פּובליציסטיק, טשיקאַװעס

מ׳טרובעט איבער דער וועלט — ס׳רוכעוועט זיך צווישן די גלחים אַ פּערוועזער סקאַנדאַל. זיי האָבן געזינדיקט און ווילן זיך נישט מתוודה זײַן. זיי האָבן זיך איזדיעקעוועט איבער אומשולדיקע קינדער און זיך פֿאַרנומען מיט פּעדאָפֿיליע דורות־לאַנג. נישט נאָר דאָס. איין גלח האָט פֿאַרפֿירט 200 טויבע קינדער, און נישט בלויז דאָ אין אַמעריקע, נאָר כּמעט גלאָבאַל — אייראָפּע, אירלאַנד, לאַטיין־אַמעריקע און איצט מעקסיקע. די קאַטוילישע קירך האָט ממש באַנקראָטירט. אָבער די היעראַרכיע וויל עס נישט אָנערקענען. זיי מעגן טראָגן קאָלירטע קאַפּעלעך, אַלערליי פּורימדיקע קאָסטיומען מיט רויטע בענדלעך און גרינע באַשלאָקן (hoods), זיי מעגן זיך קרוינען, דערקלערן הייליק, אומבאַרירלעך, טעגלעך קאָרעספּאָנדירן מיט גאָט. דער עיקר, זײַנען אַ סך פֿון זיי שולדיק אין דער שענדונג פֿון יונגע קינדער, און די גרויזאַמקייט פֿון פֿאַרדעקן דאָס יאָרהונדערט־לאַנג. זיי מעגן אַרויסשטעלן ייִראת־שמים־פּנימלעך פֿאַר זייערע סטאַדעס, און ווען מ׳כאַפּט זיי אויף דער ווענדקע, לויפֿן זיי צום הייליקן פֿאָטערל אין וואַטיקאַן, דעם געקרוינטן פּרינץ פֿון קריסטנטום, בענעדיקטוס דער זעכצנטער, דעם אַמאָליקן דײַטשן קאַרדינאַל אין מינכען — דזשאָזעף ראַצניגער, וועלכער איז אַליין אײַנגעטונקען אין אַ וועלט מיט פּולווער, סײַ מצד זײַן נאַצישער פֿאַרגאַנגענהייט און סײַ מצד די גרויזאַמע גלחישע מעשׂים.

וואָזשע טוט דאָס הייליקע פֿאָטערל פֿון וואַטיקאַן? ער מאַכט זיך נישט וויסנדיק, און פֿאַרווישט דעם סקאַנדאַל אונטערן פּערסישן טעפּעך. הײַנט פּראַוועט ער דעם "הייליקן דאָנערשטיק" מיטן "גוטן־פֿרײַטיק," דעם "אַש־מיטוואָך" און "פּענטעקאָסט־זונטיק" (שבֿועות). נישט געזאָרגט, גאָטס זון האָט שוין באַצאָלט פֿאַר אַלע זייערע זינדיקע חובֿות. בכלל איז די וועלט פֿון פּויפּסטערטום, פֿון וואַטיקאַנאַליע, אײַנגעטונקען אין אַזעלכע טראַנסגרעסיעס און סקאַנדאַלן, אַז עס וועלן זיי נישט פֿאַרווישן די וואַסערן פֿון אַלע ימען און אַלע זאַמדן פֿון די מידבריות. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, יעדעס יאָר פֿרעג איך זיך נאָך אין קלאַס, ווער ס׳איז אַ סטודענט פֿון יורי. און אַז אַ פּאָר פֿון זיי רופֿן זיך אָפּ, זאָג איך זיי אָן:

"טוט מיר אַ טובֿה און קלאָגט אָן דעם וואַטיקאַן פֿאַר זייערע אַכזריות."

הײַנט געפֿינט זיך שוין אַן אַדוואָקאַט אין אַמעריקע, דזשעפֿרי ר. אַנדערסאָן, וועלכער טוט דאָס וואָס איך האָב פֿאָרגעלייגט מײַנע סטודענטן מיט יאָרן צוריק.

