פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אין קלעזקאַנאַדע, 2010, האָט מען זיך געלערנט טאַנצן אַ "פֿריילעכס"
אין קלעזקאַנאַדע, 2010, האָט מען זיך געלערנט טאַנצן אַ "פֿריילעכס"
Credit: Robert Blacksberg

אין ניו־יאָרק, דעם ערשטן דאָנערשטיק פֿון יעדן חודש, קומט פֿאָר אַ "טאַנצהויז" אין אָוונט. עס פֿירט דורך דעם אָוונט "דער צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" מיטן צימבלער פּנחס רושעפֿסקי, בראָש. אויף אַזאַ אָוונט קענט איר זען ווי די "טאַנצמײַסטערס" מיישקע אַלפּערט אָדער זאבֿ פֿעלדמאַן לערנען מיט די אָנטיילנעמער ווי צו טאַנצן אַ שער, אַ פֿריילעכס, אַ האָראַ. אַמאָל קומט צו אַ גאַסט־לערער, ווי אַנדרעאַס שמיטגעס פֿון דײַטשלאַנד, און מיט די באַזוכער פֿונעם "טאַנצהויז" לערנט ער אויס אַ קאָלאָמייקע אָדער קאַדריל. אַן ערך פֿופֿצן ביז צוואַנציק טענצער קומען זיך באַטייליקן, און געוויינטלעך האָט מען דערבײַ ערשט־קלאַסיקע מוזיקער צו באַגלייטן די טענצער — קיין קאַסעט־שפּילער, אָדער פֿאָנאָגראַף וואָס זאָל שפּילן די מוזיק פֿאַר די טענצער, ווי עס האָט זיך אַמאָל געפֿירט בײַ אַזוינע טענץ־אָוונטן, וועט איר דאָ נישט געפֿינען.

אין די 1960ער און 1970ער יאָרן וואָלט מען מסתּמא נאָר געשפּילט איין ייִדישן טאַנץ פֿון מיזרח־אייראָפּע בײַ די אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָלקטענץ־אונטערנעמונגען, כאָטש ס׳רובֿ אָנטייל־נעמער זענען געווען ייִדן. פּאָפּולער זענען דווקא די מאָדערנע ישׂראלדיקע טענץ, וואָס מע האָט אָנגעהויבן שאַפֿן אינעם 20סטן יאָרהונדערט; אַ גאַנצע באַוועגונג פֿון ישׂראלדיקע "פֿאָלקטענץ" האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט איבער אַמעריקע נאָכן יאָר 1948.

ערשט אין די 1980ער יאָרן איז אויפֿגעקומען דער חשק צום טאַנצן די ייִדישע טענץ אונטער דער אַלט־נײַער קלעזמער־מוזיק, מ׳האָט אָבער נישט געוווּסט ווי אַזוי. האָט מען סיסטעמאַטיש אָנגעהויבן אויסצופֿאָרשן ווי אַזוי מע האָט געטאַנצט אין שטעטל. אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטישער ליטעראַטור פֿאַרן חורבן ווערט דער זשאַנער פֿון פֿאָלקטענץ כּמעט ווי נישט דערמאָנט. מע אָנערקענט אַפֿילו נישט, אַז דער פֿאָלקטאַנץ איז בכלל אַ פֿאָלקסקונסט בײַ ייִדן. ביז מע האָט זיך געכאַפּט, אַז מע דאַרף פֿאַרשרײַבן די טענץ פּינקטלעך, טראָט בײַ טראָט, ווי מע האָט זיי געטאַנצט, איז שוין כּמעט געווען צו שפּעט.

צום גליק, האָבן אַזוינע פֿאָרשער ווי פֿעלדמאַן און אַלפּערט באַוויזן אויפֿצוכאַפּן די טענץ פֿון די עלטערע ייִדן. ד״ר פֿעלדמאַן פֿלעגט באַגלייטן זײַן טאַטן, אַ יעדיניצער פֿון בעסאַראַביע, אויף די לאַנדסמאַנשאַפֿט־שׂימחות אין בראָנקס, און מיטטאַנצן מיט זיי. פֿופֿציק יאָר שפּעטער, ווען פֿעלדמאַן איז געפֿאָרן אין זײַן טאַטנס שטעטל און האָט געוויזן די הײַנטיקע יעדיניצער (נישט קיין ייִדן) ווי אַזוי ער טאַנצט ייִדישע טענץ, האָט איינער באַמערקט — "איר טאַנצט דאָך ווי אַן אַלטער ייִד!" פֿעלדמאַן האָט דאָס אָנגענומען ווי אַ קאָמפּלימענט.

