ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

צום אָנהייב פֿונעם נײַעם יאָר, האָט דער "פֿאָרווערטס" אַרויסגעגעבן אַ לידער־זאַמלונג פֿון באָריס סאַנדלער — דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון אונדזער צײַטונג. דאָס בוך, וואָס הייסט "אין קלאַנגענעץ פֿון נצח", באַשטייט פֿון עטלעכע פּאָעטישע "מיני־ציקלען", וואָס טראָגן באַזונדערע נעמען, און זענען אָנגעשריבן געוואָרן אין פֿאַרשיידענע סטילן.

באָריס סאַנדלער איז מער באַקאַנט דעם ייִדישן לייענער ווי אַ שרײַבער־פּראָזאַיִקער און דער רעדאַקטאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס". אַחוץ איינצלנע פֿריִיִקע פּאָעטישע עקספּערימענטן, האָט ער בדרך־כּלל נישט געשריבן קיין לידער. במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר, אָבער, האָט סאַנדלער באַשלאָסן אויסצופּרוּוון זײַנע מעגלעכקייטן אין אַ נײַעם אַמפּלואַ, און האָט זיך צו ביסלעך אַרײַנגעצויגן אין פּאָעטישער שעפֿערישער אַרבעט.

"אין קלאַנגענעץ פֿון נצח" איז אַ גאַנץ אינטערעסאַנט, אייגנאַרטיק ווערק, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקע געשעעניש אין דער ייִדיש־וועלט. דאָס איז דאָס ערשטע ערנסטע ליטעראַרישע בוך, וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן ווי אַ "פֿאָרווערטס"־אויסגאַבע, מיט דער הילף פֿונעם זעלבן קאָלעקטיוו, וואָס גרייט צום דרוק די צײַטונג — דעם דיזײַנער באָריס בודיאַנסקי און דעם קאָרעקטאָר אלעזר קאַץ. דאָס בוך ווערט אילוסטרירט פֿון דער ישׂראלדיקער מאָלערין איטעלאַ מאַסטבאַום, וואָס אַרבעט מיט מיט סאַנדלערן שוין אַ היפּשע צײַט, נאָך פֿונעם קינדער־זשורנאַל "קינד און קייט".

מאַסטבאַום האָט אויך אילוסטרירט סאַנדלערס קינסטלעריש ביכל "נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן", וווּ טשיקאַווע קינדער־גראַמען וועגן חיות און פֿייגל ווערן באַגלייט מיט אַ מוזיקאַלישן קאָמפּאַקטל (מוזיק — מאַרק אײַזעקאָוויטש) און פּרעכטיקע בילדער. דאָס דאָזיקע ביכל קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ טייל פֿון די אוידיאָ־ און ווידעאָ־דיסקן, וואָס דער "פֿאָרווערטס" גיט כּסדר אַרויס שוין במשך פֿון עטלעכע יאָר.

דעם דאָזיקן אַריבערגאַנג פֿונעם סתּם אַ טשיקאַוון צו אַן ערנסטן סטיל זעט מען אינעם ערשטן ציקל, וואָס הייסט "קאַפּריסן: אַן אַלף־בית פֿאַר דערוואַקסענע", געבויט, נאָך דער אַלטער ייִדישער טראַדיציע, אויפֿן יסוד פֿונעם אַלף־בית. הגם דער ריטעם און דער טשיקאַווער סטיל פֿון די אַלפֿאַבעטישע גראַמען דערמאָנט סאַנדלערס פֿריִערדיקן "קינדער־בוך", מישן זיך אין די, "דערוואַקסענע", צוויי־שורותדיקע סטראָפֿעס אַרײַן ניט־קינדערישע מאָטיוון:

ה

געלייגט האָט אַן איי אויפֿן קוימען די הא,
איצט זיצט זי און קוואָקעט, ווי אַ הון אויפֿן היי.

ו

והיום דער וואָוו האָט דערקלערט בפֿרהסיא,
אַז בעסער פֿון סעקס איז נישטאָ פֿאַר דעפּרעסיע.

ווײַטער אינעם בוך, ווערן די מאָטיוון אַלץ ערנסטער, ווי מע זעט אין אַ צווייטן ציקל פֿון ענלעכע צוויי־שורותדיקע גראַמען, געווידמעט דעם פּיאַניסט יעווגעני קיסין, וווּ עס קלינגען כּסדר די מאָטיוון פֿון אומרו, טרויער און אומזיכערקייט:

געקנאַקט האָבן שפּענער אין הרובע מיט היץ,
און ווײַט אין אַ וועלדל האָט אַ פּניאָק שווער געזיפֿצט.

