מוזיק

ס’איז באמת אַ גליק, וואָס דער מענטשלעכער זכּרון קאָן פֿאַרבינדן פֿאַרשידענע צײַטן. ער לאָזט נישט פֿאַרשוווּנדן ווערן די געשעענישן און נעמען פֿון פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן פֿאַרדינט צו פֿאַרבלײַבן אינעם מאָרגן. ווי פֿאַרשלעפּט דער געדאַנק זאָל נישט זײַן, פֿריידט מען זיך יעדעס מאָל, ווען ער ווערט ווידער באַשטעטיקט.

ס’איז פֿאָרט אַ שאָד, וואָס צוליב דער טעגלעכער האַוועניש, באַמערקן מיר אָפֿטלעך נישט בײַ די מענטשן, וועלכע טרעפֿן זיך אויף אונדזער וועג, די טיפֿע אייגנאַרטיקייטן פֿון זייער נאַטור. ערשט מיט דער צײַט, אומקוקנדיק זיך צוריק אויף די אויסגעלעבטע יאָרן, הייבט מען אָן פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿון זייער בײַזײַן אין אונדזער לעבן. אַזוי איז אויך געשען, ווען כ’האָב באַקומען פֿון אַמעריקע אַ פּשוט פּאָסטפּעקל...

אין ניו־יאָרק לעבט אַ גוטער מענטש מיט אַ ליכטיקן קאָפּ. זײַן נאָמען איז גאַרי שירמאַן, און ער איז הײַנט צו טאָג דער עלטסטער פֿאָרשטייער פֿון אַ גרויסער משפּחה, צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט. דווקא אים האָב איך געמיינט, רעדנדיק וועגן די זעלטענע פּערזענלעכייטן, וואָס דער גורל האָט מיך מיט זיי צונויפֿגעפֿירט אין די יאָרן פֿון מײַן ווײַטער יוגנט.

מיט אַ צוואַנציק יאָר צוריק האָט גאַרי שירמאַן פֿאַרלאָזט זײַן היימשטאָט קעשענעוו און זיך איבערגעפּעקלט קיין אַמעריקע. דעם באַגאַזש, וואָס ער האָט אַרויסגעפֿירט אין אַנדערן עק וועלט, האָט די שטרענגסטע סאָוועטישע גרענעץ־אַמט נישט מסוגל געווען צו קאָנפֿיסקירן. ער האָט אַרויסגעפֿירט מיט זיך זײַנע דערמאָנונגען וועגן קרובֿים און פֿרײַנד, וועגן די שווערע יאָרן, וואָס האָבן זיך אײַנגעקריצט אין זײַן זכּרון. וועט איר זאָגן: אַזוי איז געשען נישט נאָר מיט אים; יעדער האָט וואָס צו דערמאָנען פֿון יענעם לעבן — אי גוטס, אי שלעכטס.

גאַרי שירמאַן איז אָבער געווען אַ וויכטיקער טייל פֿונעם קולטור־לעבן אין בעסאַראַביע און שפּעטער אין מאָלדאַוויע; איינער צווישן די גרעסטע ענטוזיאַסטן, וועלכע האָבן געמאַכט דאָרט די ערשטע טריט אויפֿן וועג פֿון דזשעז־מוזיק. איצט, שוין אַ בען־תּישעים, האָט ער זײַנע זכרונות וועגן יענער צײַט, אויסגעלייגט אויף פּאַפּיר און אַרויסגעגעבן אין אַ באַזונדער בוך. דאָס דאָזיקע פּאָסטפּעקל איז טאַקע געווען אַ קאָפּיע פֿון שירמאַנס בוך זכרונות.

