‫פֿון רעדאַקציע

ס'האָט אונדז גאָרנישט פֿאַרחידושט דער גוואַלד־פּראָטעסט, וואָס איז אויסגעבראָכן באַלד נאָך דעם, ווי די ישׂראלדיקע ים־כּוחות האָבן פֿאַרהאַלטן די אַזוי גערופֿענע "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע". די פּרעסע איבער דער וועלט האָט שוין אַרויסגעקוקט אויף דער סענסאַציע און נאָר געוואַרט אויפֿן סיגנאַל, כּדי זי צעפּויקן מיט אַלע מיטלען.

נישט פֿאַרהאַלטן האָט זיך מיט זײַן "פּסק" דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען". נאָכן אָנקלאָג, דערלאַנג פֿון טערקײַ און לבֿנון, האָבן די מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט זיך באַלד צונויפֿגענומען און שאַרף אַרויסגעזאָגט זייער אומצופֿרידנקייט מכּוח ישׂראלס פּרוּוו צו "פֿאַרכאַפּן בגוואַלד" די "הומאַניטאַרע מיסיע", בעת וועלכער עס זײַנען אומגעקומען אַ צאָל "פּאַסאַזשירן". דער זיכערהייט־ראַט פֿאָדערט תּיכּף־ומיד צו באַפֿרײַען אַלע שיפֿן און אַלע אַרעסטירטע "שליחים".

אונדזערע לייענער דאַרף מען ספּעציעל נישט דערקלערן, פֿאַר וואָס דער גאַנצער פֿאַראורטיילונג־טאַראַראַם סײַ פֿון דער פּרעסע און סײַ פֿון די פּאָליטיקער רופֿט נישט אַרויס קיין חידוש; עס פֿאַרחידושט אַפֿילו נישט די פּאָזיציע, וואָס ס'רובֿ לענדער פֿונעם זיכערהייט־ראַט האָבן איצט פֿאַרנומען; נאָך נעכטן האָבן זיי געשטיצט די בלאָקאַדע פֿון דער טעראָריסטישער רעגירונג אין עזה, און הײַנט זײַנען זיי שוין גרייט צו דריקן אויף ישׂראל, זי זאָל אָפּשוואַכן אָדער אין גאַנצן איר קאָנטראָל אַראָפּנעמען, גלײַך ווי נאָך דעם אינצידענט — פֿון נעכטן אויף הײַנט — איז "כאַמאַס" געוואָרן אויס טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע און ס'איז שוין געקומען די צײַט זיך צו זעצן צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש מיט די "כאַמאַס"־פֿירער.

עס חידוש אויך נישט, ווי די איסלאַמיסטישע אָרגאַניזאַטאָרן בראָש מיט טערקײַ, האָט זיך אַזוי עפֿעקטיוו אײַנגעגעבן דורכצופֿירן די פּראָוואָקאַציע, ווײַל אַלע אַרום האָבן זיך געמאַכט כּלא־ידע, ווי נישט געוווּסט פֿון פֿריִער, וואָס ס'קאָן זײַן דער סוף פֿון דעם צונויפֿשטויס. און אפֿשר האָט די וועלט זיך ווידער פֿאַרלאָזט "אויף די ייִדישע קעפּ"? זיי, די ייִדישע קעפּ, זײַנען דאָך קלוג און כיטרע און וועלן אַוודאי אַליין געפֿינען אַ וועג, ווי אַזוי זיך אַן עצה געבן צו לייזן דעם "פּראָוואָקאַציע־מאַנעווער" מצד דער איסלאַמיסטישער וועלט.

דער פּובליציסט אַרי שבֿית שרײַבט אין "האָרץ": "נתניהו, ברק און יעלון האָבן אַמאָל צוגעזאָגט נישט אָנצונעמען קיין גיך־געבאַקענע באַשלוסן, ווי יענע, וואָס ס'האָבן געמאַכט זייערע פֿאָרגייער בעת דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. מ'האָט געמיינט, אַז זיי האַלטן דעם רודער פֿון די ישׂראלדיקע סטראַטעגישע אינטערעסן מיט אַ פֿעסטער האַנט. זעט אָבער אויס, אַז אין דער נאַכט פֿון 30סטן מײַ האָט דער קאַבינעט געבראָכן זײַן צוזאָג, אַרויסווײַזנדיק זייער פֿולן חסר־דעה וואָס שייך דער פּאַלעסטינער פֿלאָטיליע."

און אָט דאָס באַנאַרישן זיך, ווי אַזוי די ישׂראל־פֿירער האָבן זיך געלאָזט פֿאַרפֿירן, פֿאַרחידושט טאַקע! אַזוי לײַכט זיך נאָכגעגעבן דער פּראָוואָקאַטאָרישער פּאַסטקע. און עס וויל זיך טאַקע פֿרעגן: וווּ זשע זײַט איר, די געלויבטע ייִדישע קעפּ? שוין זשע איז דער דאָזיקער פּלאַן, וואָס האָט זיך אַרויסגעוויזן אויף אַזאַ אומגעלומפּערטן אופֿן, איז געווען דער בעסטער? שוין זשע איז נישט געווען גענוג צײַט אויסצופֿאָרשן און דורכצוטראַכטן אַלע פּרטים?

און שבֿית פֿרעגט בפֿירוש: "וווּ איז געווען דער הויפּט פֿונעם שטאַב? וווּ זײַנען געווען די אויסשפּיר־דינסטן? פֿאַר וואָס האָבן מיר זיך אַרײַנגעכאַפּט אין פּאַסטקע, וואָס מיר האָבן אויסגעמיטן די אַלע יאָרן בעת דער צווייטער אינטיפֿאַדע?"

יאָ, דער שטינק אַרום דעם ענין, וועגן וועלכן מיר האָבן געשריבן אין אונדזער פֿאָריקן לייט־אַרטיקל האָט זיך נישט נאָר פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט; ער וועט זיך האַלטן אַ היפּשע צײַט. מע קאָן זײַן זיכער, אַז נישט ישׂראל, נאָר דווקא די שׂונאים פֿון ישׂראל, וועלן פֿון דעם שטינק געניסן.

וואַרט נאָך אָבער צו: עס דערנענטערט זיך צו עזה אַ "צווייטער טאָג יום־טובֿ" — צוויי שיפֿן, וואָס זײַנען כּלומרש אָפּגעשטאַנען פֿון דער הויפּט־פֿלאָטיליע. ווי אַזוי דאַרף זיך איצט אויפֿפֿירן ישׂראל?