וועל איך זיך אָקאָרשט אָפּשטעלן אויף אַ בוך וואָס איז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אַרויס אין איטאַליע, אונטערן טיטל "באָן אַפּעטיט אײַער הייליקייט." געשריבן האָבן דאָס בוך מאַריאַנגעלאַ רינאַלדי און מאַריאַנגעלאַ וויצי. זיי שילדערן אין זייער באַשרײַבונג די פֿרעס־אַפּעטיטן פֿון די פּויפּסטן אין מיטלעלטער. זיי קענען זיך נישט אָפּוווּנדערן פֿון די אָנגעשטאָפּטע טישן מיט די סאַמע פֿאַנטאַסטישסטע קולינאַרע פּאָטראַוועס, דעקאָרירט מיט געבראָטענע פֿאַזאַנען, אײַנגעטונקען אין פּעך־שוואַרצן סאָוס, סערווירט אין פֿײַן פּאָלירטע מענטשלעכע שאַרבנס. לאָמיך דאָס איבערחזרן — מענטשלעכע שאַרבנס.

דאָס אַלץ ווערט דערמאָנט אונטער דער הערשאַפֿט פֿונעם פּויפּסט לעאָ דעם צענטן (1513—1521), דעם אָכלאַפּ (חזרישער פֿרעסער). זײַן באַליבט מאכל איז באַשטאַנען פֿון געבראָטענע קאַסטרירטע קאַפּהענער, געגלייזט מיט צעלאָזענעם צוקער און באַדעקט מיט עכטע גאָלדבלעטער. אַ חוץ דעם, האָט ער געפֿאָדערט אויך צוצושטעלן אים געבראָטענע פּאַוועס. און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָט זיך געפֿונען אין וואַטיקאַן אַ פּויפּסט, מאַרטין דער פֿערטער (1281—1285), אַן אַנטיפּאַטישער טיפּ. ער, זאָגן די חבֿרטעס, איז געווען דער גרעסטער "אַבזשאָרע" (פֿרעסער) פֿון זיי אַלע. ער איז טאַקע געגאַנגען פֿרי אַ גאַנג, ס׳הייסט אויסגעצויגן די קאָפּעטעס פֿון נישט פֿאַרדײַען ווי געהעריק דאָס עסן און פֿון איבערפֿרעסן זיך. דער זעלבער פּויפּסט האָט שטאַרק ליב געהאַט פֿיש, האָט דער וואַטיקאַן פֿאַרמאָגט אַן אייגענעם אַקוואַריום־באַסיין וווּ מען האָט געהאָדעוועט די פֿיש און זיי פֿעט געמאַכט. דער "איידעלער" פּויפּסט פֿלעגט אָננעמען אַ זשמעניע ווענגער־פֿיש, אַרײַנוואַרפֿן זיי אין אַ פֿאַן מיט שאַרפֿן, זיסן קאָכעדיקן ווײַן און זיך צוקוקן ווי די פֿיש ווערן פּאַמעלעך פֿאַרסמט פֿונעם אַלקאָהאָל אין דער פֿאַן. נאָכדעם, פֿלעגט ער זיי בראָטן אין פֿרישן פּוטער מיט אינגבער און צימערינג. ער פֿלעגט אויך זיך מחיה זײַן מיט זיס־באַטעמטע שלאַנגען. די אַלע פֿאַרצייכענונגען קומען פֿון די וואַטיקאַן־אַרכיוון.

די פּויפּסטן זײַנען געווען אויסן צו באַווײַזן דאָס ריזיקע עשירות פֿונעם וואַטיקאַן און זייער אַבסאָלוטע הערשאַפֿט איבער די קריסטלעכע קאַטאָליקן. און מיר ווייסן גאַנץ גוט פֿון וואַנען דאָס עשירות האָט זיך גענומען צו זיי. לאָמיר זיך נישט נאַרן. די רוימער האָבן אויסגעראַבעוועט די גאָלד־ און זילבער־קאַסעס פֿון אַ שלל לענדער וואָס זיי האָבן אײַנגענומען, אויסגעליידיקט אַלע קולטור־אוצרות פֿון די טעמפּלען אין עגיפּטן און סיריע, בבֿל און עטיאָפּיע, שוין אָפּגערעדט פֿונעם בית־המיקדש אין ירושלים. דער וואַטיקאַן איז די רײַכסטע אימפּעריע אין דער וועלט. די קאַסעס מיט די "וואָלטן," די אַרכיוון און פֿאַרצײַטיקע שריפֿטן פֿון די פֿעלקער, שטייען געשלאָסן אויף זיבן שלעסער.