...

געצילט מיט זײַן שפּיז פּיקאַדאָר אין שוואַרצאַפּל,
האָט דאָס לעבן פֿון אָקס אויפֿן שפּיץ־שפּיז געצאַפּלט

אין אַן אָריגינעלן ציקל פֿון לידער, געווידמעט די צען ספֿירות, קאָמבינירט דער מחבר ראָמאַנטישע סוזשעטן, איראָניע און קבלה־סימבאָלן. פֿאַר אַ טראַדיציאָנעלן פֿרומען ייִדן וואָלט אַזאַ שילדערונג פֿונעם הייליקן באַשעפֿער און זײַנע דערהויבענע אַטריבוטן געקלונגען, אַפּנים, ווי אַ שרעקלעכער מין אַפּיקורסות:

אין זײַן קינדשאַפֿט, נאָך לאַנג פֿאַר בראשית,
האָט דער בורא געשפּילט מיטן ווינט,
וואָס צעשויבערט די קוטשערעס בלאָנדע
אויפֿן קאָפּ פֿון פֿאַרשוויצטן השם.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אין די דאָזיקע "ספֿירות־לידער", פֿאַרשטייט מען, אַז זייער העלד איז דאָ, אַוודאי, נישט דער רבונו־של־עולם, נאָר דער מענטש, וואָס דערמאָנט זיך אין זײַנע קינדער־יאָרן און פּרוּווט זיך פֿאָרצושטעלן, אויף זײַן ראָמאַנטיש־יונגן שטייגער, פֿון וואַנען נעמט זיך אין דער וועלט די שעפֿערישקייט גופֿא, דער מענטשלעכער באַגער עפּעס צו שאַפֿן און באַנײַען; אין דער כּמו־אַפּיקורסישער איראָניע שטעקט די לעבנספֿרייד און נײַגער פֿון אַ טרוימענדיק ייִנגל, וואָס פּרוּווט צו פֿאַרשטיין דעם סוד פֿון מעשׂה־בראשית.

מיט אַן ענלעכן קינדעריש־איראָנישן טאָן איז דורכגעזאַפּט סאַנדלערס פּאָעמע "פּרקי־באָבעס", וואָס באַשטייט פֿון זעקס קאַפּיטלען. דער פּאָעט דערמאָנט זיך אין דער קינדשאַפֿט, ווען זײַן באָבע, "אַ מײַסערין אַ גרויסע איז געווען צו פֿלעכטן מעשׂיות". די תּנ"כישע סוזשעטן ווערן אויסגעמישט מיט די דערינערונגען פֿונעם לעבן אין אַן אַמאָליק ייִדיש שטעטל, מיט די בליקן פֿון אַ הײַנטצײַטיקן מענטש אויף די ביטערע חורבֿות, פּאַראַדאָקסן און האָפֿענונגען פֿון דער וועלט, מיט אַ טראָפּן ביטערקייט:

אַוועק, געפֿאַלן אינעם ברונעם פֿון דער צײַט
און זיך צעשמאָלצן אינעם אין־סוף פֿון זכּרון —
אַ גאַנצע וועלט פֿון פֿרייד און פֿון געזאַנג,
און מיט אַ האַוועניש פֿון וואָך,
אַרומגעשלייערט מיט דער שטילער שבתדיקער שכינה.

...

צי דען איז נישט געווען גענוג די שטראָף
פֿון ערשטן זיסן זינד אין גרעזער פֿון גן־עדן,
ביז דעם דערשטיקטן כליפּ פֿון קינד
אינעם גיהנום פֿון פֿאַרוויסטן אוישוויץ?!

...

דער ערשטער קלאַנג פֿונעם בראשית־וואָרט,
וואָס הערט זיך בולט הײַנט, און
וועט אין מאָרגן ווײַטן דערהערן זיך אויף ס׳נײַ.

