שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
טײַערע חזנטע,

איך פֿלעג זײַן אַ רויִקער מענטש, אָבער איצט, אַז איך אַרבעט אַ גאַנצע וואָך, פֿאַרליר איך אָפֿט מײַן געדולד. איך ווייס נישט פֿון וואַנען דאָס האָט זיך גענומען! איך שרײַ אויף מײַן מאַן, אויב ער האַלט נישט ריין, אַנשטאָט אים צו בעטן רויִק דאָס אויפֿצוראַמען. אַפֿילו מיט מײַן 3־יעריק טעכטערל האָב איך נישט קיין געדולד. לעצטנס האָב איך אַ שלײַדער געטאָן מײַן שוך אין דער וואַנט אינעם אַרבעט־צימער, ווען קיינער האָט נישט געזען, ווײַל איך בין געוואָרן אַזוי אין כּעס, אַז כ׳האָב עפּעס געדאַרפֿט טאָן. איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס קומט צו מיר אַזאַ כּעס, אָבער איך ווייס יאָ, אַז עס געפֿעלט מיר נישט. ווי קען איך אויסמײַדן דעם בײַט אין מײַן כאַראַקטער?

בייזער מאָנסטער


טײַערער בייזער מאָנסטער,

דעם ערשטן טראָט אין דער ריכטונג האָט איר שוין געמאַכט, ווײַל איר אָנערקענט די פּראָבלעם, און איר ווילט עפּעס טאָן וועגן דעם. איר האַלט, אַז דער כּעס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אײַער פֿולער שטעלע; און אַז דער דרוק אויף אײַך בײַ דער אַרבעט האָט אַ שײַכות מיט דער עמאָציע. אַפֿילו ווען אײַער אַרבעט איז נישט שולדיק אין אײַער כּעס, איז דער נײַער דרוק גורם אײַער אומגעדולד. ווען מע האָט געדולד, קען מען טאַקע אויסמײַדן דעם כּעס, ווײַל מיט דער צײַט שעפּט זיך אויס דער כּעס און מע קען באַטראַכטן אַ סיטואַציע מער אָביעקטיוו.

איך האָב צוויי פֿאָרלייגן פֿאַר אײַך. דער ערשטער — איר זאָלט אָפֿט גיין אין אַ ספּאָרטזאַל, און דאָרט מאַכן גימנאַסטיק. די ענערגיע וואָס מע לאָזט אַרויס, וועט אויך העלפֿן אַרויסלאָזן די פֿרוסטרירונג. דער צווייטער פֿאָרלייג — ווען איר פֿילט, אַז ס'וועט בײַ אײַך אַרויסשיסן אַ בייזע באַמערקונג, זאָלט איר ציילן אין דער שטיל ביז צען איידער איר רעאַגירט. אויף ייִדיש זאָגט מען "זאָל מײַנס איבערגיין" — בעסער צו רעאַגירן רויִק.


טײַערע חזנטע,

אַ גוטע בשׂורה — מײַן זון וויל ווערן אַ חזן. ער איז לעצטנס געוואָרן בר־מיצווה און בײַם צוגרייטן זיך איז אים יעדער מאָמענט געפֿעלן געוואָרן. ער האָט געלייענט די גאַנצע סדרה און אַפֿילו געדאַוונט שחרית פֿאַרן עמוד. דער חזן, זײַן לערער, האַלט, אַז ער איז שוין גאַנץ אַוואַנסירט. מײַן זון וויל שוין לייענען יעדן שבת. ער גייט אין שיל יעדע וואָך און איז באמת גליקלעך דאָרטן. די שלעכט בשׂורה איז — זײַן קול טויג נישט — טאַקע אַ סך ערגער ווי דער געוויינטלעכער בר־מיצווה בחור. מײַן זון האַלט, אַז ער קלינגט גוט, אָבער ער זינגט אין גאַנצן פֿאַלש. זאָל איך אים זאָגן, אַז ער טויג נישט? איך וויל אים נישט מוטיקן צו ווערן אַ חזן ווען איך ווייס, אַז דאָס איז אוממעגלעך.

אַ ליבע מאַמע


טײַערע ליבע מאַמע,

לאָזט אים צורו דערווײַל. ער האָט ליב צו גיין אין שיל, לייענען פֿון דער תּורה און איז דאָרטן גליקלעך. אפֿשר בײַט זיך זײַן קול איצט און ער וועט קענען בעסער זינגען אין אַ יאָר, צוויי, אַרום. אויב נישט, וועט ער עס סוף־כּל־סוף אַליין פֿאַרשטיין. אפֿשר וועט ער באַשליסן צו ווערן אַ רבֿ? דערווײַל זאָל ער הנאה האָבן און זיך לערנען וויפֿל ער קען. אַ ייִשר־כּוח, וואָס איר האָט אַזאַ אויסנעמיקן זון!


טײַערע חזנטע,

דער זיבעטער קלאַס פֿאָרט אויף אַ קלאַס־נסיעה, אָבער מײַן זון וויל נישט מיטפֿאָרן. ער איז פֿויל און וויל בעסער פֿאַרברענגען אין דער היים. זאָל איך אים לאָזן בלײַבן אין שטוב?

מאַמע


טײַערע מאַמע,

ניין, אַבסאָלוט נישט. סײַדן ער האָט אַ גוטן תּירוץ, פֿאַר וואָס ער דאַרף בלײַבן אין דער היים, זאָל ער מיטפֿאָרן. אויף אַזאַ קלאַס־נסיעה קען מען זיך עפּעס לערנען און געפֿינען נײַע חבֿרים. ווײַזט אײַער פֿויליאַק דעם וועג אַרויס פֿון שטוב!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024