װיסנשאַפֿט, פּובליציסטיק
ריטשאַרד סטאָלמאַן
ריטשאַרד סטאָלמאַן

אַ טייל מענטשן ווערט פֿאַרחידושט, ווען מע ווײַזט זיי אַ קאָמפּיוטער־סיסטעם, וואָס האָט ערשט געפּראַוועט איר 40סטן יוביליי און ווערט גאַנץ אָפֿיציעל פֿאַרשפּרייט פּרינציפּיעל אומזיסט, און אַז דווקא צוליב דעם, וואָס מע נוצט אויס אומזיסטע פּראָגראַמען מיט לאַנגע היסטאָרישע שרשים, אַרבעטן זיי אַ סך גיכער און בעסער.

די בכּבֿודיקע 40־יעריקע קאָמפּיוטער־סיסטעם הייסט "Unix"; זי איז דאָס "פֿלייש און בלוט" פֿון דער אינטערנעץ און דאָס וויגעלע פֿון די מאָדערנע קאָמפּיוטער־נעצן און אַנדערע טעכנאָלאָגיעס, דער יסוד פֿון אַזעלכע באַקאַנטע וועב-דינסטן, ווי "Google", "PayPal" און "Ebay". אַחוץ די קאָמפּיוטערס, שטעקן די דאָזיקע סיסטעמען אינמיטן אַ טייל צעל־טעלעפֿאָנען, "אײַ־פּאָדס", מאַרשרוטיזאַטאָרס (routers) און אַנדערע עלעקטראָנישע מכשירים.

הײַנט זענען אין דער וועלט, צום מערסטן, פּאָפּולער פּרינציפּיעל־אומזיסטע גילגולים פֿון דער דאָזיקער סיסטעם, אַזעלכע ווי "Linux" און "FreeBSD". זיי זענען פֿאַרבונדן מיט אַ סאָציאַלער באַוועגונג, וואָס טרעט אַרויס קעגן די עקזיסטירנדיקע געזעצן פֿון אינטעלעקטועלער אייגנטום. די אָנהענגער פֿון דער דאָזיקער שיטה באַטאָנען, אַז די מחבר־רעכט איבער די קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען ברענגען צו אומיושר און שטערן דעם אַלגעמיינעם טעכנאָלאָגישן פּראָגרעס.

אַלע פּראָגראַמען אין אַזעלכע סיסטעמען ווערן באַגלייט מיט אַ פֿולער דאָקומענטאַציע און דעם אָריגינעלן קאָד, וואָס גיט יעדן באַנוצער דעם רשות און מעגלעכקייט צו פֿאַרשטיין אַלע פּרטים, כּדי בײַטן און פֿאַרבעסערן די פּראָגראַם, אָדער אויסנוצן אירע טעכנאָלאָגיעס פֿאַר אייגענע פּראָיעקטן.

אַ סך וועלט־באַרימטע אומזיסטע פּראָגראַמען ווערן געשאַפֿן דורך גרויסע פֿירמעס, וווּ די מיטאַרבעטער באַקומען געהעריקע שׂכירות. מע באַקומט געלט פֿון די שטיצער, וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין אַנטוויקלען נײַע און בעסערע פּראָדוקציע. הגם מע קאָן קריגן די אומזיסטע פּראָגראַמען אויף דער אינטערנעץ, ווערן זיי אָפֿט פֿאַרקויפֿט אין אַ שיינער פּושקע. אַ סך פּראָיעקטן קריגן געלט פֿאַרן גאַראַנטירטן טעכנישן דינסט, בילדונג־קלאַסן און קאָנסולטאַציעס. נישט ווייניק מתּנות קומען אויך פֿון פּריוואַטע באַנוצער, וועלכע זענען פֿאַראינטערעסירט אין דער ווײַטערדיקער אַנטווילקונג פֿון די פּראָגראַמען.