העלען ווינקלער, אַ מומחה אין ייִדישע טענץ פֿון טאָראָנטע, האָט געשאַפֿן אַ וועבזײַטל וועגן די ייִדישע טענץ פֿון מיזרח־אייראָפּע מיט אָן אַ שיעור רעסורסן און אינפֿאָרמאַציע http://www.yiddishdance.com/. אויב עס געפֿינט זיך אַ ווידעאָ פֿון ייִדישע טענץ, קען מען דאָס מסתּמא זען אויף איר וועבזײַטל. בפֿרט ווערן מער און מער ווידעאָס פֿון די חסידישע טענץ בײַ הײַנטיקע חתונות צוגעגעבן צום "youtube" און עס אַנטוויקלט זיך אין זיי אַן אוצר פֿון עטנאָגראַפֿישער אינפֿאָרמאַציע.

אָבער נישט נאָר נײַערע פֿילמען פֿון טענץ ווערן געוויזן אויף דער אינטערנעץ. עטלעכע חדשים נאָך דעם ווי דער "קולטור־קאָנגרעס" האָט אָפּגעגעבן כּבֿוד בײַ אַ בענעפֿיט־אָוונט אין ניו־יאָרק דעם עלטערן טענצער פֿעליקס פֿיביך, ער זאָל זײַן געזונט, האָט מען געפֿינען אַ פֿילם פֿון פֿיביך און זײַן פֿרוי, די טענצערין יהודית בערג (דער טאַנצנדיקער "סקעלעט" אינעם פֿילם "דער דיבוק") אויף אַ פֿאָלקסטענץ־פֿאָרשטעלונג אין אַ ייִדישער קינדערהיים אין פּוילן, באַלד נאָך דער מלחמה אין 1947. לעצטנס האָט מען צוגעגעבן צום youtube פֿילמען פֿון אַלטע ישׂראלדיקע טענץ־צוזאַמענגענומען פֿון די 1940ער יאָרן.

אויף העלען ווינקלערס "ייִדישע טענץ־וועבזײַט" האָט זי אויך אַרײַנגעלייגט אַ סך אַרבעט צו געפֿינען באַשרײַבונגען פֿון ייִדישע טענץ אין דער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט אין די יזכּור־ביכער. אין איר ביבליאָגראַפֿיע האָט זי פֿאַרצייכנט די זײַטן פֿון צען יזכּור־ביכער, וווּ סע רעדט זיך וועגן טענץ. דאָס איז אַן אָנגייענדיקער פּראָיעקט און זי נייטיקט זיך אין איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש ווײַטער צו אַרבעטן אויף אַנדערע ביכער.

מיר איז אויך אויסגעקומען באַטייליקן זיך, כאָטש אומדירעקט, אינעם רענעסאַנץ פֿון ייִדישע טענץ אין מיזרח־אייראָפּע. קיין טענצער בין איך נישט, אָבער איך האָב אָפֿט אַראָפּגענומען אויף ווידעאָ אונדזערע קולטור־אונטערנעמונגען אינעם בראָנקסער "שלום־עליכם־קולטור־צענטער". אין די 1980ער יאָרן האָט מען נאָך געקענט זען ווי עלטערע ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע טאַנצן, און אָט יענע ווידעאָ־טאַשמעס פֿאָרשן איצט די טענץ־פֿאָרשער. דער רעציטאַטאָר און פֿאָלקזינגער צוניע רײַמער, אַ קוואַל פֿון פֿאָלקלאָר, האָט זיך אַמאָל צעטאַנצט בײַ אַזאַ קערמישל און אונדז געוויזן ווי מע טאַנצט אַ בולגאַר. דאָס איז דעמאָלט געווען אַ געוואַלדיקער "געפֿינס", ווײַל די יונגע קלעזמאָרים האָבן אַ סך בולגאַרס געשפּילט אין זייערע קאַפּעליעס, אָבער ווי אַזוי מע טאַנצט אַ בולגאַר האָט קיינער נישט געוווּסט. מיישקע אַלפּערט האָט רײַמערס בולגאַר פֿאַרשריבן און שפּעטער געלערנט אויף די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן מיט הונדערטער אַנדערע טענצער. דערצו האָט רײַמער, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן מיט בראָסלעווער חסידים אין זײַן אוקראַיִניש שטעטל קראָסנע, אונדז געוויזן ווי מע טאַנצט אַ חסידל, וואָס בײַ אים האָט עס געהייסן אַ גאָר פּאַמעלעכער, אימפּראָוויזירטער סאָלאָ־טאַנץ.

