פֿאַרשײדנס
ניו־יאָרק — די שמאַלצגרוב פֿון פֿעלקער און שפּראַכן
ניו־יאָרק — די שמאַלצגרוב פֿון פֿעלקער און שפּראַכן
רבותי! שוין לאַנג, לאַנג ווי ס’האָט אונדז ניט געטראָפֿן אַזאַ גליק! די שווערד וואָס איז געהאָנגען איבער אונדזערע קעפּ שוין אַ סך יאָרן (אַפֿילו, לויט דער פּאָפּולערער פּרעסע, אַ סך דורות!), איז נעלם געוואָרן און די ביידע גזירות וואָס דער גורל האָט אויף אונדז גוזר געווען איז אָפּגעשריגן געוואָרן. אָבער איידער מיר זאָגן מיטן פֿולן מויל "ברוך שפּטרני" לאָמיר זיך אַ ביסל בעסער באַקענען מיט דער "שוואַרצער רשימה", מיט אירע איצטיקע "לאָקאַטאָרן" און אויך מיט אירע באַלעבאַטים.


די "נײַסטע" אונטערגייענדיקסטע לשונות

די הויפּט־מחותּנים וואָס אַלאַרמירן כּסדר וועגן דער סכּנה לגבי אונטערגייענדיקע לשונות בכלל איז די "יונעסקאָ", צוזאַמען מיט אירע שופֿטים אויף אָט דעם געביט. צווישן די לעצטע געפֿינען זיך אַזעלכע "לשונות־היטערס" ווי, למשל "טעראַלינגוואָ" (וועגן וועלכן איך האָב געשריבן מיט עטלעכע חדשים צוריק) און דער "זומער־אינסטיטוט פֿאַר לינגוויסטיק" (SIL), וואָס פֿירט שוין מער ווי אַ פֿערטל יאָרהונדערט אַ באַרימטע רשימה פֿון לעבעדיקע לשונות און לשונותלעך, און באַקומט דערפֿאַר גרויסע און פֿאַרדינטע אָנערקענונג. אַן אינטערעסאַנטער אויסגעפֿינס וואָס וואַקסט אַרויס פֿון די אַלע פֿאָרשונגען פֿון אָט די אָרגאַניזאַציעס איז, אַז כאָטש עס גייען אונטער און פֿאַרשווינדן גאָר אַ סך קלענערע לשונות, קומען אָבער אין דער זעלבער צײַט אויך אויף נײַע לשונות וואָס מען האָט פֿריִער ניט געהאַט וועגן זיי קיין שום ידיעות. גוט צו וויסן, אַז אַרום און אַרום, שטייט ניט די וועלט פֿאַר קיין שום "מגפֿה פֿון לשונות", ווי אייניקע קאָמענטאַטאָרן האָבן אַנומלטן געמיינט. די מענטשהייט האַלט ווײַטער בײַ 6,000 ביז 8,000 לשונות און וועט מסתּמא אַזוי לאַנג פֿאַרבלײַבן.

און אָט זענען זיי, די 18 נײַסטע "אונטערגייענדיקסטע" לשונות:

פֿון אַפֿריקעBilya
פֿון צפֿון־אַמעריקעPatwin, Tolowa, Nomlaki-Wintu
פֿון דרום־אַמעריקעKaixana, Diahoi, Chana, Apiacaw,
Pmon, Taushiro, Tinigua, Yaghan
פֿון אויסטראַליעVolow
פֿון פּאַציפֿישן יםDampal, Launa, Tajew, Yarawi, Pazeh

יעדע פֿון די אויבן־דערמאָנטע לשונות איז געבליבן מיט בלויז איין געניטן רעדער, וואָס דאָס מיינט, אַז דאָס לשון איז באמת שוין אַ שוכן־עפֿר און וועט קיין תּחית־המתים, מסתּמא, ניט דורכמאַכן. זיי האָבן געלעבט אין עקאָנאָמיש־צוריקגעשטאַנענע געגנטן און די אַרומיקע מאָדערניזאַציע פֿון זייערע שכנים האָט, אויף איין אופֿן צי אויף אַן אַנדערן, געפֿירט צו זייערע לוויות. קיין אייגענע פֿאַרשריבענע מסורות האָבן זיי מערסטנס ניט געהאַט און אין מערסטע פֿאַלן האָבן אַפֿילו די אַנטראָפּאָלאָגן ניט באַוויזן זיי צו פֿאַרנאָטירן כּדי ס’זאָל קענען בלײַבן פֿון זיי עפּעס אַ זכר, אַז זיי האָבן אַפֿילו אַ מאָל אויף אונדזער וועלט בכלל געלעבט.


