אַבֿרהם סוצקעווער
אַבֿרהם סוצקעווער
FORWARD ASSOCIATION

דעם 20סטן יאַנואַר, 7 אַ זייגער אין דער פֿרי, אינעם שפּיטאָל "תּל־השומר" איז געשטאָרבן דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. ער איז אַלט געווען 96 יאָר.

עס קלינגט טאַקע פּאַראַדאָקסאַל: אַ מענטש דאַרף שטאַרבן, מע זאָל וועגן אים רעדן ווי וועגן אַ לעבעדיקן.

צײַט און אָרט — דערנענטערן זיך. קול, ווערטער, זשעסטן — הערן און זעען זיך קלאָרער; און עס קומען אַרויס פֿונעם זכּרון פּרטים, וואָס פֿון זיי שאַפֿט זיך אַ לעבעדיקע געשטאַלט. דווקא אַזאַ פֿאַרבלײַבט זי שוין אין מיר.

דער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער איז געוואָרן אַ געשטאַלט נאָך בײַם לעבן — אַ משולח פֿון זײַן דור, געשיקט דורכצומאַכן די אַלע נסיונות, מיט וועלכע ס’איז שוין דאָס וויפֿלטע מאָל אויסגעפּרוּווט געוואָרן זײַן פֿאָלק.

אָבער זײַן שליחות איז געווען נישט בלויז צו זען און זאָגן עדות, נאָר קודם־כּל באַזינגען און באַוויינען דעם דור, וואָס האָט אים אויסגעקליבן און פֿאַרטרויט די פֿידלרויז — די שענסטע און איידלסטע כּלי אין דער ייִדישער נאַציאָנאַלער פּאָעטן־קאַפּעליע.

צו די קלאַנגען פֿון זײַן פּאָעטישער פֿידלרויז האָבן זיך צוגעהערט די לעבנגעבליבענע, די שאריתן פֿון דער פֿאַרברענטער תּקופֿה; זיי, די קלאַנגען, האָבן נישט געלאָזט צו פֿאַרגעסן, אָבער אויך גערופֿן ממשיך צו זײַן, שמידן ווײַטער "די גאָלדענע קייט". און ווען דער גרויסער פּאָעט האָט דערפֿילט, אַז די קלאַנגען פֿון זײַן פֿידלרויז ווערן פֿאַרקלאַפּט און פֿאַרהלושעט, האָט ער אויפֿגעהערט צו שפּילן.

עכטע מוזיקאַלישע פּאָעזיע פֿאַרטראָגט נישט קיין פֿאַלשע טענער.

און דאָ קומט דער טראַגישער פּאַראַדאָקס פֿונעם פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. וועגן זײַן שאַפֿערישן אוצר האָט מען אָנגעהויבן רעדן, ווי וועגן אַן עזבֿון, ווי דער באַשאַפֿער גופֿא וואָלט שוין נישט געלעבט. ער איז געוואָרן אַ לעבעדיקער עדות דערפֿון, ווי זײַן אויסגעחלומטע פּאָעטישע פֿידלרויז צעשטערט די ערדישע דלתּ אַמות און רײַסט זיך אַרויס אין דער הימלישער אייביקייט.

סוצקעווער, אַ קראַנקער און אַן עלנטער בלײַבט אַליין אויסצולעבן דאָס באַשערטע אים ביסל יאָרן אין דער שטיל פֿון זײַן זיקנה.

מיר האָבן זיך געטראָפֿן בײַ אים אין דער היים אין תּל־אָבֿיבֿ אויף רחובֿ שרתּ 20. סוצקעווער האָט זיך צו יענער צײַט ווייניק באַוויזן פֿאַר אַן עולם. אַפֿילו אין בית־לייוויק, אינעם הויז פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן איז ער שוין נישט אַרײַנגעגאַנגען. דאָס איז געווען נישט די ערשטע אונדזערע טרעפֿונג, אָבער אין יענעם טאָג בין איך געגאַנגען צו אים מיט אַ באַזונדער געפֿיל — כ׳האָב געהאַט פֿאַר אים אַ גרוס פֿון זײַן פּאַרטיזאַנישער פֿאַרגאַנגענהייט!