איצט שטעלט אײַך פֿאָר. נאָך דורות זולל־וסובֿאניקעס, איבערגעפֿרעסענע פּויפּסטן, האָבן זיי געהאַט צײַט אומקוקן זיך אויף דעם וואָס עס קומט פֿאָר אין דער וועלט? זייער פּויפּסט עובֿדה איז געווען צו היטן זיך די אייגענע סקורע (הויט). אײַ די וועלט פֿירט מלחמות, זיי וועט מען אויסמײַדן. אײַ וואָס אַ פֿאָלק ווערט פֿאַרניכטעט אונטער זייערע השגחות, וועמען אַרט עס. דער עיקר צו פּרעזערווירן די אוצרות וואָס זיי פֿאַרמאָגן. אַלץ וואָס איז זיי געגאַנגען אין לעבן איז געווען אויפֿצוהאַלטן די קאַטוילישע היעראַרכיע, די מיסיאָנערישע אַרבעט איבער דער וועלט און, דער עיקר, אַרײַננאַרן אין דער פּאַסטקע וואָס מער פֿון די אָרעמע שיכטן פֿון די פֿעלקער איבער דער וועלט. מ׳האָט זיך נישט בראַקירט מיט קיינעם: מעקסיקאַנער אינדיאַנער, שוואַרצע שבֿטים אין בראַזיל און פּערו; דער עיקר, אָפּווישן זייערע אייגענע קולטורן און געטער, און זיי אָפּקויפֿן מיט גוטן און מיט בייזן.

זיי פֿאַרקויפֿט אַ ווילד־מאָדנע מעשׂה מיט אַ טויטן זון פֿון אַ גאָט, וועלכער קומט פֿון אַ פֿאַרהייראַטער בתולה, אַ מאַמע פֿון דרײַ זין, און אַ מאַן מיטן נאָמען יוסף. די משפּחה האָט כּלומרשט געלעבט צווישן ירושלים און בית־לחם, און דאָ האָט מען אָפּגעפּרעגלט אַזאַ פּרעזשעניצע מיט אַ משיח מיט אַ קלויסטער, און מיט קרייציקן זיך און לייענען אַ ווילד־פֿרעמדן טעקסט מיט אַ טעסטאַמענט וואָס האָט נישט קיין שײַכות צו זיי בכלל. האָט מען טאַקע איבערגעזעצט דעם קריסטלעך־קאַטוילישן נײַעם טעסטאַמענט אויף אַן אינדיאַנער שפּראַך. האָט זיך דאָרט אָפּגעשפּילט אַזאַ מין מעשׂה־שהיה. די מיסיאָנערן האָבן זיך געמוטשעט בײַם איבערזעצן דאָס וואָרט אייזעלע וואָס די אינדיאַנער האָבן קיין מאָל נישט געזען. אין דער קאַטוילישער ביבליע שטייט דאָך פֿאָרט געשריבן, אַז בײַ דער צווייטער רעזורעקציע וועט יעזוס־משיח קומען צו רײַטן קיין ירושלים אויף אַ ווײַס אייזעלע און אויסלייזן אַלע קריסטלעכע קאַטאָליקן. האָט מען די אינדיאַנער גענומען שילדערן:

"אַן אייזעלע איז אַזאַ מין באַשׂעפֿעניש וואָס איז קליין, ווײַס און האָט צוויי לאַנגע אויערן."

זײַנען די אַמעריקאַנער געוואָרן מלא־שׂימחה. זיי ווייסן שוין וואָס די מיסיאָנערן מיינען. האָט מען אויף זייער אינדיאַנער טעסטאַמענט אָנגעשריבן אָט וואָס:

"יעזוס, דער משיח, וועט קומען צו רײַטן קיין ירושלים אויף אַ ווײַס קרוליקל."

איר פֿאַרשטייט דאָך, ליבע מענטשן, אַז דעם וואַטיקאַן איז נישט אָנגעגאַנגען ווי אַזוי מען פֿירט איבער די פֿעלקער אויף דער קריסטלעכער רעליגיע. אַבי מע שאַפֿט נײַע קרבנות. אַפֿילו דער פֿריִערדיקער פּוילישער פּויפּסט איז אַרומגעפֿאָרן איבער לאַטיין־אַמעריקע און אַפֿריקע אײַנהאַנדלען נײַע קונים. דער צאָרן פֿונעם וואַטיקאַן איז אָבער נישט אָפּגעטאָן געוואָרן צוויי טויזנט יאָר צײַט אַנטקעגן די ייִדן. זיי איז נישט געלונגען אָפּצושמדן — די אַחינו־בני־ישׂראל — און מאַכן פֿון זיי קריסטן. אײַ דאָס וואָס יעזוס איז כּלומרשט אויך געווען אַ ייִד און געבליבן אַ ייִד, דאָס איז נישט וויכטיק. בײַם וואַטיקאַן זײַנען ייִדן געבליבן עד־היום אַ ביין אין האַלדז. נאָך אַלעמען, מיר האָבן דאָך געלעבט אין דער צײַט פֿון דעם אויסערגעוויינטלעכן געבורט. די וועלט האָט דאָך געדאַרפֿט טרעסען זיך; זײַנען מיר דאָך פֿאַרבליבן עדות צו דער טרייסלעניש וואָס איז גאָרנישט פֿאָרגעקומען. דאַרף מען דאָך אונדז אָפּווישן פֿון אייבערפֿלאַך פֿון ערד־קוגעלע, דעמאָלט וועלן די קאַטאָליקן זיך אײַנזאָטלען אויף אייביק.