לינוס טאָרוואַלדס
לינוס טאָרוואַלדס

ווי אַ רעזולטאַט, אַרבעטן אָפֿט די פֿרײַע פּראָגראַמען בעסער און סטאַבילער, ווײַל די פּראָגראַמיסטן האָבן אַ ברייטערע ברירה פֿון עפֿעקטיווע אינסטרומענטן. אַ גוט־אָרגאַניזירטער קליינער קאָאָפּעראַטיוו גיט אַרויס אַ בעסערע אומזיסטע פּראָגראַם און באַצאָלט די אַרבעטער בעסערע שׂכירות, ווי אַ ריזיקע קאָרפּאָראַציע, וואָס מוז כּסדר פּטרן געלט אויף פֿאַרשיידענע זײַטיקע הוצאות, וואָס שטערן דער אַרבעט. דער ענטוזיאַסטישער און פֿרײַנדלעכער גײַסט פֿון אַזעלכע קאָאָפּעראַטיווע פּראָיעקטן ווירקט אויך אויף דער קוואַליטעט.

"Linux" און אַנדערע פֿרײַע אָפּעראַציאָנעלע סיסטעמען ווערן באַגלייט מיט טויזנטער אומזיסטע פּראָגראַמען, בתוכם "OpenOffice", "GIMP" און "Firefox". מיליאָנען וועבזײַטן אַרום דער וועלט נוצן אויס דעם אומזיסטן אינטערנעץ־סערווער "Apache". בקיצור, מע קאָן הײַנט אויסשטאַטן אַ גאָר מעכטיקע אַרבעט־סטאַנציע אָדער אַ סערווער אויף הונדערט פּראָצענט בחינם, נישט צאָלנדיקן קיין סענט די קאָרפּאָראַציעס.

אויב די אומזיסטע קאָמפּיוטער־סיסטעמען זענען טאַקע אַזוי גוט, פֿאַרוואָס זשע בלײַבן זיי ווייניקער פּאָפּולער? "יוניקס" איז בעצם אַ סיסטעם, וואָס קאָמפּיוטער־מומחים האָבן געשאַפֿן, האָבנדיק אין זין זייערע קאָלעגן. דערווײַל זעען זיי אויס אַ ביסל "אָפּשרעקעוודיק" פֿאַר אַ פּשוטן בשׂר־ודם.

די "יוניקס"־באַנוצער זענען, אין אַ גרויסער מאָס, אַן עם־בפֿני־עצמו — אַ סובקולטור מיט אַן אייגענער געשיכטע, טראַדיציעס און פֿאָלקלאָר, וואָס שאַצט שטאַרק אָפּ אַזעלכע ווערטן, ווי אינדיווידועלע פֿרײַהייט און געמיינזאַמע קאָאָפּעראַציע. פֿאַר אַ זײַטיקן מענטשן, קאָן די "יוניקס"־וועלט אויסזען ווי אַ ברודערשאַפֿט פֿון פֿאַרביסענע פֿאַנאַטיקער, וועלכע האַלטן, אַז יעדער עכט־ציוויליזירטער מענטש מוז זײַן אַ בקי אין אַלע געביטן פֿון קאָמפּיוטערײַ.

אַזאַ באַציִונג האָט, אין דער אמתן, ווייניק צו טאָן מיט די אומזיסטע פּראָגראַמען. בײַם אָנהייב, איז "יוניקס" אויך געווען אַ קאָמערציעלע סיסטעם. אַדרבה, זי פֿלעגט קאָסטן זייער טײַער אין די 1980ער יאָרן; דער נאָמען "Unix" געהערט נאָך אַלץ צו אַ פֿירמע, וואָס פֿאָדערט געלט פֿאַרן באַנוץ, דערפֿאַר טראָגן די אומזיסטע גילגולים פֿון דער סיסטעם אַנדערע נעמען.

