ליטעראַטור
אַנ־סקי, 1914
אַנ־סקי, 1914

ב׳

ווי נאָר דער רוסישער חייל, כּמעט נאָך גאָר אין אָנהייב פֿון דער מלחמה, האָט אָנגעהויבן פֿאַרנעמען גאַליציע, — אַזוי אַז אין משך פֿון צוויי־דרײַ חדשים איז עס דערגאַנגען אויף מערבֿ ביז פּראָג און אויף דרום ביז אונגאַרן, — האָבן אָנגעהויבן אָנקומען נישט קלאָרע, ווי פֿאַרשטיקטע, ידיעות וועגן גרויזאַמע גוואַלדטאַטן, וואָס דאָס רוסישע מיליטער, דערהויפּט קאָזאַקן און טשערקעסן, באַגייען אַנטקעגן דער דאָרטיקער, אומבאַשיצטער ייִדישער באַפֿעלקערונג. צוליב אַ פּראָוואָקאַטאָרישן שאָס האָט מען פֿאַרברענט אַ גרויסן טייל פֿון דער שטאָט בראָד, באַרויבט די ייִדן און אייניקע געהרגעט. מען האָט ביזן גרונט חרובֿ געמאַכט דאָס עסטרײַכישע הוסיאַטין, בעלז. עס איז פֿאָרגעקומען אַ בלוטיקער פּאָרגראָם מיט פֿיל קרבנות אין לעמבערג. ענלעכע קלאַנגען האָבן זיך געטראָגן וועגן צענדליקער אַנדערע שטעט און שטעטלעך. דערצו האָט זיך נאָך אַרויסגעוויזן, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון באַזיגטן קאַנט, זײַנענדיק רויִנירט און אָפּגעשניטן אי פֿון אייגענעם לאַנד, אי פֿון רוסלאַנד, שטאַרבט לחלוטין פֿון הונגער.

דאָס שוידערהאַפֿטסטע אין די אַלע נאַכריכטן איז געווען דאָס, וואָס זיי זענען אָנגעקומען צופֿעליק, ווי נישט קלאָרע קלאַנגען און אַנטהאַלטן אין זיך אַ שרעקנדיקע אומבאַשטימטקייט. אַ בריוו פֿון פֿראָנט, וואָס איז צופֿעליק דורכגעשפּרונגען דורך דער צענזור, אַ דערציילונג פֿון אַ פֿאַרוווּנדעטן און עוואַקויִרטן ייִדישן סאָלדאַט אד"גל. אַלע אַנדערע וועגן פֿאַר ידיעות פֿון דאָרט זענען געווען געשלאָסן. פֿון פּריוואַטע מענטשן האָט קיינער נישט געקאָנט נישט אַרײַן, נישט אַרויס פֿון גאַליציע. אַפֿילו די צופֿעליקע בריוו און דערציילונגען האָבן מער פֿאָרגעשטעלט אַ געשריי פֿון דערשיטערונג, ווי אַ סיסטעמאַטישע איבערגעבונג פֿון פֿאַקטן:

"מײַנע הענט חלשן און מײַנע אויגן ווערן פֿאַרלאָפֿן מיט בלוטיקע טרערן, — שרײַבט אַ ייִדישער סאָלדאַט, — אַז איך דערמאָן זיך אָן די שרעקן, וואָס מיר איז אויסגעקומען צו זען דאָ אין גאַליציע, אַז איך דערמאָן זיך אָן די אַכזריותדיקע מעשׂים, וואָס די קאָזאַקן און סאָלדאַטן זענען באַגאַנגען קעגן ייִדן: מען הרגעט, מען רויבט, מען איז אין די גאַסן מאַנס פֿרויען, בײַ אַלטע ווײַבער שנײַדט מען אָפּ די בריסט און מען לאָזט די אומגליקלעכע גוססן".

דער צווייטער שרײַבט:

"מיר זענען געקומען אין אַ ייִדיש שטעטל אין גאַליציע. דאָס מיליטער האָט אַנטדעקט אַ ווײַנקעלער, האָט אים אויפֿגעבראָכן און אָנגעהויבן שיכּורן. איך האָב אויך געטרונקען צוזאַמען מיט אַנדערע און זיך אויך אָנגעשיכּורט. נאָר אַז איך בין אַרויס פֿון קעלער און דערזען, וואָס אין שטעטל טוט זיך, וואָס די סאָלדאַטן טוען מיט ייִדן, האָב איך זיך באַלד אויסגעניכטערט..."

