‫פֿון רעדאַקציע

אייגנטלעך, האָט ער זיך קיינמאָל נישט איבערגעריסן, דער "דרײַפֿוס־פּראָצעס". עס האָבן זיך געביטן די תּקופֿות, עס האָבן זיך געביטן די ריכטער, די באַשולדיקער און די פֿאַרטיידיקער, אָבער דער באַשולדיקטער, דער ייִד, איז געבליבן. אַוודאי איז געבליבן נישט דער קאַפּיטאַן אַלפֿרעד דרײַפֿוס גופֿא; ער איז געשטאָרבן אין 1935 און ווייניק ווער אין דער וועלט האָט עס אַפֿילו באַמערקט.

ס'איז געבליבן די געשטאַלט און דער באַגריף. פֿון איין זײַט, די געשטאַלט פֿון אַ ייִד אַ פֿאַרברעכער, פֿון דער אַנדערער זײַט — אַ ייִד, וואָס איז באַרעדט און אומזיסט באַשולדיקט געוואָרן מצד די הויך־געשטעלטע, רעגירנדיקע אַנטיסעמיטן. דער באַגריף פֿון "דרײַפֿוס־פּראָצעס" מיינט קודם־כּל אַן אויספּרוּוו־אַקציע פֿאַר דער וועלט אויף לאָיאַלקייט און יושרדיקייט צו ייִדן בײַם אויפֿשטעלן דעם אמת.

די מאָדערנע געשיכטע און אירע מאַכטהאָבער האָבן יעדעס מאָל אַרײַנגעאָטעמט אַ פֿרישן כּוח בײַם צעבלאָזן דעם כּסדר טליִענדיקן פֿײַער פֿון "דרײַפֿוס־פּראָצעס". אַזוי איז געווען אין דעם נאַצישן דײַטשלאַנד, אין שפּיץ מיט היטלערן און זײַנע תּלינים; אַזוי איז געווען אין קאָמוניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אין שפּיץ מיט סטאַלינען און זײַנע תּלינים; אַזוי קומט עס פֿאָר אויך הײַנט, אין דער צײַט פֿון דעם מיליטאַנטישן איסלאַם, בראָש מיט בין־לאַדען, אַכמאַדינעדזשאַד, ערדאָגאַן, אַסאַד און זייערע טעראָריסטישע באַדינער פֿון "כעזבאָלאַ", "כאַמאַס", "טאַליבאַן" און אַנדערע גרעסערע און קלענערע באַנדעס.

ווי מיר זעען, ווערט מיט דער צײַט דער "דרײַפֿוס־פּראָצעס" אַלץ מער גלאָבאַליזירט. אויב פֿריִער פֿלעגט ער אויפֿפֿלאַקערן אין איין קאָנקרעט לאַנד און פֿון דאָרט האָט דאָס אַנטיסעמיטישע פֿײַער זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, קומט הײַנט דאָס דאָזיקע פֿײַער פֿון שׂינאה אַרויס פֿון אַ גאַנצן וועלט־ראַיאָן, פֿון מיטעלן מיזרח און צעפֿלאַקערט זיך גיך איבער דער וועלט.

וואָס איז די סיבה פֿון אַזאַ גיכער שׂרפֿה? אַ טייל פּאָליטישע אַנאַליטיקער רופֿן עס "איסלאַמיסטישע עקספּאַנסיע", די אַנדערע טייל "קאַמף פֿאַרן באַפֿרײַען דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק פֿון די ישׂראל־אַגרעסאָרן". וווּ מע זאָל אָבער נישט זוכן די סיבה און ווי אַזוי מע זאָל זי נישט רופֿן, האָט זי אין אַלע צײַטן געהאַט איין שורש — די אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון דער מאַכט אַרויסצופֿירן איר פֿאָלק פֿון דעם פֿינצטערן ווינקל, אין וועלכן די מאַכט אַליין האָט עס אַהין אַרײַנגעטריבן. אָט אין אַזעלכע קאַלעמוטנע צײַטן הייבן אָן די מאַכטהאָבער און זייערע אונטערטענצער זוכן אַ שולדיקן. דעמאָלט שלעפּט מען אַרויס פֿון דער מיטלעלטערלעכער שטײַג דאָס ייִדישע כּפּרה־הינדל, און עס ברעכט ווידער אויס אַ נײַער "דרײַפֿוס־פּראָצעס".