די אומזיסטע וואַריאַנטן זענען געשאַפֿן געוואָרן צוליב דער אינטענסיווער טעטיקייט פֿון ענטוזיאַסטן. פֿונדעסטוועגן, איז "יוניקס" געווען פֿון אָנהייב אָן דורכגעזאַפּט מיטן גײַסט פֿון אינפֿאָרמאַציע־פֿרײַהייט און ברודערלעכע באַציִונגען צווישן די פּראָגראַמיסטן.

1970: די "עפּאָכע" הייבט זיך אָן

די "יוניקס"־קאָמפּיוטערס ציילן די אינערלעכע צײַט פֿונעם טאָג, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די אַזוי־גערופֿענע "עפּאָכע": דער ערשטער יאַנואַר 1970. אין די 1960ער יאָרן, האָט די אַמעריקאַנער פֿירמע "AT&T", בשותּפֿות מיט "MIT" און דער פֿירמע "דזשענעראַל עלעקטריק", געאַרבעט איבער אַ נײַער קאָמפּיוטער־סיסטעם — "Multics". קען טאָמפּסאָן, אַ פּראָגראַמיסט פֿון "Bell Labs", וועלכער האָט געאַרבעט איבער דעם דאָזיקן פּראָיעקט, האָט געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ שפּילערײַ־פּראָגראַם, וועלכע האָט געהייסן "קאָסמישע נסיעה". "Bell Labs" איז געווען אומצופֿרידן מיט דער אַרבעט איבער דעם ריזיקן, צו קאָמפּליצירטן "Multics", דערפֿאַר האָט טאָמפּסאָן זיך געזאָרגט, אַז ער וועט פֿאַרלירן דעם צוטריט צו דער סיסטעם, און וועט נישט קאָנען ווײַטער שפּילן. צוזאַמען מיט אַן אַנדער פּראָגראַמיסט, דעניס ריטשי, האָבן זיי זיך געגעבן אַן עצה: אָנצושרײַבן אַן אייגענע סיסטעם אויף אַ קליינעם קאָמפּיוטער, וואָס די לאַבאָראַטאָריע האָט זעלטן גענוצט. די נײַע פּראָגראַם האָט געהייסן, צוערשט, "Unics" — ווי אַ וויץ איבער "Multics"; שפּעטער איז דער נאָמען פֿאַרקירצט געוואָרן ווי "Unix".

אין 1970, ווען די סיסטעם האָט שוין געאַרבעט, און נאָך אַ צאָל פּראָגראַמיסטן האָבן זיך באַטייליקט אין דעם עקספּערימענט, האָבן די פֿאַרוואַלטער פֿון דער פֿירמע זיך געכאַפּט, אַז אירע באַאַמטע האָבן געשאַפֿן פֿאַר זיך אויף טשיקאַוועס גאָר אַ ניצלעכע פּראָגראַם.

ריטשי האָט געשאַפֿן אַ נײַע קאָמפּיוטער־שפּראַך, "C", וועלכע האָט געהאָלפֿן, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון קאָמפּיוטערײַ, צו פֿאַרוואַנדלען "יוניקס" אין אַן אוניווערסאַלער סיסטעם, וואָס מע קאָן אַריבערטראָגן אויף אַנדערע מינים קאָמפּיוטערס; הײַנט איז "C" געוואָרן דאָס "מאַמע־לשון" פֿון ס׳רובֿ קאָמפּיוטער־סיסטעמען אין דער וועלט.

קען טאָמפּסאָן (בײַם קאָמפּיוטער) און דעניס ריטשי אַרבעטן איבער דער אָריגענעלער
קען טאָמפּסאָן (בײַם קאָמפּיוטער) און דעניס ריטשי אַרבעטן איבער דער אָריגענעלער

"AT&T" האָט אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן "יוניקס" די אוניווערסיטעטן און פֿירמעס, באַגלייט מיטן אָריגענעלן קאָד, וועלכער האָט דערמעגלעכט צו בײַטן די סיסטעם ווי מע וויל. דאָס האָט געגעבן די פּראָגראַמיסטן און סטודענטן, וועלכע האָבן אַליין נישט באַצאָלט פֿאַר די פּראָגראַמען, אַ געפֿיל פֿון פֿרײַהייט און אומגעוויינטלעכער בייגעוודיקייט. דער קאָד פֿון "AT&T" פֿלעגט צירקולירן צווישן די פּראָגראַמיסטן אין אַ "סאַמיזדאַט"־פֿאָרעם.