ס׳איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז דער מחבר, באָריס סאַנדלער, איז אַ בעסאַראַבער ייִד, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אינעם באַקאַנטן שטעטל בעלץ און אויפֿגעוואַקסן אין קעשענעוו. אין דער ייִדישער ליטעראַטור — אַזוי ווי אין יעדער גרויסער ליטעראַרישער טראַדיציע אין דער וועלט — זענען פֿאַראַן אָן אַ צאָל פֿאַרשיידענע אינערלעכע שטראָמען און טעמים, וואָס לאָזן זיך נישט רעדוצירט צו ווערן צו אַ פּשוטער סכעמע. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען באַמערקן געוויסע עטנאָ־קולטורעלע טענדענצן, וואָס זענען כאַראַקטעריש פֿאַר געוויסע מקומות — הגם ס׳איז צומאָל שווער זיי צו פֿאָרמולירן.

אַ טייל ליטעראַטור־קענער באַמערקן, אַז צוויי גרויסע רוסישע פּאָעטן, אָסיפּ מאַנדעלשטאַם און באָריס פּאַסטערנאַק, קלינגען אָפֿט ווי אַ קאַלטער, שׂכלדיק־פֿילאָסאָפֿישער ליטוואַק און אַן עמאָציאָנעלער דרום־אוקראַיִנישער חסיד — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי זענען ביידע געווען אַסימילירטע ייִדן, וועלכע האָבן געהאַט אַ קליינעם שײַכות צו ייִדישער קולטור און טראַדיציע.

אין דער "דרומדיקער" ייִדישער ליטעראַטור שפּילן אַ גרויסע ראָלע נאָסטאַלגישע זכרונות און עמאָציעס, ווי מע זעט, צום בײַשפּיל, אין די ווערק פֿונעם נישט לאַנג פֿאַרשטאָרבענעם שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן, אין די פֿאַבלען פֿון אליעזר שטיינבאַרג אָדער אין די לידער פֿונעם פּאָעט שיקע דריז (אויך אַ דרום־אוקראַיִנישער ייִד, הגם נישט אַ בעסאַראַבער). בײַ די "דרומדיקע" שרײַבער איז אַמאָל שווער צו באַשטימען די גרענעץ צווישן "קינדערישקייט" און "דערוואַקסנקייט". אָדער, פּינקטלעכער, צו זאָגן, ווערן די דאָזיקע גרענעצן אָפֿט אינגאַנצן צעשווענקט.

אינעם ליד "דער ייִחוס־בוים", באַקלאָגט זיך דער מחבר: "אַרויסגעריסן מיטן וואָרצל/ מײַן ייִחוס־בוים פֿון בעסאַראַבער גרונט,/ האָב איך געלאָזט זיך אינעם וואַנדער,/ פֿאַרטרויט דעם גורל די שליחים פֿון סוכנות". ווען מע לייענט זײַנע לידער, זעט מען אָבער גאַנץ קלאָר, אַז סאַנדלער האָט איבערגעפֿלאַנצט זײַן "בוים" אויפֿן ניו־יאָרקער באָדן, און בלײַבט געטרײַ זײַן היים־טראַדיציע. ער קלינגט טאַקע ווי אַן עכטער בעסאַראַבער; מע זעט עס בולט אין אַן אַנדער קליינעם "מיני־ציקל", וואָס באַשטייט פֿון דרײַ לידער, געווידמעט דעם פּאָעט משה לעמסטער, אָנגעשריבן אין שיקע דריזס נוסח.

הגם איראָניע פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין סאַנדלערס לידער, זענען נישט ווייניק פֿון זיי אינגאַנצן ערנסט, אָן קיין צוויידײַטיקע איראָנישע מאָטיוון. אַזוי איז, למשל, די ריין־עראָטישע באַלאַדע "פּאַסטעכקע", אָדער אַזעלכע פֿילאָסאָפֿישע רעפֿלעקסיעס, ווי "אין דער מאַטריצע פֿון צײַט" און "נצח"; און פֿאָרט, קלינגען זיי אויך בעסאַראַביש־עמאָציאָנעל:

איז עס די פּײַן געווען מיר זיס,
ווי יענע ליבע אָן אַן ענטפֿער,
און וואָס צונויפֿגעפֿירט האָט מיך
מיט מײַן דער איינציקער — באַשערטער.

...

כ׳בין אָבער רויִק:
נישטאָ אומזיסטיקע עבֿודות,
ווי תּפֿילות פּוסטע איז נישטאָ.
אין נצח ווערט פֿאַראייביקט יעדער קלאַנג,
וואָס פֿון בראשית־טעג דערגאַנגען איז אין הײַנט.