סאַקסאָפֿאָניסט גאַרי שירמאַן (רעכטס) בעתן קאָנצערט פֿון
סאַקסאָפֿאָניסט גאַרי שירמאַן (רעכטס) בעתן קאָנצערט פֿון

רירנדיק איז צו לייענען, ווי דער אַלטער מוזיקער נעמט צונויף "בײַ איין טיש" זײַן גרויסע צעצווײַגטע משפּחה. אַ סך פֿון זיי האָב איך געקענט פּערזענלעך. עס שטייען אויף פֿאַר די אויגן בילדער פֿון צײַט, באַקאַנטע געשטאַלטן, גאַרי גופֿא, אַרומגערינגלט מיט זײַנע שוועסטער, קינדער, אייניקלעך... אַלע האָבן זיי, יעדע אויף זײַן אייגענעם אופֿן, בײַגעטראָגן אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָלדאַווישער מוזיקאַלער קולטור. ס’איז, דאַכט זיך, נישט געווען אין קעשענעוו אַזאַ קולטורעלער מענטש, ער זאָל נישט געווען הערן דעם פֿאַמיליע־נאָמען שירמאַן. איז לאָמיך פּרוּוון, ווי מעגלעך, זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן דער מתּנה, שירמאַנס בוך זכרונות.

ס’איז אַוודאי זייער וויכטיק, אַז דער מחבר שילדערט נישט נאָר זײַנע אייגענע און נאָענטע מענטשן. ער שרײַבט וועגן זײַנע קאָלעגעס און די איבערלעבענישן, וואָס האָבן אים מיט זיי פֿאַרבונדן: דאָס שאַפֿן אַן עכט־פּראָפֿעסיאָנעלן דזשעז־אָרקעסטער, מלחמה און די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן. "בוקוריִאַ" — פֿרייד — אַזוי האָט ער געהייסן דער באַקאַנטער, איבער דעם גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד, דזשעז־אָרקעסטער, איז געגרינדעט און אָנגעפֿירט געוואָרן דורך אַן אַנדער ייִד, שיקאָ אַראַנאָוו.

איך געדענק, ווי מײַן טאַטע, באָריס מילוטין, אַליין דער הויפּט־דיריגענט פֿונעם פֿילהאַרמאָנישן סימפֿאָנישן אָרקעסטער אין קעשענעוו, האָט גענומען אויף אַרבעט דעם יונגן פֿידלער, גאַרי שירמאַן. רעקאָמענדירט האָט אים גאַריס לערער, פּראָפֿעסאָר פֿון דער אָרטיקער קאָנסערוואַטאָריע יוסף דײַליס. מיט גאַרי האָב איך, ווי אַ פּיאַניסטקע, געשפּילט אין איין קאַמער־אַנסאַמבל. אָבער דעם יונגן מוזיקער האָט שוין דעמאָלט מער געצויגן צו דזשעז־מוזיק. אַ פֿעיִקער מענטש, האָט ער זיך גיך אויסגעלערנט שפּילן סאַקסאָפֿאָן.

מיט די שירמאַנס פֿאַרבינדט מיך מײַן אייגענע מוזיקאַלישע קאַריערע. נאָך אַ קינד, האָב איך זיך געלערנט בײַ גאַריס שוועסטער, אַ באַגאַבטע לערערין פֿון מוזיק־טעאָריע. מיט יאָרן שפּעטער, האָט זיך שוין זײַן זון, סימע, און דער פּלימעניק מיראָן, געלערנט בײַ מיר אין דער קעשענעווער קאָנסערוואַטאָריע.

די מוזיקאַלישע בראַנזשע פֿון דער מאָלדאַווישער עסטראַדע־מוזיק, וועגן וועלכער שירמאַן דערציילט אין זײַנע זכרונות־נאָטיצן, איז באַשטאַנען פֿון גלענצנדיקע דזשעז־מוזיקער, אַזעלכע ווי דער קלאַרנעטיסט שאַרל ברייטבורד, טראָמפּעטיסט מוסיע גאָלדמאַן, פֿידלער מאַרק קאַזשושנער, ראובֿן קאַפּלאַנסקי און אַנדערע. אינעם אַנסאַמבל "בוקוריִאַ" זײַנען געווען אויך זינגער און טענצער, וואָס זייער באַטייליקונג האָט געמאַכט די פּראָגראַם פֿאַרשידנאַרטיקער, פֿאַרווײַלערישער פֿאַרן ברייטערן עולם. אין זײַנע נאָטיצן האָט שירמאַן זיך באַמיט צו באַשרײַבן די פֿאַרביקע עפּיזאָדן פֿון פֿאַרשידענע קאָנצערט־פּראָגראַמען, זיי זאָלן פֿאַרבלײַבן אין דער קולטור־געשיכטע ווי אַ בולטער סימן פֿון יענער צײַט.