"יוניקס" איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע סיסטעם פֿאַר עקספּערימענטן און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, אַרומגערינגלט מיט געבילדעטע נײַגעריקע סטודענטן. אַ סך הײַנטיקע טעכנאָלאָגיעס, אַרײַנגערעכנט די אינטערנעץ, זענען בעצם אַ ירושה פֿון די דאָזיקע פֿאָרשונגען. דאָס איז געווען די ערשטע קאָמפּיוטער־סיסטעם אין דער וועלט, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט צוליב פֿאָרשערישע, און נישט קאָמערציעלע צוועקן, דערפֿאַר האָט זי נאָך אַלץ אַן אַקאַדעמיש־וויסנשאַפֿטלעכן טעם.

ייִדן און "העקערס"

זינט די 1960ער יאָרן, האָט אַרום "יוניקס" זיך פֿאַרזאַמלט אַ יוגנטלעכע סובקולטור — די "העקער". אין יענער צײַט, האָט דאָס דאָזיקע וואָרט נישט געטראָגן אַזאַ שלעכטן שם, ווי הײַנט. אין דער "יוניקס"־וועלט ווערט עס נאָך אַלץ באַטראַכט ווי אַ קאָמפּלימענט פֿאַר אַ גרויסן מומחה.

רפֿאל פֿינקעל, אַ באַקאַנטער ייִדיש־אַקטיוויסט און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קאָמפּיוטערײַ, האָט צונויפֿגעשטעלט אינעם יאָר 1975 "דאָס ווערטערבוך פֿונעם העקערישן זשאַרגאָן" — אַ וויכטיקער און באַלערנדיקער דאָקומענט, וואָס דערציילט אַ סך וועגן דער פֿריִיִקער קאָמפּיוטערײַ. די נײַע, היפּש לענגערע ווערסיע פֿונעם דאָזיקן בוך ווערן הײַנט רעדאַקטירט דורכן באַקאַנטן פּראָגראַמיסט עריק ריימאָנד.

די העקער, אינעם אָריגינעלן זין פֿון וואָרט, באַציִען זיך צו קאָמפּיוטערס ווי צו אַ קוואַל פֿון שעפֿערישקייט, שפּילערײַ און פּראָגרעס. זיי שאַצן אָפּ חכמה, הומאָר, טיפֿע ידיעות, און האָבן פֿײַנט פֿאַרמאַכטע אויטאָריטאַרע אינסטאַנצן. זיי גלייבן שטאַרק אין אַזעלכע עטישע ווערטן, ווי פֿרײַהייט פֿון אינפֿאָרמאַציע, פֿרײַוויליקע קאָאָפּעראַציע און דעצענטראַליזאַציע. דער שרײַבער סטיווען לוי האָט דערציילט וועגן די יסודות פֿון "העקערישער עטיק" אין זײַן בוך "העקערס: העלדן פֿון דער קאָמפּיוטער־רעוואָלוציע".

אַ טייל העקערס האָבן ליב געהאַט פֿאַרשיידענע קונצן, צומאָל ברעכנדיק די געזעצן, כּדי צו ווײַזן זייער חכמה און צו באַקענען זיך נעענטער מיט נײַע טעכנאָלאָגיעס. למשל, סטיווען וואָזניאַק און סטיוו דזשאָבס, די גרינדער פֿון דער פֿירמע "Apple", פֿלעגן אין זייער יוגנט אָפּטאָן פֿאַרשיידענע שפּיצלעך מיט די טעלעפֿאָנען.

