‫פֿון רעדאַקציע

נאָך די צוויי פֿריִערדיקע געסט פֿון מיטעלן מיזרח — דעם פֿירער פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע מאַכמוד אַבאַס און דעם פֿירער פֿון "כאַמאַס" כאַלעד מאַשאַל — איז מאָנטיק אָנגעקומען קיין מאָסקווע דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו.

עס זײַנען געווען פֿאַרשידענע צײַטן צווישן מאָסקווע און ירושלים — פֿון דער סאָוועטישער איניציאַטיוו צו שאַפֿן אין ארץ־ישׂראל צוויי אומאָפּהענגיקע מדינות — אַ ייִדישע און אַראַבישע — ביז פֿײַנטלעך־צעשטערערישע.

צי זײַנען הײַנט די באַציִונגען צווישן די ביידע לענדער באמת פֿרײַנדלעכע און קאָנסטרוקטיווע? אויסערלעך זעט עס אויס, אַז יאָ. די בירגער פֿון ביידע לענדער קאָנען הײַנט פֿרײַ באַזוכן איינער דעם אַנדערן, נישט דאַרפֿנדיק האָבן קיין ספּעציעלע וויזע; אין די לעצטע יאָרן איז דער טוריזם פֿון רוסלאַנד קיין ישׂראל געשטיגן ביז 400 טויזנט. די געוועזענע בירגער פֿון רוסלאַנד, וואָס זײַנען איצט בירגער פֿון ישׂראל, באַקומען זייער פּענסיע... נאָר די צוויי זאַכן האָבן זיך נאָך מיט אַ יאָר 10־15 צוריק נישט געלייגט אויפֿן שׂכל, אויסגעזען פֿאַנטאַסטיש.

הײַנט פֿאַראורטיילט דער רוסלענדישער פּרעזידענט די לייקענער פֿון חורבן, און זאָגט צו אויפֿצושטעלן אין מאָסקווע אַ חורבן־מוזיי; פֿון זײַן זײַט, זאָגט פּרעמיער נתניהו צו צום 65סטן יאָרטאָג פֿונעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד פֿאַראייביקן די העלדישקייט פֿונעם סאָוועטישן סאָלדאַט מיט אַ דענקמאָל. אין די אָנהייב 1990ער האָט ווייניק ווער אין ישׂראל געהערט אַפֿילו וועגן אַזאַ יום־טובֿ־טאָג 9טער מײַ, דער טאָג פֿון ניצחון.

הײַנט האָט רוסלאַנד אַ קאַזיאָנער רבֿ, וואָס באַטייליקט זיך אין אַלע מלוכישע פֿײַערלעכע אונטערנעמונגען אין מאָסקווער קרעמל; און די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס — סײַ די אָרטיקע און סײַ אויסלענדישע — פֿילן זיך פֿרײַ איבערן גאַנצן שטח פֿון רוסלאַנד, פֿון דעם מערבֿדיקן קאַליניגראַד ביזן ווײַט־מיזרחדיקן וולאַדיוואָסטאָק, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע אויטאָנאָמישע געגנט ביראָבידזשאַן.

אין דער רשימה, פֿאַרעפנֿטלעכט די וואָך, זײַנען צווישן די ערשטע פֿינף רײַכסטע מענטשן אין רוסלאַנד צוויי מיט אַ האַלב ייִדן, איינער אַן אָפּשטאַמיקער פֿון קאַווקאַז און איין רוס. נתניהו באַרימט זיך שיִער נישט, אַז אַלץ מער און מער הערט מען אין דער כּנסת רוסיש.

צי מיינט עס, אַז אין רוסלאַנד איז אויסגעוואָרצלט געוואָרן דער אַנטיסעמיטיזם? אַוודאי — ניין! נישט ווייניק פֿינצטערע כּוחות פֿאַרקוועטשן זייערע פֿויסטן בשעתן הערן אַ ייִדישן נאָמען. אָבער, ווי עס פֿירט זיך אין רוסלאַנד פֿון קדמונים אָן, כּל־זמן מע "לאָזט נישט אַראָפּ" קיין קאָמאַנדע פֿון אויבן, האַלט מען זיי, די דאָזיקע פֿויסטן, אַרײַנגעצויגן אין די אַרבל.

די הויפּט־פֿראַגע, וואָס האָט געבראַכט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער קיין מאָסקווע, איז דער קוק פֿון דער רוסלענדישער מאַכט אויף איראַן. און דאָס איז שוין אַ זאַך, וואָס מע קען עס נישט אויסבאַהאַלטן הינטערן פֿאַסאַד פֿון טאָלעראַנטקייט צו "אייגענע ייִדן", און פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צו ישׂראל. דאָ קומען אַרויס גאָר אַנדערע קריטעריעס פֿון צווישן־באַציִונגען.

דאָס איצטיקע רוסלאַנד ווערט אָנגעפֿירט און קאָנטראָלירט פֿון מענטשן מיט אַ קוק אויף זייער לאַנד און אויף דער דרויסנדיקער וועלט פֿון די הויכע לוביאַנקע־פֿענצטער. דאָרט געפֿינט זיך דער אמתער מוח און כּוח פֿון דער מאַכט. דער סטיל פֿון רעגירן בײַ דער מאַכט פֿאַלט אַרונטער אונטער די כּללים, וואָס האָבן זיך געשאַפֿן במשך פֿון צענדליקער יאָרן בעת ס'האָבן געפּראַוועט די סאָוועטן.

צווישן די הויפּט־כּללים איז דער כּלל פֿון אָנצוהאַלטן אַ כּסדרדיקן אָנגעשטרענגטן מצבֿ סײַ אין לאַנד און סײַ מיט דער דרויסנדיקער וועלט. מיר זעען עס אין די באַציִונגען פֿון רוסלאַנד צום מערבֿ און אַמעריקע בפֿרט. דאָס זעלבע — אין מיטעלן מיזרח. פֿון איין זײַט, מיט אַ סקריפּ, האַלט מאָסקווע אונטער די עקאָנאָמישע סאַנקציעס קעגן איראַן; און פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט זי אַרויס דעם דיקטאַטאָרישן רעזשים פֿון אַכמאַדינעדזשאַד ממשותדיקע מעשׂים בײַם אַנטוויקלען דאָרט די נוקלעאַרע פּראָגראַם.

אַזוי אויך מיט ישׂראל, וואָס רוסלאַנד האַלט אויף אַ קורץ שטריקעלע: סײַ מיט איר פֿירן חבֿרשאַפֿט מיט "כאַמאַס" און סײַ שליסנדיק אַן אָפּמאַך מיט טעהעראַן צוצושטעלן אַהין די סאָפֿיסטיקירטע אַנטי־ראַקעטן סיסטעמען C-300.

מע זאָגט, אַז נתניהו האָט זיך אומגעקערט אַהיים אַ צופֿרידענער פֿון זײַן נסיעה קיין מאָסקווע. הלוואַי! סודותדיקייט איז דאָך אויך אַ שיטה צו פֿירן דיפּלאָמאַטיע, באַזונדערס, אין די צווישן־באַציִונגען פֿון רוסלאַנד און ישׂראל.