און קיין וואָרט מער.

דער דריטער, אַ סאָלדאַט, וואָס איז שפּעטער גערירט געוואָרן פֿון זינען פֿון דעם, וואָס ער האָט געזען אין גאַליציע, האָט דערציילט:

"וווּ דאָס חייל גייט דורך, שטעלן די קריסטן אין די פֿענצטער און אויף די טירן אַרויס 'איקאָנעס’. וווּ עס איז נישטאָ קיין 'איקאָנעס’ איז, הייסט עס, אַ ייִדיש הויז און מען קאָן דאָרט אומבאַשטראָפֿט ראַבירן. אַז אונדזער ראָטע איז דורכגעגאַנגען עפּעס אַ דאָרף, האָט איין סאָלדאַט באַמערקט פֿון ווײַטן אויף אַ בערגל אַ הויז, און אַרויסגעזאָגט דעם ראָטנעם די סבֿרא, אַז דאָס איז אַ ייִדיש הויז. דער ראָטנער האָט אים דערלויבט גיין אַ קוק טאָן. באַלד האָט ער זיך אומגעקערט אַ פֿריילעכער מיט דער ידיעה, אַז דאָרט וווינען ייִדן. דער ראָטנער האָט געהייסן דער ראָטע צוגיין צום הויז, מען האָט געעפֿנט די טיר און דערזען, אַז אין הויז געפֿינען זיך ביז צוואַנציק ייִדן, האַלב טויטע פֿון שרעק. מען האָט זיי אַרויסגעפֿירט פֿון הויז, און דער ראָטנער האָט אַ קאָמאַנדיר געטאָן: 'Коли! Руби!’ (שטעך! האַק!). וואָס ווײַטער האָט זיך געטאָן, האָב איך נישט געזען. איך האָב זיך געלאָזט לויפֿן, ביז איך בין געפֿאַלן חלשות".

פֿון די און צענדליקער אַנדערע געשרייען פֿון דערשיטערונג, האָט זיך באַקומען דער אײַנדרוק, אַז אין גאַליציע קומט פֿאָר עטוואָס אַזוינס, וואָס שטײַגט אַריבער די מענטשלעכע השׂגה; אַ גרויסער ייִדישער קאַנט מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון אַ מיליאָן ייִדן, וועלכע האָבן נאָך נעכטן געהאַט אַלע מענטשלעכע און בירגערלעכע רעכט, איז אַרומגענומען מיט אַ פֿײַערדיקן רינג פֿון בלוט און אײַזן,

אַנ־סקי מיט זײַנע שוועסטער (פֿאָטאָגראַפֿירט אין דער צײַט ווען ער האָט געאַרבעט אין סאַניטאַרן־פֿאַרבאַנד פֿון די רוסישע שטעט)
אַנ־סקי מיט זײַנע שוועסטער (פֿאָטאָגראַפֿירט אין דער צײַט ווען ער האָט געאַרבעט אין סאַניטאַרן־פֿאַרבאַנד פֿון די רוסישע שטעט)
אָפּגעשניטן פֿון דער וועלט און איבערגעגעבן אין דער פֿולער מאַכט פֿון צערייצטע, ווי ווילדע חיות, קאָזאַקן און סאָלדאַטן. עס האָט זיך באַקומען דער אײַנדרוק, אַז עס גייט אונטער אַ גאַנצער ייִדישער שבֿט!