וואָזניאַק האָט אַמאָל אָפּגענאַרט די אינטערנאַציאָנאַלע טעלעפֿאָן־סיסטעם און אָנגעקלונגען בחינם קיין וואַטיקאַן. ער האָט זיך פֿאַרשטעלט ווי דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר הענרי קיסינדזשער, און געבעטן צום טעלעפֿאָן דעם פּויפּסט, וועלכער איז דעמאָלט געשלאָפֿן. די דאָזיקע קונצמאַכער האָבן אָבער קיינמאָל נישט געוואָלט ברענגען קיין עכטן היזק, און האָבן פֿײַנט געהאַט די, וואָס האָבן גענוצט די קאָמפּיוטערס פֿאַר גראָבער שווינדלערײַ. די מאַסן־מעדיאַ האָט אָבער אָנגעהויבן רופֿן יעדן קאָמפּיוטער־פֿאַרברעכער — "העקער"; דערפֿאַר, האָט דער דאָזיקער טערמין באַקומען אַ נעגאַטיוון באַדײַט.

אין דער נאָטיץ וועגן רעליגיע, באַמערקט דאָס "זשאַרגאָן־ווערטערבוך", אַז אַ סך פּאָזיטיווע העקער זענען ייִדן. די השפּעה פֿון דער ייִדישער קולטור האָט איבערגעלאָזט אַ מערקווירדיקן שפּור אין זייער טערמינילאָגיע און אַפֿילו אויף זייער לעבנס־שטייגער. אַ טשיקאַווער אימאַזש פֿון אַן "עטישער העקערין" — ווילאָו ראָזענבערג — איז געוויזן געוואָרן אינעם באַקאַנטן טעלעוויזיע־סעריאַל "באַפֿי — די פֿאַרניכטערין פֿון וואַמפּירן".

"לינוקס" אויף אַן "אײַ־פּאָד"
"לינוקס" אויף אַן "אײַ־פּאָד"

דאָס וואָרט "יוניקס" ווערט אָפֿט פֿאַרשריבן אין די אומפֿאָרמעלע טעקסטן מיט אַ שטערנדל — "UN*X". לויט דעם "העקער־ווערטערבוך", איז עס אַ סימן פֿון אַ גרויסן כּבֿוד, וואָס שטאַמט, אַפּנים, פֿון דער ייִדישער טראַדיציע צו שרײַבן ג־טס נאָמען מיט אַ שטריכל.

דער באַקאַנטער איטאַליענישער שרײַבער אומבערטאָ עקאָ האָט אַמאָל פֿאַרגליכן די אָפּעראַציאָנעלע סיסטעמען פֿאַר קאָמפּיוטערס מיט פֿאַרשיידענע קריסטלעכע דענאָמינאַציעס. אין דער אינטערנעץ צירקולירט אַ שפּאַסיקע הוספֿה צו עקאָס עסיי, לויט וועלכער "יוניקס" איז אַזוי ווי ייִדישקייט; כּדי צו פֿאַרשטיין די דאָזיקע סיסטעם ווי געהעריק, מוז מען קודם אויסלערנען איר שפּראַך, שטודירן כּסדר אַ סך שווערע טעקסטן פֿון "ראשונים" און "אַחרונים", ווי אויך ווענדן זיך צומאָל מיט שאלות צו די "גדולי־הדור" — די קאָמפּיוטער־מומחים, וועלכע גיבן צומאָל היפּוכדיקע עצות.

שטילע רעוואָלוציע

ווען קליינע היים־קאָמפּיוטערס זענען געוואָרן מער צוטריטלעך, האָבן די אָנהענגער פֿון "יוניקס" גענומען טראַכטן, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַן אינגאַנצן אָפֿענע און אומזיסטע ווערסיע פֿון "יוניקס".

