדיקן זיך. זינט דעמאָלט האָט דאָס לאַנד גוט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון עקאָנאָמישן קריזיס.

די פּרײַזן פֿון הײַזער און דירות זײַנען אין אירלאַנד געפֿאַלן מער איידער אין ס׳רובֿ אַנדערע לענדער. טויזנטער מענטשן זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַרבעט. אָבער די עקאָנאָמיע האָט זיך, פֿונדעסטוועגן, ניט אין גאַנצן צעפֿאַלן, און די אירלענדער ווייסן, אַז געראַטעוועט האָט זיי, אין אַ גרויסער מאָס, די עקאָנאָמישע שטיצע מצד דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. די שטימונג פֿון אָפּהענגיקייט פֿון אַ צענטראַליזירטער אייראָפּע האָט, בלי-ספֿק, געווירקט אויף דעם רעזולטאַט פֿונעם רעפֿערענדום, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט 58 פּראָצענט אירלענדער, און 67 פּראָצענט פֿון זיי האָבן אונטערגעהאַלטן די ווײַטערדיקע אייראָפּעיִשע אינטעגראַציע.

אין אַלע אַנדערע לענדער האָט זיך קיין רעפֿערענדום ניט געפֿאָדערט. באַשלוסן פֿון אַזאַ סאָרט זײַנען דאָרטן קאָנסטיטוציאָנעל אַרויפֿגעלייגט אויף די פּאַרלאַמענטן צי אַנדערע מלוכה-סטרוקטורן. עד-היום זײַנען פֿאַרבליבן בלויז צוויי מניעות אויפֿן וועג צום מקוים ווערן דעם ליסבאָנער אָפּמאַך, דהײַנו: די פּרעזידענטן פֿון פּוילן און טשעכיע. אין ביידע לענדער האָבן די פּאַרלאַמענטן שוין געהאַט ראַטיפֿיצירט דעם אָפּמאַך, אָבער די פּרעזידענטן האָבן זיך דערווײַל פֿאַרעקשנט. אַ סבֿרא, אַז פֿאַר זיי וואָלט אַ נעגאַטיווער באַשלוס פֿון די אירלענדער געווען אַ טײַערע מתּנה, ווײַל איצט וועט גאַנץ אייראָפּע פֿאָדערן זייערע חתימות.

פֿון דער סבֿיבֿה אַרום דעם פּוילישן פּרעזידענט לעך קאַטשינסקי האָט מען גלײַך דערהערט אָנצוהערענישן, אַז ער וועט אָט-אָט אונטערשרײַבן די ראַטיפֿיקאַציע. און ער האָט עס טאַקע געטאָן דעם 10טן אָקטאָבער. דער מצבֿ איז קאָמפּליצירטער מיטן טשעכישן פּרעזידענט וואַצלאַוו קלאַוס. בפֿרט נאָך, אַז ער האָט שוין ניט איין מאָל געוויזן זײַן גרייטקייט — צי אַפֿילו נטיה — צו גיין קעגן דעם כּלל. אמת, די רייד גייט נישט סתּם וועגן עקשנות פֿון דעם פּרעזידענט. ער האָט מורא, אַז אייניקע טיילן פֿון דעם ליסבאָנער אָפּמאַך עפֿענען אַ וועג פֿאַר רעסטיטוציע־פֿאָדערונגען מצד דײַטשן, וועלכע זײַנען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון טשעכיע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. וואַצלאַוו קלאַוס האָט דערווײַל געשיקט דעם ענין אין דעם טשעכישן קאָנסטיטוציע-געריכט. אָבער אַפֿילו פֿון קלאַוסן הערט מען איצט צוזאָגנדיקע "סיגנאַלן".

מע האַלט, אַז אָנהייב 2010 וועט דער גאַנצער פּראָצעס זיך סוף-כּל-סוף פֿאַרענדיקן. דאָס איז וויכטיק אויך צוליב דער סכּנה מצד די בריטישע קאָנסערוואַטאָרן, וועלכע קענען געווינען די קומענדיקע וואַלן אין יאָר 2010. אַנטי-אייראָפּעיִשע שטימונגען זײַנען גאַנץ שטאַרק אין דער פּאַרטיי און צווישן אירע אָנהענגער. מע הערט שוין וועגן אַנולירן די ראַטיפֿיקאַציע, דורכגעפֿירט דורך די לייבאָריסטן, כּדי צו ברענגען דעם ליסבאָמער אָפּמאַך פֿאַר אַ רעפֿערענדום. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז דאָס איז ניט מער ווי אַ סטראַשונעק און אַז דייוויד קאַמעראָן, דער פֿירער פֿון די קאָנסערוואַטאָרן, וועט ניט וועלן זיך קעגנשטעלן דער גאַנצער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. אָבער — ווער ווייסט!

אַזוי צי אַזוי, שושקעט מען זיך שוין, און אָפֿט מאָל בקול-רם, וועגן דעם קומענדיקן פּרעזידענט. אַזאַ פֿיגור וועט, לויט די ליסבאָנער תּקנות, אויסקלײַבן אויף 2.5 יאָר דער נײַער אָרגאַן, דער אייראָפּעיִשער ראַט, אין וועלכן עס גייען אַרײַן די 27 מלוכה-פֿירער. טאָני בלער, דער געוועזענער בריטישער פּרעמיער-מיניסטער, שנײַדט זיך אויף אַ פֿאַוואָריט פֿון ס׳רובֿ לענדער. אַמווייניקסטן איז ער, אפֿשר, פּאָפּולער דווקא אין זײַן לאַנד, וווּ אַ היפּש ביסל מענטשן קענען אים ניט מוחל זײַן אַ צאָל חטאָים, אַרײַנגערעכנט זײַן צענטראַלע ראָלע אין דער איראַקער מלחמה.