ניו־יאָרק ווי אַ שמאַלצגרוב און ווי אַ שמעלצגרוב

אין דער וועלטשטאָט ניו־יאָרק ווערן גערעדט הונדערטער (אייגנטלעך, מער ווי 800) לשונות. פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדיש איז צווישן זיי (און אַפֿילו די צענט־גרעסטע צווישן זיי אַלעמען). אָבער אַ חוץ ייִדיש און העברעיִש רעדט מען אין ניו־יאָרק עטלעכע גאַנץ זעלטענע ייִדישע לשונות, דהײַנו: ייִדיש־אַראַמעיִש (צווישן ייִדן געקומען פֿון קורדיסטאַן), און בוכאַריש (צווישן געקומענע פֿון אוזבעקיסטאַן און טאַדזשיקיסטאַן). די קהילות וווּ מען רעדט בוכאַריש און ייִדיש זענען זיך זייער שטאַרק צעוואַקסן אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿון זינט דעם צענזוס פֿון יאָר 2000. בוכאַריש ווערט שוין איצט גערעדט מצד מער מענטשן אין ניו־יאָרק ווי אין דער אַמאָליקער בוכאַרע אַליין און אַזוי ווי זיי פֿירן זיך נאָך דאָ אָפֿט זייער פֿרום און פֿאַרמאָגן אין יעדער משפּחה אַ סך קינדערלעך (כּן־ירבו און קיין עין־הרע), קען מען רעכענען, אַז די צאָלן פֿון זייערע רעדערס זאָל זיך אַפֿילו ווידער אַ מאָל זייער צעוואַקסן ביזן יאָר 2020, ווען מען וועט איבער גאַנץ אַמעריקע דורכפֿירן פֿון דאָס נײַ אַ צענזוס, ווי עס פֿאָדערט דאָס אַמעריקאַנער געזעץ.


די שטימונג בײַ די וואָס רעדן אין ניו־יאָרק לשונות אַ חוץ ענגליש

די מערשפּראַכיקע באַפֿעלקערונג באַציט זיך בדרך־כּלל פּאָזיטיוו צו זייערע אייגענע לשונות. וואָס דאַרפֿט איר מער? אַפֿילו די "ניו־יאָרק טײַמס" האָט זיי אַלעמען באַגריסט פֿאַרן באַרײַכערן זייערע אייגענע לעבנס און דאָס לעבן פֿון דער גאַנצער שטאָט דורך אָנהאַלטן זייערע לשונות און ממשיך זײַן דעם וואָס ווײַטער אַלץ אָפֿטערן פּרוּוו אָט די לשונות איבערצוגעבן צו זייער קליינוואַרג. נישט אַלעמען גיט זיך דאָס אײַן, פֿאַרשטייט זיך, נאָר אָפֿט ווערן אַפֿילו די וואָס זענען מצליח אַליין אי איבערראַשט, אי אינספּירירט פֿון די באַמיִונגען. אין שײַכות מיט אַ לשונדל וואָס קוים עס זשיפּעט שוין אַ האַלבן יאָרהונדערט, זענען לעצטנס געקומען העכער 100 מענטשן אויף אַ לעקציע פֿון אַן אָנגעזעענעם פּראָפֿעסאָר. מען גרייט זיך שוין אויף המשכדיקער פֿאָרשאַרבעט וועגן די ניו־יאָרקער לשונות וואָס זאָל אַנטהאַלטן דורות־לאַנג. אייניקע עצהנען, אַז מען דאַרף פּשוט גיין פֿון טיר צו טיר איבער דער גאַנצער שטאָט און גענוי אויספֿרעגן וועלכע לשונות ס’ווערן בײַ אונדז אין דער שטאָט גערעדט, ווי אַלט עס זענען די רעדערס זייערע און אַפֿילו ווי גוט זיי קענען רעדן אָט די לשונות. מען קען נאָך בײַ אונדז אין די ניו־יאָרקער היימען געפֿינען כּלערליי שפּראַכיקע און פֿאָלקלאָרישע אוצרות און מען דאַרף דאָס טאָן וואָס שנעלער.