איצט שטעלט אײַך פֿאָר, אַז דער סקאַנדאַל מיט דער פּעדאָפֿיליע נוגע די גלחים און קאַרדינאַלן און ביסקופּן איבער דער וועלט, האָט זיי אָנגערירט די הייליקע רענאָמע. ערשטנס, איז דער פּויפּסט "אינפֿאַלאַבל." דאָס הייסט אומבאַרירלעך, ריין פֿון אַלע זינד, געטלעך אין אַלע הינזיכטן און פּערפֿעקט. איז ווי קען ער צוגעבן, אַז עפּעס קאָכט זיך אין שטעטל, אַז דער וואַטיקאַן מיטן גאַנצן קירכעלעכן קלאַפּער־געצײַג זײַנען פֿאַרדאָרבן ביזן ביין. זיי קענען זײַן זולל־וסובֿאניקעס, זיי קענען זײַן נישט עמפֿינדלעך צו מענטשלעכע לײַדן, אָבער די גלחים... פּעדאָפֿיליע... סעקסועלע פּערווערזיטעט... פֿרעגט זיי אַזאַ קשיא אויף אַ מעשׂה, אויב דער וואַטיקאַן מיטן גלחטום בראָש וויל פֿאַרווישן די פּערווערזיע ווי נישט זיי מיינט מען, איז פֿאַרוואָס נישט אָפּקויפֿן מיט געלט די געליטענע?

איצט שטעלט אײַך פֿאָר וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען אין צײַט פֿונעם חורבן, ווען אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק איז געגאַנגען אויף קידוש־השם. די שׂימחה איז דעמאָלט געווען אין־לשער אין וואַטיקאַן. אַז מ׳האָט נישט געקענט די ייִדן אָפּשמדן מיט גוטן, זאָלן זיי ברענען מיט בייזן. די קאַטאָליקן האָבן דאָך אויף אונדז געברענגט די אינקוויזיציע אין שפּאַניע, אין פּאָרטוגאַל און אין מעקסיקע. וואָלט געווען יושרדיק זיי צוצשטעלן צום ווענטל מיטן פּויפּסט בענעדיקטוס בראָש. דער קטיגור וואָלט זיי געדאַרפֿט נעמען אויפֿן צימבל בזה־הלשון:

"אײַער הייליקייט! מיט וואָס זײַט איר הייליק? ווער האָט עס אײַך געמאַכט הייליק? וווּ זײַט איר געווען אין צײַט פֿון חורבן, פּויפּסט בענעדיקטוס דער זעכצנטער, ווען מ׳האָט געברענט ייִדן? אַך יאַ! אין דער היטלער־יוגנט? און אײַערע שאָף, די גלחים, מיט וואָס האָבן זיי זיך פֿאַרנומען אין יענער צײַט? מיט פּעדאָפֿיליע? מיטן פֿרעס? מיטן זויף? מען האָט געברענט ייִדן אויף די שײַטערהייף. און אײַער גאָט איז געווען אַ ייִד, זאָגט איר? אַזוי דינט איר אים אָפּ? נישט אַנדערש ווי איר זײַט אַן אַלט און זינדיק באַשעפֿעניש וואָס פּרעגלט זיך אין אַל־דאָס־גוטס, און ס׳גלוסט זיך אײַך נישט אָפּטרעטן פֿון די שאַרבנס מיט פֿאַזאַנען און קאַפּהענער... איר וועט זיך אומקערן צו אײַער פּליושענעם טראָן און ווײַטער פֿירן די גרענדע. אָבער עס וועט קומען אויף אײַך אויך אַ מפּלה, און דער וואַטיקאַן וועט אויסגעלאָשן ווערן אויף אייביק."

דער סניגור האָט געשוויגן. ער האָט בלויז צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ אויף יאָ.