אינעם יאָר 1985, האָט ריטשאַרד סטאָלמאַן געגרינדעט די "פֿונדאַציע פֿון פֿרײַע פּראָגראַמען" ("FSF"), אויפֿן יסוד פֿון "קאָפּילעפֿט" — אַ היפּוך פֿון "קאָפּירײַט". סטאָלמאַן האָט פֿאָרמולירט אַ חידושדיקן מין ליצענץ, "GPL", וואָס דערלויבט דעם באַנוצער צו טאָן וואָס מע וויל מיט די פּראָגראַמען, אָבער פֿאַרווערט צו פֿאַרוואַנדלען זיי אין פֿאַרמאַכטע קאָמערציעלע פּראָדוקטן, כּדי זיי זאָלן זיך אַנטוויקלען ווײַטער אויף אַן אָפֿענעם און אומזיסטן שטייגער.

אַ דאַנק דעם פֿינישן פּראָגראַמיסט לינוס טאָרוואַלדס, וועלכער האָט געשאַפֿן אין 1991 דעם סיסטעם־"יאָדער", און פֿירט איצט אָן מיט זײַן ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג, האָט סטאָלמאַנס פּראָיעקט צו שאַפֿן אַ פֿרײַע אָפּעראַציאָנעלע סיסטעם, וואָס הייסט "GNU", שטאַרק אויסגענומען, און געוואָרן דער יסוד פֿון דער בליִענדיקער "Linux"־סיסטעם, גענוצט דורך צענדליקער מיליאָנען מענטשן אַרום דער וועלט. צום בײַשפּיל, איז זי אָפֿיציעל אָנגענומען אין די רעגירונג־אינסטאַנצן פֿון אַ צאָל לענדער — פֿון פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד ביז כינע און קובע. דער אַמעריקאַנער שוץ־דעפּאַרטמענט און אַוויאַציע־אַדמיניסטראַציע גייען איצט אויך אַריבער אויף "לינוקס". די דאָזיקע סיסטעם "דרייט", צום בײַשפּיל, די קאָסמאָס־פּראָבע "פֿעניקס", וואָס האָט געלאַנדט פֿאַראַיאָרן אויפֿן מאַרס, און דעם ריזיקן סופּערקאָמפּיוטער פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע פֿאַר נוקלעאַרער זיכערהייט.

אינעם יאָר 1989 איז אויך אַרויס אַ פֿרײַער וואַריאַנט פֿון "BSD" — די "יוניקס"־סיסטעם פֿונעם "בערקלי־אוניווערסיטעט", פֿון וועלכן עס שטאַמט אַ גאַנצע משפּחה פֿון אָפֿענע סיסטעמען, וועלכע אַנטוויקלען זיך הײַנט זייער אַקטיוו, הגם זיי בלײַבן ווייניקער באַקאַנט, ווי "לינוקס".

אין אַ גרויסער מאָס, דווקא צוליב זײַנע שפּילעוודיקע "העקערישע" שרשים, טראָגן די "לינוקס"־מאַשינען אין זיך נישט קיין באַהאַלטענע סודות פֿון די פֿירמעס, וואָס פּראָדוצירן די פּראָגראַמען, אָבער באַשיצן די אינערלעכע סודות פֿונעם באַנוצער אויפֿן שטרעגנסטן אופֿן. דערפֿאַר, זענען זיי באַשיצט פֿון "ביידע זײַטן".

ריטשאַרד סטאָלמאַן, אַ העלד פֿון דער דאָזיקער שטילער רעוואָלוציע און דער ענטוזיאַסטישער מחבר פֿון אַ צאָל פֿאַרשפּרייטע פֿרײַע פּראָגראַמען, איז געבוירן געוואָרן אין 1953, אין אַן אינטעליגענטער ייִדישער משפּחה. זײַן מאַמע, עליס ליפּמאַן, דערמאָנט זיך, אַז איר זון פֿלעגט שוין בײַ 8 יאָר לייענען וויסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן און לייזן האַרבע מאַטעמאַטישע אויפֿגאַבעס. סטאָלמאַן איז אַ פֿאַרביסענער "נאָן־קאָנפֿאָרמיסט", פּאָליטיש געשטימט ערגעץ צווישן ליבעראַליזם און אַנאַרכיזם.

