פֿונעם אייביקן קוואַל

צוויי סדרות אינעם חומש טראָגן אַ נאָמען, וואָס האָט צו טאָן מיטן ענין פֿון לעבן: "חיי שׂרה" און די הײַנטיקע פּרשה, "ויחי".

בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה "חיי שׂרה" גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר; ווײַטער גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַבֿרהם האָט זי באַערדיקט אין דער מערכת־המכפּלה. דערנאָך ווערט דערציילט, ווי אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, האָט געפֿונען דעם שידוך פֿאַר יצחקן.

די מפֿרשים דערקלערן, אַז שׂרהס עיקר־לעבן האָט זיך אָנגעהויבן דווקא נאָכן פֿיזישן טויט. די יסודות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס שׂרה האָט פֿאַרלייגט, האָבן זיך אָנגעהויבן אַנטוויקלען, ווען יצחק האָט חתונה געהאַט מיט רבֿקהן. די אייביקע השפּעה, וואָס שׂרה האָט איבערגעלאָזט אין דער וועלט, איז געווען דער המשך און דאָס תּמצית פֿון איר לעבן — דערפֿאַר טראָגט די פּרשה אַזאַ נאָמען.

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אויך אָן מיט אַן ענלעכן פּסוק. "ויחי יעקבֿ בארץ מצרים" — און יעקבֿ האָט אָפּגעלעבט אין מצרים זײַנע לעצטע 17 יאָר; בסך־הכּל, האָט ער דערלעבט ביז 147 יאָר. פֿאַר זײַן טויט, האָט ער צונויפֿגערופֿן זײַנע קינדער, און געגעבן איטלעכן זון אַ באַזונדערע ברכה. דערנאָך איז ער געשטאָרבן און באַערדיקט געוואָרן אין דער מערכת־המכפּלה — צוזאַמען מיט די אַנדערע אָבֿות און אמהות.

יוסף איז אויך געשטאָרבן אין מצרים, בײַם עלטער פֿון 110 יאָר. פֿאַרן טויט זאָגט ער צו צו זײַן משפּחה, אַז דער אייבערשטער וועט אַרויספֿירן די ייִדן פֿון מצרים. מיט דעם ענדיקט זיך דער חומש "בראשית". אין די קומענדיקער וואָכן וועלן מיר אַריבערגיין צום חומש "שמות", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן די ביטערע צרות פֿונעם מיצרישן גלות, וועגן די צען מכּות, יציאת־מצרים און מתּן־תּורה.

די חז״ל באַטאָנען, אַז "יעקבֿ לא מת" — "יעקבֿ איז נישט געשטאָרבן". הגם מע האָט אים באַלזאַמירט און באַערדיקט, איז זײַן השפּעה, זײַן עצם־לעבעדיקייט, געבליבן שטאַרק און אַפֿילו געוואָרן נאָך שטאַרקער. "צדיקים במיתתם קרואים חיים" — "די טויטע צדיקים ווערן אָנגערופֿן לעבעדיקע". רש״י און אַ טייל אַנדערע מפֿרשים האַלטן אַפֿילו, אַז יעקבֿ איז טאַקע "נישט געשטאָרבן".

מע קאָן אָפּטײַטשן רש״יס מיינונג אויך אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן. דער אייבערשטער האָט געגעבן יעקבֿן דעם צווייטן, העכערן נאָמען — ישׂראל. הגם יעקבֿ איז אַוועק אויף יענער וועלט, איז דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק, וואָס הייסט אויך "ישׂראל", געוואָרן זײַן לעבעדיקער המשך.