מכּוח 18 מיט 13

די שפּראַך־סטאַטיסטיק איז אַן "איידעלער ענין". וואָס הייסט "אונטערגייענדיק" אָדער להיפּוך אַ "געניטער רעדער" לגבי אַ געוויס לשון (איינער וואָס האַקט זיך ניט איבער בײַם רעדן קען אַ מאָל דאָס לשון ערגער ווי איינער וואָס רעדט אָן גרײַזן, כאָטש גאַנץ פּאַמעלעך)? מען דאַרף זיך היטן אָנצוּווענדן די זעלבע קריטעריעס פֿאַר יונג און אַלט, מענער און פֿרויען, קינדער און יוגנטלעכע. דאָס איז ניט קיין גרינגע זאַך צו דערגרייכן און דערפֿאַר טאַקע באַנוצט מען זיך אָפֿט מיט צענזוס־אינפֿאָרמאַציע וואָס איז מער פֿאַרגלײַכיק און גלײַכמעסיק אויפֿגעקליבן בײַ מער יחידים ווי ס’וואָלט געקענט באַווײַזן אַן איינצלנער פֿאָרשער אַרבעטנדיק איינער אַליין. די צרה איז אָבער, וואָס פֿאַרשיידענע צענזוסן פֿרעגן אין פֿאַרשיידענע יאָרן פֿאַרשיידענערליי פֿראַגעס און דעריבער זענען די רעזולטאַטן נישט גרינג צו פֿאַרגלײַכן.

אין דער אַמעריקאַנער צענזוס־סטאַטיסטיק איז די געוויינטלעכע פֿראַגע מכּוח "מוטערשפּראַך". פֿון די ענטפֿערס אויף אָט דער פֿראַגע ווייסט מען אַן ערך פֿון וועלכן לאַנד אַ יחיד שטאַמט (כאָטש די אייראָפּעיִשע גרענעצן רוקן זיך אָפֿט אַריבער), נאָר ניט ווי גוט יענער קען רעדן אויפֿן לשון וואָס ער גיט אָן (אפֿשר רעדט ער גאָר דאָס לשון בכלל מער קיין מאָל נישט, נאָר זײַן מוטערשפּראַך איז נאָך אַלץ געבליבן). אין ישׂראל פֿרעגט מען געוויינטלעך וועלכע לשונות מען רעדט "יום־יום" אין משך פֿון אַ געוויינטלעכן טאָג, נאָר דערפֿון ווייסט מען ניט "פֿון וואַנען ס’קומט אַ ייִד". אין רוסלאַנד פֿרעגט מען וואָס יענעמס "נאַציאָנאַלע שפּראַך" איז, ווייסט מען אָבער ערשט ניט צי ער רעדט אויך איצט אויף יענעם לשון. טאַקע דערפֿאַר וואָס די פֿראַגעס גייען זיך אַזוי ווײַט פֿונאַנדער פֿון איין לאַנד צום אַנדערן איז זייער שווער פּינקטלעך צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע "וויפֿל מענטשן רעדן הײַנט צו טאָג ייִדיש (צי ענגליש, צי טאָטעריש)", ווײַל אייניקע פֿון די פֿאָלקסציילונגען באַציִען זיך בכלל ניט צום רעדן און אויך אַפֿילו ניט צום זמן־הווה (די איצטיקע צײַט). דורך פֿאַרשיידענע "שאַצונגען" פֿון געניטע סטאַטיסטיקער דערגייט מען צו עפּעס אַן ענטפֿער, נאָר ניט דווקא צו קיין זייער פּינקטלעכן ענטפֿער. האָט דאָס אין זין ווען איר לייענט ערגעץ באַריכטן וועגן אַזאַ טעמע.


טאָ וויפֿל מענטשן רעדן הײַנט פֿאָרט אויף ייִדיש?