לינוס טאָרוואַלדס איז אַ זון פֿון איבערגעצײַגטע קאָמוניסטישע עלטערן און דאָס אייניקל פֿונעם שוועדיש־פֿינישן פּאָעט אָלע טאָרוואַלדס. ווי ער האָט דערקלערט אין אַן אינטערוויו, גלייבט ער אינעם אידעאַל פֿונעם סאָציאַלן אַחריות.

סטאָלמאַן באַציט זיך מיט אַ בפֿירושער קעגנערשאַפֿט צו אַלע פֿאַרמאַכטע און באַצאָלטע פּראָגראַמען. אַ טייל זײַנע קריטיקער האַלטן, אַז ער כאַפּט צומאָל איבער די מאָס. טאָוואַלדס איז מער מעסיק געשטימט און באַטראַכט די אומזיסטע קאָמפּיוטער־סיסטעמען ווי אַ גוטע ניצלעכע אַלטערנאַטיוו, און נישט ווי אַ "פּאַטש" קעגן די קאָרפּאָראַציעס. צוליב די אידעאָלאָגישע אונטערשיידן, פֿירן די "לינוקס"־ליבהאָבער כּסדר פֿאַרשיידענע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע דעבאַטן, וועלכע שטערן אָבער נישט זייער אַלגעמיינע סאָלידאַריטעט.

אין די לעצטע יאָרן, האָבן זיך אַ צאָל גרויסע קאָמערציעלע פֿירמעס, אַזעלכע ווי "Sun" און "Apple", אויך אַקטיוו אַרײַנגעצויגן אין אַ צאָל פֿרײַע פּראָגראַמיר־פּראָיעקן, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות. דער אָפֿענער צוגאַנג דערמעגלעכט אָפֿט צו אַנטוויקלען די טעכנאָלאָגיעס אַ סך גיכער, בשותּפֿות מיט אַן ענטוזיאַסטישן ציבור איבער דער אינטערנעץ, ווי אויך צו קריגן אַ מער פֿרײַנדלעכע רעפּוטאַציע.

אין דער "יוניקס"־סובקולטור שפּילן אַ מערקווירדיקע ראָלע פֿאַרשיידענע באַנוצער־גרופּעס, קלובן, קאָנפֿערענצן, אויסשטעלונגען, פֿרײַוויליקע הילף־אָרגאַניזאַציעס, אָפֿענע בילדונג־קרײַזן פֿאַר קינדער און אַנדערע סאָציאַלע איניציאַטיוון. במשך פֿון צוויי דורות, האָט זיך אַרום דער דאָזיקער סיסטעם, מיט אַלע אירע גילגולים, געשאַפֿן זייער אַ לעבעדיקע און דינאַמישע סבֿיבֿה פֿון סטודענטן און אַקאַדעמישע פֿאָרשער, ענטוזיאַסטישע פּראָגראַמיסטן, העקערס (סײַ "עטישע", סײַ "אומעטישע"), וויסנשאַפֿטלער, סאָציאַלע אַקטיוויסטן, טעכניקער, ראַדיקאַלן־אידעאַליסטן און סתּם נײַגעריקע מענטשן.

דער אידעאַל פֿון אינפֿאָרמאַציע־פֿרײַהייט האָט אויך געווירקט אויף פֿאַרשיידענע אַנדערע פּראָיעקטן, אַחוץ קאָמפּיוטערײַ — למשל, אומזיסטע אינטענעץ־ביבליאָטעקן און אַלטערנאַטיווער אָפֿענער מעדיאַ. הגם נישט יעדער מענטש האָט אַפֿילו געהערט דעם נאָמען "יוניקס", פֿילט זיך די השפּעה פֿונעם הײַנטיקן "יובילאַר", בפֿרט ווען מע באַנוצט זיך מיט דער אינטערנעץ, ממש אויף יעדן שריט און טריט.