די חסידישע ספֿרים דערקלערן אָבער יעקבֿס "אומשטערבלעכקייט" אין אַ מער מיסטישן זין. ווען אַ צדיק דערגרייכט די גאָר הויכע גײַסטיקע מדרגה פֿונעם עולם־האַצילות, ווערט פֿאַר אים אינגאַנצן בטל די גרענעץ צווישן גשמיות און רוחניות. יעקבֿ האָט דערגרייכט אַ טראַנסצענדענטאַלן מצבֿ, בײַ וועלכן עס זענען בכלל נישט אַקטועל אַזעלכע באַגריפֿן, ווי לעבן און טויט. הגם מצד דער געוויינטלעכער גשמיותדיקער וועלט האָט מען אים באַוויינט און באַגראָבן, האָט יעקבֿ אָבֿינו, מצבֿ זײַן אייגענעם באַנעם, גובֿר געווען דעם עצם־חילוק צווישן עולם־הזה און עולם־הבא.

הגם מיר זענען ווײַט פֿון אַזאַ הויכער מדרגה און קאָנען זי נישט פֿאַרשטיין ווי געהעריק, קאָנען מיר אויך דערשפּירן, אויף אַ געוויסער מאָס, גובֿר זײַן די געוויינטלעכע גרענעצן פֿון דער גשמיותדיקער וועלט. די הײַנטיקע פּרשה זאָגט: "ויהי ימי יעקבֿ" — און די טעג פֿון יעקבֿ איז געווען (דווקא אין איינצאָל, אַנשטאָט "זענען געווען") — "שני חייו — שבֿע שנים, וארבעים ומאת שנה" — די יאָרן פֿון זײַן לעבן, זיבן יאָר און הונדערט פֿערציק יאָר (צוויי צאָלן באַזונדערס). פֿאַרוואָס ווערט אין דער תּורה אויסגענוצט אַזאַ אומגעוויינטלעכע שפּראַך־קאָנסטרוקציע?

דער איינצאָל־פֿאָרעם פֿונעם ווערב ווײַזט אָן, אַז פֿאַר יעקבֿן איז יעדער טאָג געווען אַן אוניקאַלער און האָט אין זיך אײַנגעשלאָסן זײַן גאַנץ לעבן. דער ספֿר "ערבֿי־נחל" דערקלערט, אַז על־פּי־קבלה ווערן אין יעדן טאָג פֿונעם מענטשלעכן לעבן אַנטפּלעקט נײַע ניצוצות, נײַע "פֿינקעלעך" פֿון זײַן נשמה, אַ נײַער מין לעבן.

די חז״ל וואָרענען, אַז דער, וואָס טוט געוויסע עבֿירות — למשל, אויב מע באַליידיקט עמעצן בפֿרהסיא — האָט נישט קיין חלק אין עולם־הבא. הגם דאָס קלינגט זייער שרעקעדיק, איז דער "ערבֿי־נחל" מסביר, אַז מע פֿאַרלירט בלויז דעם חלק פֿון דער נשמה, וואָס האָט זיך אַנטפּלעקט אין יענעם טאָג, ווען מע האָט געטאָן אַן עוולה — סײַדן מע טוט די זעלבע עבֿירה, חלילה, אַזוי אָפֿט, אַז דאָס גאַנצע לעבן ווערט פֿאַרדאָרבן.

אין דער אמתן, אָבער, איז אַפֿילו איין טאָג פֿונעם לעבן אַ ריזיקער פֿאַרלוסט. צום באַדויערן, באַטראַכטן אַ סך מענטשן דאָס לעבן ווי אַ רוטינע־איבערחזרונג, דערפֿאַר פֿאַרשטייען זיי נישט, אַז יעדער טאָג איז ממש ווערט אַ גאַנץ לעבן. יעדער מענטש ווייסט, מסתּמא, אַז די אינערלעכע פּערזענלעכע צײַט איז רעלאַטיוו. צומאָל דאַכט זיך, אַז במשך פֿון בלויז איין טאָג, פֿול מיט רוחניותדיקער דערפֿאַרונג און התלהבֿות, לעבט מען איבער אַ גאַנץ יאָר.