אויף אָט דער קשיא האָב איך זיך מײַנע שאַצונגען: לויט דער "אַמעריקאַנער מאָס" (דאָס הייסט, מוטערשפּראַך): אַן ערך אַ מיליאָן מיט אַ פֿערטל; לויט דער "ישׂראלדיקער מאָס" (דאָס הייסט, טאָגטעגלעך): אַן ערך אַ האַלבער מיליאָן. ביידע צאָלן וועלן אין משך פֿונעם קומענדיקן יאָרצענדליק מסתּמא גיכער וואַקסן ווי פֿאַלן. אַזוי ווי אין ביידע פֿאַלן זענען די סך־הכּלען געבויט אויף דער גרייטקייט פֿון די אויסגעפֿרעגטע צו ענטפֿערן אמתדיק (Validly), וואָס דאָס איז שטאַרק אָפּהענגיק אין די פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע קאָניונקטורן. אין משך פֿון דער צײַט פֿונעם אויספֿרעג, קען זיך גיכער באַווײַזן אַ נידעריקערער רעזולטאַט ווי אַ העכערער, נאָר צו דעם איז דאָך ייִדיש שוין צוגעוווינט. אַבי ניט צו זײַן אינעם מצבֿ און אין דער חבֿרותא פֿון די "אונטערגייענדיקסטע", וועט זיך שוין ייִדיש קענען אַליין ספּראַווען מיט די פֿאַרשיידענע שאַצונגען וועגן דעם עתיד וואָס זשורנאַליסטן און פֿאָרשערס וועלן איר אונטערטראָגן.

נאָך עפּעס דאַרף מען געדענקען, וועגן שפּראַך־סטאַטיסטיק: דער אַמט וואָס פֿרעגט די פֿראַגעס האָט אַ באַשטימטע כּוונה דערבײַ. אָט די כּוונה דיקטירט אי די פֿראַגע גופֿא, אי דעם אופֿן אויף וועלכן די פֿראַגע ווערט געשטעלט, אי די מעגלעכע ענטפֿערס וואָס קענען אויף אָט דער פֿראַגע געגעבן ווערן. דערפֿאַר האָט נתן בירנבוים אַזוי געקעמפֿט אַז דער עסטרײַך־אונגאַרישער צענזוסאַמט זאָל אין 1905(?) אָננעמען "ייִדיש" ווי אַ מעגלעכן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע וועגן "Umgangsprache". דער אַמט האָט אָבער זײַן לכתּחילהדיקן נעגאַטיוון באַשלוס אין שײַכות מיט אָט דעם ענין ניט געביטן און אַ סך ייִדן האָבן יענעם יאָר בכּיוון געענטפֿערט אַז "טערקיש" צי "טאָטעריש" איז זייער "Umgangsprache", אַבי זיך ניט אונטערצוגעבן דער רעגירונג־פּאָליטיק צוצורעכענען ייִדן צו די דײַטשיש־רעדער. אין 1910 האָט ס’רובֿ פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע זייער אַגיטירט מען זאָל אָננעמען לייענעוודיקייט אויף ייִדיש ווי אַ באַווײַז, אַז מען איז ראָוי צו ווערן אַן אַמעריקאַנער בירגער. הײַנט צו טאָג, ווען מען וואָלט למשל געפֿרעגט אין דער אַמעריקאַנער פֿאָלקסציילונג וואָס פֿאַר אַ לשונות די אײַנוווינערס "פֿאַרשטייען" בכלל, וואָלט זיך ייִדיש באַקומען אָן אַ שיעור שטאַרקער ווי עס איז איצט, ווען מען פֿרעגט בלויז וועגן רעדן אָדער וועגן דעם וואָס מען האָט קינדווײַז גערעדט. אַ ייִדיש גלײַכווערטל דערמאָנט אונדז, אַז "ווי דער פֿרעג, אַזוי איז דער ענטפֿער". ווען מען פֿרעגט אין געוויסע ייִדישע קרײַזן וועגן "לשונות אויף וועלכע מען האָט הנאה צו זינגען", וואָלט זיך מסתּמא הײַנט אין אַמעריקע באַקומען אַפֿילו אַ גרעסערע צאָל אין דער מחנה פֿון די ייִדיש־ליבהאָבערס, אָבער מיר ווייסן דאָך אַז "ליב האָבן און צוזאָגן קאָסט קיין געלט ניט". באמת צופֿרידן איז ייִדיש נאָר דעמאָלט ווען ייִדן רעדן עס אומעטום און איבעראַל.