אין אונדזער קולטור־וועלט האָב איך שוין מיט יאָרן פֿריִער באַמערקט, אַז איין טאַנץ, מיט אַלע פּיטשעווקעס, קענען טאַנצן די עלטערע ייִדן פֿון דער "לינקער" סבֿיבֿה — די "שער". די "שער" איז אַ גאַנץ קאָמפּליצירטער טאַנץ מיט אַכט מענטשן (פֿיר פּאָרלעך) אין יעדער גרופּע. עס האָט אויף מיר געמאַכט אַ רושם וואָס דעם טאַנץ, אַ ייִדישער "סקווער־טאַנץ", קען מען דווקא יאָ טאַנצן. אין די זומער־לאַגערן און זומער־קאָלאָניעס האָט מען זיך געלערנט די "שער" און מע האָט דעם טאַנץ נישט פֿאַרגעסן יאָרן נאָך דעם ווי די אינסטיטוציעס האָבן זיך געשלאָסן.

פּונקט ווי בײַ זאבֿ פֿעלדמאַן און מיישקע אַלפּערט, מאַכט זיך אַמאָל, אַז אַ קינד פֿונעם צווייטן אָדער אפֿילו דריטן דור האָט געהאַט אַ פֿעיִקייט אויפֿצוכאַפּן די אַמאָליקע טענץ. אין פֿראַנקרײַך האָט העלען דאָמערקין־זילבערבערג אויף אַזאַ אופֿן זיך געלערנט ייִדישע טענץ, און הײַנט לערנט זי מיט אַנדערע. אויף youtube קען מען זען, זי ווי זי פֿירט אָן מיט אַ "פֿריילעכס" בײַם "קלעזקעמפּ" —

http://www.youtube.com/watch?v=E0IqCt4yXY4

די אַלטע, קלאַסישע ייִדישע פֿילמען שטעלן מיט זיך פֿאָר נאָך אַ קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדישע טענץ. אין "אָנקל מאָזעס" און "ייִדל מיטן פֿידל" קען מען זען ווי אַ ייִדענע טאַנצט אַקעגן חתן־כּלה מיט אַ חלה אין דער האַנט — אַ "קוילעטש־טאַנץ" האָט מען דאָס גערופֿן, און דער געדאַנק הינטער דעם איז, אַז ס׳זאָל דאָס פּאָרל גאָרנישט פֿעלן, מע זאָל זיך פֿרוכטפּערן און מערן וכּדומה. אין אַן אַנדער סצענע אין "ייִדל מיטן פֿידל" טאַנצן די רײַכערע לײַט אַ קאַדריל. אַפֿילו אויב מע זעט נישט דעם גאַנצן טאַנץ אויפֿן עקראַן, קען מען דאָך זיך עפּעס אויסלערנען וועגן ייִדישע טענץ פֿון אַזוינע אַרטיפֿאַקטן.

יעדעס "ברעקל" אינפֿאָרמאַציע און ידיעה וועגן ייִדישע פֿאָלקטענץ איז וויכטיק, ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע זשאַנערן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿאַרמאָגט מען אַזוי ווייניק עטנאָגראַפֿישע פּרטים. אָבער דער אינטערס צו די פֿאָלקטענץ וואַקסט און דאָס איז אַ גוטער סימן.