און פֿאַרקערט: הגם דאָס גאַנצע יאָגעניש און "קאָך" פֿון די טאָג־טעגלעכע הבֿל־הבֿלים קאָן אויסזען גאַנץ לעבעדיק און באַדײַטפֿול, פֿאַרלויפֿט אַמאָל אַ גאַנץ יאָר אַזוי גיך ווי אַ טאָג. די אומגעוויינטלעכע גראַמאַטישע קאָנסטרוקציע אין דער הײַנטיקער פּרשה — "יעקבֿס טעג איז געווען" — ווײַזט אָן, אַז פֿאַר יעקבֿן איז יעדער טאָג נישט געווען בלויז איין קייטל אין אַ לאַנגער ריי פֿון געשעענישן, נאָר אַ באַזונדער, אוניקאַל לעבן.

דער אייבערשטער האָט געזאָגט אַבֿרהמען, אַז די ייִדן וועלן בלײַבן אין מצרים 400 יאָר, אָבער למעשׂה האָט זייער גלות געדויערט בלויז 210 יאָר. אַדרבה, די חז״ל באַטאָנען, אַז ווען ייִדן וואָלטן געבליבן איין איבעריקן טאָג אין מצרים, וואָלטן זיי דאָרטן אינגאַנצן "פֿאַרזונקען געוואָרן", און וואָלטן נישט געקאָנט אויסגעלייזט ווערן. איז וואָס זשע געשעט מיט די איבעריקע יאָרן?

דער "ערבֿי־נחל" דערקלערט, אַז במשך פֿון זײַנע לעצטע 17 יאָר, וואָס יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַרבראַכט אין מצרים, האָט ער דאָרטן אָפּגעלעבט אַכט מאָל לענגער, לויט זײַן פּערזענלעכן "זייגער" — בסך־הכּל 136 יאָר; אַזוי גײַסטיק־אינטענסיוו איז געווען זײַן לעבן. במשך פֿון זײַנע לעצטע יאָרן, האָט יעקבֿ אַנטפּלעקט אַלע דאָרטיקע ניצוצות־הקדושה — פֿאַרשיידענע ידיעות, חכמות, דערפֿאַרונגען, השׂגות — וואָס די ייִדן האָבן געמוזט געפֿינען אין מצרים, כּדי זיי אויסצונוצן שפּעטער פֿאַר עבֿודת־השם.

ווען יעקבֿ האָט צונויפֿגערופֿן זײַנע קינדער צו זײַן בעט פֿאַרן טויט, כּדי זיי צו בענטשן, איז פֿאַר אים ווידער פֿאַרלאָפֿן אַ גאַנץ לעבן — ווי ער וואָלט אָפּגעלעבט נאָך 54 יאָר, ווי די גימטריא פֿונעם וואָרט "מטה" — "בעט"; בײַם סוף, ווי דערמאָנט פֿריִער, האָט ער בכלל גובֿר געווען די גרענעצן פֿון צײַט און עולם־הזה. לויט יעקבֿס "אינערלעכן זייגער", האָט ער פֿאַרבראַכט אין מצרים גאַנצע 190 יאָר, וועלכע זענען אַרײַן אינעם חשבון פֿון אַבֿרהמס נבֿואה.

דאָס הייסט, אַז יעקבֿ האָט נישט בלויז אַליין אָפּגעלעבט אַ קאָנצענטרירט, באַדײַטפֿול לעבן, נאָר אויך געראַטעוועט דערמיט זײַנע אייניקלעך פֿונעם לאַנגן גלות. מע קען דערפֿון אָפּלערנען אַ וויכטיקן לימוד: אויב מיר באַציִען זיך שפּאָרעוודיק צו דער צײַט און שטרעבן אויסצונוצן יעדע מינוט פֿאַר עבֿודה־רוחנית און מעשׂים־טובֿים, קאָן מען אויפֿטאָן גאָר אַ סך און דערנענטערן די גאַנצע וועלט צום תּיקון.