‫פֿון רעדאַקציע

דער מצבֿ אין איראַן ווערט לעצטנס אַלץ מער אָנגעשטרענגט. מע רעדט שוין נישט וועגן אַן אויפֿברויז פֿונעם אומצופֿרידענעם המון, נאָר ממש וועגן א נײַער רעוואָלוציע, אָדער קאָנטער־רעוואָלוציע. וואָס זשע האָט אַזוינס געקאָנט אַרויסרופֿן אַזאַ צעיושעוועטן כּעס בײַ די מאַסן?

זעט אויס, אַז דער פּראָטעסט־כּוח קעגן דער איצטיקער מאַכט האָט גערײַפֿט אינעם פֿאָלק שוין לאַנג. מיר האָבן עס געזען זומער, בעת די דעמאָנסטראַציעס אויף די גאַסן פֿון טעהעראַן באַלד נאָך די פֿאַלסיפֿיצירטע וואַלן, וואָס האָבן אויף אַזאַ אופֿן דערמעגלעכט דעם פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד צו פֿאַרבלײַבן אויפֿן צווייטן טערמין. דעמאָלט איז די סיבה געווען אויפֿצושטעלן דעם יושר בנוגע דעם אָפּאָזיציע־קאַנדידאַט צו פֿאַרנעמען דעם פּרעזידענטישן אַמט, מיר כוסיין מוסאַווי.

דעם 20סטן דעצעמבער איז געשטאָרבן איינער פֿון די הויפּט־קעגנער פֿונעם איצטיקן רעזשים, דער אַיאַטאָלאַ כוסיין אַלי מאָנטעזאַרי. די לוויה פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם אַיאַטאָלאַ איז פֿאַר דער אָפּאָזיציע געווען אַ גוטער תּירוץ אַרויסצופֿירן אויף די גאַסן טויזנטער אָנהענגער פֿון מאָנטעזאַרי, קעגנער פֿון אַכמאַדינעדזשאַד, און דערמיט אויפֿצובלאָזן דעם טליִענדיקן פּראָטעסט־פֿײַער ווידער.

מיט אַ וואָך שפּעטער, דעם 27סטן דעצעמבער איז אויף אַ סודותפֿולן אופֿן דערהרגעט געוואָרן מיר כוסיין מוסאַוויס פּלימעניק, אַלי מוסאַווי. נאָך מער, זײַן קערפּער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿונעם שפּיטאָל. די אָפּאָזיציע האָט עס באַלד פֿאַרטײַטשט אַזוי, ווי עס לוינט איר: די מאַכט וויל נישט, אַז די צווייטע לוויה זאָל זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַן אמתן אויפֿשטאַנד.

די ווײַטערדיקע געשעענישן באַשטעטיקן, אַז דער טויט פֿון מוסאַוויס פּלימעניק איז גאָר נישט אַזאַ סודותפֿולע זאַך. שוין אויפֿן אַנדערן טאָג, דעם 28סטן דעצעמבער, זײַנען אַרעסטירט געוואָרן אַ ריי אָפּאָזיציאָנעלע פּאָליטיקער, בתוכם פֿון מיר כוסיין מוסאַוויס אָנהענגער. צווישן זיי איבראַהים יאַזדי, וואָס איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער פֿאַרווערטער פּאַרטיי "באַוועגונג פֿאַר פֿרײַהייט"; עס זײַנען צעשטערט געוואָרן די ביוראָען פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, וואָס געפֿינען זיך אין דער אָפּאָזיציע צו דער מאַכט פֿון אַכמאַדינעדזשאַד.

די איצטיקע פּראָטעסטן האָבן שוין אַרומגעכאַפּט נישט בלויז די שטעט טעהעראַן און איספֿאַגאַן, דאָס געבוירן־אָרט פֿון מאָנטעזאַרי, נאָר אויך זיך פֿאַרשפּרייט אויף אַנדערע שטעט — טעבריז, מאַשאַד, שיראַז און באַבול. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיין אויסלענדישע זשורנאַליסטן לאָזט מען אַהין נישט אַרײַן, און בכלל גיט די אָפֿיציעלע פּרעסע אַרויס אינפֿאָרמאַציע אויפֿן שפּיץ מעסער.

פֿון דעסטוועגן, די הײַנטיקע עלעקטראָנישע מיטלען דערמעגלעכן סײַ איבערצוגעבן, סײַ זיך צו דערוויסן אַ ביסל מער, ווי די איראַנישע מאַכט וואָלט געוואָלט. אַזוי האָט מען זיך דערוווּסט, אַז נאָר אין די לעצטע 2 טעג, דעם 28סטן און 29סטן דעצעמבער זײַנען דערהרגעט געוואָרן איבער 40 מענטשן, מער ווי 250 פֿאַרוווּנדעט און בערך 2 טויזנט זײַנען אַרעסטירט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַכמאַדינעדזשאַד און זײַן קליקע באַשולדיקן אין די אומרוען דעם מערבֿ. ער אַליין האָט אָנגערופֿן די געשעענישן "וווּלגאַרע מיזאַנסצענע, אָרגאַניזירט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל". דער אויסערן־מיניסטער, מאָטאַקי האָט זיך אויסגעדריקט נאָך קלאָרער: "אויב לאָנדאָן וועט נישט אויפֿהערן צו רעדן נאַרישקייטן, וועט ער באַקומען מיטן פֿויסט אין אין די ציין אַרײַן!"

וואָס זשע איז די רעאַקציע פֿון די מערבֿ־לענדער אויף די פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס אין איראַן? אַוודאי, וואָלט דער מערבֿ געוואָלט, אַז דער פֿאַנאַטישער רעזשים פֿון די אַיאַטאָלאַס בײַ אַכמאַדינעדזשאַדס מיליטאַנטישער אויפֿפֿירונג, זאָל פֿאַלן. און אויב דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, נאָך די פֿאַלסיפֿיצירטע וואַלן, זײַנען די מערבֿ־פֿירער בכלל, און דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט בפֿרט, אָפּגעקומען מיט אַ קיצלדיקער פּראָטעסט־נאָטע, קלינגט איצט די "נאָטע" שאַרפֿער. אָבער ווידער: דער מערבֿ איז נישט גרייט אַרײַנצוקריכן מיט טעהעראַן אין טיפֿע מחלוקת, ווײַל מע ווייסט, אַז אויב אַפֿילו די אָפּאָזיציע וואָלט געקאָנט איבערקערן דעם איצטיקן רעזשים, וועט די אויסערלעכע פּאָליטיק פֿון דער נײַער מאַכט זיך ווייניק אונטערשיידן פֿון דער איצטיקער. עס וועט זיך אפֿשר בײַטן בלויז די רעטאָריק, נאָר נישט דער תּוך.