אַ באַזונדער אָרט פֿאַרנעמען אין זײַנע דערמאָנונגען די מענטשן, וואָס האָבן אים געעפֿנט די סודות פֿון זײַן פֿאַך — זײַנע לערער, מערקווירדיקע פּעדאַגאָגן: יע. סאַלין, מ. פּעסטער, אַ. פּאַוולאָוו, ק. פֿײַנשטיין, י. דײַליס און אַנדערע, וואָס האָבן אָפּגעגעבן אַ סך כּוח צו דערציִען דעם יונגן דור בעסאַראַבער מוזיקאַנטן. מיר ווייסן דאָך אַזוי ווייניק וועגן זיי. דעריבער איז אַזוי וויכטיק יעדע דערמאָנונג, געבראַכט פֿון די מענטשן, וואָס האָבן זיי געקענט.

לייענענדיק די קלוגע נאָטיצן פֿון גאַרי שירמאַן, הייבסטו ממש אָן צו גלייבן, אַז אויך בײַ נײַנציק יאָר קאָן אַ מענטש זײַן אַקטיוו און שאַפֿעריש. ס’איז אַוודאי נישט לײַכט צו באַשרײַבן נאָענטע מענטשן, וואָס זײַנען שוין לאַנג אַוועק אין דער אייביקייט; עס ווערט אָבער ליכטיקער אויפֿן האַרץ, ווען מע קוקט זיך אַרום אויף דער עלטער און מע זעט אייגענע קינדער און אייניקלעך, וואָס זײַנען ממשיך דײַן לעבנס־זאַך — וועבן ווײַטער די כּישוף־נעץ פֿון מוזיק. יאָ, אַ לאַנג לעבן האָט אויך אירע גרויסע מעלות און מע געפֿינט זיי אין די יורשים. דער זון, סימע, איז דאָ לעבן אים, אין ניו־דזשערזי. ער איז אַ באַקאַנטער דזשעז־מוזיקער, און ווי זײַן טאַטע שפּילט ער פֿידל און סאַקסאָפֿאָן. זײַן פּלימעניצע, קאַטיע שירמאַן, איז אַ באַקאַנטע טעאַטער־פֿאָרשערין. זי וווינט אין מאָסקווע און גייט אַרײַן אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון אַ באַקאַנטן מוזיקאַלישן פֿאָנד, באַגלײַך מיט די וועלט־באַרימטע מוזיקער, אַזעלכע ווי וולאַדימיר ספּיוואַקאָוו און וולאַדימיר קרײַנעוו. שוין די קינדער פֿון זײַנע קינדס קינדער פֿאַרנעמען וויכטיקע פּאָזיציעס אין אַמעריקע, ישׂראל, רוסלאַנד. מיט איין וואָרט — אַן עכטע מוזיקאַלישע דינאַסטיע.

קומט טאַקע דעם יובילאַר, גאַרי שירמאַן, אַ האַרציקער ייִשר־כּוח פֿאַר זײַן זכרונות־בוך און אַ וווּנטש, אַז די געדאַנקען וועגן זײַן פֿאַרגאַנגענהייט און די פֿרייד פֿון די דערפֿאָלגן, וואָס עס ברענגען אים זײַנע קינדער, אייניקלעך און אור־אייניקלעך זאָלן אים צוגעבן כּוח אָנצוגיין ווײַטער איבערן לעבן — ביז הונדערט און צוואַנציק יאָר!