װיסנשאַפֿט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
די קראַטערס בײַם צפֿונדיקן לבֿנה־פּאָלוס, אָנגעפֿילט מיט אײַז
די קראַטערס בײַם צפֿונדיקן לבֿנה־פּאָלוס, אָנגעפֿילט מיט אײַז
NASA

מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט די אַמעריקאַנער קאָסמאָס־אַגענטור, "נאַסאַ", אַנטדעקט אַ "מערקווירדיקן סכום וואַסער" אויף דער לבֿנה. דעם 9טן אָקטאָבער, האָט אַ ספּעציעלער סאַטעליט, מיטן נאָמען "LCROSS", אַרײַנגעוואָרפֿן זײַן אויסגענוצט ליידיקן ראַקעט־מאָטאָר אינעם קראַטער קאַבעוס, וואָס געפֿינט זיך בערך אַרום 62 מײַל פֿונעם צפֿונדיקן לבֿנה־פּאָלוס.

זײַענדיק אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון דער אָרביטע אין דער וואַקוּוּם־סבֿיבֿה, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין לופֿט, וואָס וואָלט פֿאַרזאַמט דאָס פֿאַלן, האָט דער מאַסיווער מעטאַלענער אָביעקט געדינט ווי אַ באָמבע. דער אויסגענוצטער ראַקעט, וואָס האָט געווויגן מער ווי 2 טאָן, איז אַראָפּגעפֿאַלן מיט דער שנעלקייט פֿון איבער 6 טויזנט מײַל אַ סעקונד.

דער סאַטעליט האָט אַנאַליזירט די אויפֿגעריסענע מאַטעריאַלן, וואָס דער צוזאַמענשטויס האָט אַרויסגעבראַכט פֿונעם קראַטער, און אַנטדעקט אַ גענוג גרויסן פּראָצענט וואַסער־פּאַרע. די דאָזיקע אַנטדעקונג האָט געוויזן, אַז די אידעע צו גרינדן אַ קאָלאָניע אויף דער לבֿנה איז נישט אַזוי שווער צו פֿאַרווירקלעכן, ווי מע האָט געמיינט. לויט דעם חשבון פֿון "נאַסאַ", האָט דער אויפֿרײַס אויפֿגעהויבן אַרום 15 גאַלאָן וואַסער.

די וויסנשאַפֿטלער האָבן שוין לאַנג געוווּסט, אַז דער נאַטירלעכער סאַטעליט פֿון אונדזער פּלאַנעט אַנטהאַלט אין זיך אַ ביסל אײַז, אָבער פֿריִער האָבן זיי געטראַכט, אַז עס וואָלט געווען צו שווער אַרויסצובאַקומען גענוג וואַסער, כּדי צו באַזאָרגן די קאָלאָניסטן. אַ טייל טעאָרעטיקער האָבן אַפֿילו פֿאָרגעלייגט צו אימפּאָרטירן דאָס וואַסער פֿון דער ערד אָדער פֿון די אַסטעראָיִדן.

מיט אַ חודש פֿאַרן אַמעריקאַנער עקספּערימענט, האָט מען באַשטעטיקט, מיט דער הילף פֿונעם אינדישן סאַטעליט "טשאַנדראַיאַן־1", אַז רעגאָליט — דער ווייכער "באָדן", וואָס דעקט צו דעם אויבערפֿלאַך פֿון דער לבֿנה — באַשטייט אויף 0.1 פּראָצענט פֿון אײַז. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די לבֿנה באַנײַט איר אייגענעם וואַסער־זאַפּאַס אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן: די וואַסערשטאָף־אַטאָמען פֿונעם זון־ליכט רעאַגירן מיטן זויערשטאָף אין די מינעראַלן, און ווערט פֿאַרוואַנדלט אין וואַסער, וואָס רעגאָליט זאַפּט אין זיך אײַן, ווי אַ שוואַם. אַן אַנדער קוואַל פֿון וואַסער זענען די ברעקלעך פֿון קאָמעטן, וואָס באָמבאַרדירן כּסדר די לבֿנה.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט "נאַסאַ" פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון ראַדאַר־פּראָבעס, וואָס דער זעלבער אינדישער סאַטעליט האָט דורכגעפֿירט במשך פֿון זײַן מיסיע, וואָס האָט געדויערט כּמעט אַ יאָר; זינט אויגוסט 2009 האָט די ראַדיאָ־פֿאַרבינדונג מיט "טשאַנדראַיאַן" זיך פּלוצעם איבערגעריסן. מע איז זיך משער, אַז דער סאַטעליט האָט זיך צעבראָכן צוליב דער הויכער ראַדיאַציע.

נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די ערשטע לבֿנה־מיסיע פֿון אינדיע האָט זיך פֿאַרענדיקט פֿאַרן פּלאַנירטן טערמין, האָט "טשאַנדראַיאַן" געזאַמלט גאָר חידושדיקע און וויכטיקע ידיעות. די ראַדאַר־פֿאָרשונגען האָבן געוויזן, אַז 40 קראַטערס אַרום דעם צפֿונדיקן לבֿנה־פּאָלוס זענען אָנגעפֿילט מיט אײַז. דערווײַל האָבן די וויסנשאַפֿטלער אַנטדעקט בערך 600 מיליאָן טאָן פֿאַרפֿרוירן וואַסער, וואָס ליגט ממש אויפֿן אויבערפֿלאַך, וואָס קאָן באַזאָרגן אַ סך קאָלאָניסטן — בפֿרט, אויב מע שפּאָרט עס ווי געהעריק. שטעלט זיך פֿאָר אַן אָזערע, צען מעטער די טיף און איבער אַכט די לענג און ברייט — אַזאַ וואַסער־זאַפּאַס איז געווען גענוג פֿאַר אַ גרויסער שטאָט.

די פֿאָרשונגען ווײַזן אָן, אַז דאָס אײַז פֿונעם עקוואַטאָר ווערט קאָנצענטרירט אויף די פּאָלוסן; הגם אויף דער לבֿנה, גייען נישט קיין רעגנס, גיט זיך דאָס וואַסער עפּעס אַן עצה, ווי אַזוי זיך צו דערקלײַבן אין די פּאָלאַרע ראַיאָנען; מע קאָן שוין ערנסט רעדן וועגן אַ קליינער, אָבער מערקווירדיקער, "לבֿנה־הידראָספֿערע". מסתּמא, אַנטהאַלט די לבֿנה נאָך אַ סך מער וואַסער, וואָס איז פֿאַרשפּרייט אין אַנדערע ראַיאָנען און אומדערוואַרטע ערטער — אַזוי ווי דער נאַפֿט בײַ אונדז אויף דער ערד.

אַן אַנדער סאַטעליט, די יאַפּאַנישע פּראָבע "קאַגוּיאַ", האָט געבראַכט אַן אַנדער גוטע בשׂורה, וואָס קאָן שטאַרק העלפֿן צו פֿאַרווירקלעכן די קאָלאָניזאַציע־טרוימען. הגם ס׳רובֿ קראַטערס אויף דער לבֿנה זענען רעזולטאַטן פֿון צוזאַמענשטויסן מיט אַסטעראָיִדן, זענען דאָרטן מיט דרײַ מיליאַרד יאָר צוריק אויך געווען אַקטיווע וווּלקאַנען, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט אַ מין היילן — לאַווע־טונעלן. מיט אַ האַלב יאָר צוריק, האָט די יאַפּאַנישע קאָסמאָס־אַגענטור איבערגעגעבן, אַז איר סאַטעליט האָט אַנטדעקט אַ גרויסן טונעל, 65 מעטער ברייט און 88 מעטער טיף.

דער אַנאַליז פֿון דער געזאַמלטער אינפֿאָרמאַציע ווײַזט אָן, אַז דער וווּלקאַן, וועלכער האָט איבערגעלאָזט דאָס דאָזיקע לאָך, האָט זיך אָפּגעשטעלט נאָך מיט דרײַ און האַלב מיליאַרד יאָר צוריק. דאָס מיינט, אַז דער לאַווע־טונעל וואָלט געקאָנט דינען ווי אַ גוט אָרט פֿאַר אַ מעגלעכן ייִשובֿ. אויב ער האָט זיך אָפּגעהיט אַזוי לאַנג, מוז ער זײַן זייער סטאַביל און רויִק.

אין דער זעלבער צײַט, האָט "קאַגוּיאַ" אַנטדעקט אַן אַנדער חידוש: אין געוויסע ראַיאָנען אויף דער ווײַטער זײַט פֿון דער לבֿנה זענען די וווּלקאַנען געבליבן אַקטיוו נאָך מיט 2.5 מיליאָן צוריק — אין אַ רעלאַטיוו נאָענטער פֿאַרגאַנגענהייט. צוליב דער דאָזיקער אַנטדעקונג, וועט מען מוזן אויסאַרבעטן אַ נײַעם געאָלאָגישן מאָדעל פֿון דער לבֿנה.

פֿאַרשטייט זיך, אויב מע וועט טאַקע גרינדן אַ ייִשובֿ אויף דער לבֿנה, וועלן מיר זיך דערוויסן די גרעסטע חידושים וועגן דער דאָרטיקער נאַטור, ווען די קאָלאָניסטן וועלן באַקומען די מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט איר "פּנים־אל־פּנים". דערווײַל ווייסט מען אָבער נישט, צי די טרוימען וועגן דער מעגלעכער קאָלאָניזאַציע פֿון אונדזער קאָסמישער "שכנה" וועלן טאַקע מקוים ווערן.