אַזוי איז געווען אין פֿרײַנקרײַך סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, אַזוי איז געווען אין דײַטשלאַנד אין די 1930ער יאָרן; אַזוי איז געווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין אַלע יאָרן פֿונעם "רויטן טעראָר" און אַזוי קומט פֿאָר הײַנט, ווען די וועלט־רעגירער האָבן פֿאַרפֿירט זייערע פֿעלקער אין אַ פֿינצטער ווינקל פֿון אַ ריזיקן עקאָנאָמישן קריזיס; ווען מע ווייסט נישט וואָס צו טאָן מיט דער נוקלעאַרער סכּנה וועלכע קומט אַרויס פֿון איראַן און מיטן וועלט־טעראָריזם, וועלכער באַלעבאַטעוועט שוין אויף די גאַסן פֿון אייראָפּע און אַמעריקע. האָט מען געפֿינען אַ תּירוץ — דער אַטאַק פֿון דער ישׂראלדיקער דעסאַנט־גרופּע אויף דער אַזוי גערופֿענער "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע".

און ווידער פּרוּווט מען צונויפֿשטוקעווען פֿון דער נישטיקער פּראָוואָקאַציע אַ "דרײַפֿוס־פּראָצעס", כּלומרש קעגן דעם ציוניסטישן ישׂראל. אין דער אמתן מיינט מען מיט דעם דעם זעלבן ייִד, וואָס אין די אויגן פֿון דער וועלט מוז נאָך אַלץ אויסזען אַזוי ווי אויף די אַנטיסעמיטישע חוזק־קאַריקאַטורן, געדרוקט אין די פֿראַנצויזישע, דײַטשישע אָדער סאָוועטישע אָפֿיציעלע אויסגאַבעס. מע וויל בשום־אופֿן נישט מסכּים זײַן מיטן געדאַנק, אַז דער ייִד קאָן אויך האָבן אַ ביקס, כּדי צו פֿאַרטיידיקן זײַן לעבן, זײַן פֿרײַהייט און זײַן ווירדע.

פּונקט ווי אין אַלע צײַטן האָט דער איצטיקער "דרײַפֿוס־פּראָצעס" אַרײַנגעבראַכט אַ שפּאַלט סײַ אין דער וועלט־געזעלשאַפֿט און סײַ אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט איבער דער וועלט און אין ישׂראל. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ "פּראָצעס", האָט די אינטערנאַציאָנאַלע "יושר־אָרגאַניזאַציע", די "יו־ען", באַלד געפֿאָדערט דורכצופֿירן אַן אויספֿאָרש־קאָמיסיע. מיר ווייסן שוין פֿון די פֿריִערדיקע ענלעכע קאָמיסיעס, וואָס קאָן זײַן דער אויספֿיר פֿון אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלער קאָמיסיע.

צום באַדויערן, געפֿינען זיך, סײַ פֿריִער און סײַ הײַנט, ווייניק אַזעלכע קלאָרע הויכע פּראָטעסט־שטימען, ווי אינעם באַרימטן פּראָטעסט־בריוו "J'Accuse...!" — "כ'באַשולדיק!" — פֿונעם פֿראַנצויזישן שרײַבער עמיל זאָלאַ; דערפֿאַר הערן זיך אָפֿטער אַזעלכע מיאוסע ווערטער ווי ס'האָט לעצטנס אַרויסגעבראַכט די אַמעריקאַנער זשורנאַליסטקע עלען טאָמאַס, להבֿדיל. צוריק גערעדט, איז אַפֿילו אַ רחמנות אויף איר צו קוקן.

מיר ייִדן לעבן איצט איבער אַ שווערע תּקופֿה, ווען פֿון דעם נײַעם "דרײַפֿוס־פּראָצעס" קאָן, חלילה, אַרויסגעבראַכט ווערן אַ גאָר טראַגישער אורטייל. מיר ווייסן, שוין פֿון די פֿריִערדיקע "פּראָצעסן", אַז ביז ס'וועט קומען צו אַ יושרדיקן פּסק־דין, וועט זיך פֿאַרגיסן אַ סך בלוט. אפֿשר וועט אונדזער קול קלינגען ווי אַ שוואַכער קול־קורא אין מידבר, אָבער נישט אויסדריקן אים — אַפֿילו, אויסשרײַען — טאָר מען נישט: "זײַט געהיט און געאייניקט, עס ברענט!"