זײַענדיק אַ חודש אין מאָסקווע, וווּ כ’בין געפֿאָרן פֿון ירושלים, לויטן פֿאָרלייג פֿון ד״ר דוד פֿישמאַן, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן פּראָיעקט פֿון ייִדישע לימודים בײַם מאָסקווער הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט — האָב איך געבראַכט פֿון רוסלאַנד אַ זעלטענעם כּתבֿ־יד — אַבֿרהם סוצקעווערס ליד "גאָלדע". ווי אַזוי דער כּתבֿ־יד איז אַרײַנגעפֿאַלן אין מײַנע הענט איז אַ באַזונדערע געשיכטע, אָבער אין יענעם טאָג בין איך געוואָרן אַן עדות, ווי אַ מחבר טרעפֿט זיך מיט זײַן ווערק, געשאַפֿן מיט איבער 53 יאָר פֿריִער.

איך קאָן נישט זאָגן, אַז סוצקעווער האָט אויסגעזען אַן איבערגעראַשטער. ער האָט פּאַוואָליע צעוויקלט די צוויי פֿאַרגעלטע בייגעלעך פּאַפּיר, פֿאַרהאַלטן דעם בליק אויפֿן טעקסט, נאָר צוליב זיך איבערצײַגן, אַז ס׳איז טאַקע זײַן ליד, אָנגעשריבן מיט זײַן אייגענער האַנט. דערנאָך האָט ער געבעטן בײַ זײַן טאָכטער אַ פּען און אויף דעם פֿרײַ שטיקל אָרט נאָך דער לעצטער סטראָפֿע, ווי ספּע-ציעל איבערגעלאָזט אַמאָל פֿאַר דעם איצטיקן מאָמענט, צוגעשריבן: "דער אָריגינאַל פֿון מײַן ליד 'גאָלדע’ געשריבן דעם 30סטן יאַנואַר 1944 — אין די נאַראָטשער וועלדער — אַבֿרהם סוצקעווער. תּל־אביב 5טן מײַ 1997".

ער האָט געדענקט די פּינקטלעכע דאַטע, ווען דאָס ליד איז אָנגעשריבן געוואָרן, ווי אַ געטרײַער טאַטע געדענקט דעם געבוירן־טאָג פֿון זײַן קינד. "אַ שיין מיידל געווען, — האָט ער הייזעריקלעך געזאָגט, — כ׳האָב זי גוט געקענט..." מער האָט ער וועגן דעם ליד נישט גערעדט. ער האָט גערעדט וועגן מאָסקווע, וועגן ערענבורג, מאַרקיש, פּאַסטערנאַק — און יעדעס מאָל ווי באַשטעטיקט: "גוטע חבֿרים געווען". ער האָט זיך דערמאָנט, ווי מ׳האָט געשיקט נאָך אים צו די פּאַרטיזאַנער אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן, אַפֿילו צוויי — איינער האָט נישט געקאָנט לאַנדן, ווײַל די דײַטשן האָבן אים באַשאָסן; און דער צווייטער האָט אים און זײַן ווײַב, פֿריידקע, אַרויסגעפֿירט פֿון די וועלדער. כ׳האָב שפּעטער געהערט פֿון אַנדערע, אַז ער האָט זיי אויך דערציילט די זעלבע געשיכטע און אַפֿילו מיט די זעלבע פּרטים. זי האָט זיך ווי אָפּגעשטעמפּלט אין זײַן אָפּגעשוואַכטן זכּרון, ווי אַ לעגענדע אויף אַן אַלטן פּאַרמעט...

איך געדענק, אַז פֿאַרלאָזט האָב איך זײַן שטוב מיט אַ געדריקטער שטימונג. געבאָמבלט האָבן זיך אין מײַן קאָפּ צוויי שורות פֿון סוצקעווערס אַ ליד:

בײַ טאָג אַ לוויה, בײַ נאַכט אַ קאָנצערט

און קומען סײַ דאָרטן סײַ דאָ איז באַשערט.