די ערשטע אויפֿגאַבע וועלכע איז דרינגענד אַרויסגעטראָטן, איז געווען: קומען אין באַציִונג מיט די גאַליציאַנער ייִדן, און, קודם־כּל, ברענגען זיי וועלכע עס איז מאַטעריעלע הילף. נישט גרינג אָבער איז געווען דאָס אויסצופֿירן. די ערשטע חדשים פֿון דער מלחמה האָבן אונדזערע גבֿירים נאָך נישט געוואָלט הערן וועגן אָרגאַניזירן אַ ברייטע הילפֿס־טעטיקייט צוליב די ייִדישע מלחמה־געליטענע. זיי האָבן געהאָפֿט יוצא צו זײַן מיט די גרויסע נדבֿות, וואָס זיי האָבן געגעבן אויף די אַלגעמיינע הצטרכותן פֿון דער מלחמה און געטענהט, אַז ייִדן "טאָרן זיך נישט אויסטיילן" פֿונעם כּלל; אַז דאָס קאָן זיך אויסווײַזן "אומפּאַטריאָטיש". בײַ אַזאַ באַציִונג צו די ייִדישע צרות און בײַ אַזאַ פֿאַרקאָכטן "פּאַטריאָטיזם" האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, נישט געוואָלט הערן פֿון גאַליציאַנער ייִדן. אַז איינער פֿון די הויכע רוסישע באַאַמטע, קומענדיק פֿון גאַליציע, האָט זיך געווענדט צו אַ ייִדישן מיליאָנער, אַ באַוווּסטן קיִעווער כּלל־טוער, מיט דער פֿראַגע:

"פֿאַרוואָס אָרגאַניזירט איר נישט אין גאַליציע קיין הילף פֿאַר אײַערע ברידער, וועלכע שטאַרבן פֿון הונגער?"

האָט דער מיליאָנער געענטפֿערט:

"אײַער עקסעלענץ! מיר קוקן אויף די גאַליציאַנער ייִדן נישט ווי אויף ברידער, נאָר ווי אויף פֿײַנט, מיט וועלכע מיר האַלטן מלחמה!"

איך מוז אָבער צוגעבן, אַז אין אַ קורצער צײַט האָט זיך אין גאַנצן אומגעביטן די באַציִונג אַפֿילו פֿון די פּאַטריאָטיש־געשטימטע גבֿירים צו די ייִדישע מלחמה־געליטענע, אַפֿילו צו די גאַליציאַנער.

אַז די ידיעות פֿון גאַליציע האָבן קלאָר באַוויזן, וואָס פֿאַר אַ חורבן דאָרט קומט פֿאָר, האָב איך געשטימט אָנצוּווענדן אַלע כּוחות, כּדי ווי עס איז אַרײַנצוקלײַבן זיך אַהין, אַרומפֿאָרן די חרובֿע שטעט, פֿעסטשטעלן די גרענעצן פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע און די גרייס פֿון דער נויט. און קומענדיק צוריק מיט פֿאַקטישע מאַטעריאַלן, שוין נישט בעטן, נאָר מאָנען הילף פֿאַר די גאַליציאַנער ייִדן.

נישט גרינג איז מיר אָנגעקומען אויסצופֿירן מײַן פּלאַן. גאַנצע דרײַ חדשים האָב איך געקלאַפּט אין אַלערליי טירן, ביז איך האָב באַקומען די לעגאַלע מעגלעכקייט צו פֿאָרן קיין גאַליציע. אין אָנפֿאַנג האָב איך געהאָפֿט צו באַקומען אַ "פּראָפּוסק" ווי אַ סוחר, גערעכנט דורכצופֿאָרן מיט וואַגאָנען מעל, וואָס בראָדסקי האָט געשיקט קיין גאַליציע, נאָך דעם מיט אַ פּאַרטיע צוקער.

דורכלאָז־שײַן פֿאַר סעמיאָן ראַפּאָפּאָרט
(ש. אַנ־סקיס אמתער נאָמען), ווי אַ מיטגליד
פֿונעם "פֿאַרבאַנד פֿון רוסישע שטעט",
אַרויסצוהעלפֿן די געליטענע פֿון דער מלחמה
דורכלאָז־שײַן פֿאַר סעמיאָן ראַפּאָפּאָרט
(ש. אַנ־סקיס אמתער נאָמען), ווי אַ מיטגליד
פֿונעם "פֿאַרבאַנד פֿון רוסישע שטעט",
אַרויסצוהעלפֿן די געליטענע פֿון דער מלחמה
אַז דאָס האָט זיך נישט אײַנגעגעבן, האָב איך זיך געווענדט צום דעמאָלטיקן פּעטערבורגער שטאָט־גאָלאָוואַ (מייאָר) גראַף איוואַן איוואַנאָוויטש טאָלסטאָי, און געבעטן, ער זאָל מיך צונעמען אין אַ וועלכער עס איז סאַניטאַר־אָפּטיילונג וואָס ווערט פֿון דאַנען געשיקט קיין גאַליציע.

טאָלסטאָי, אַן אמתער אוהבֿ־ישׂראל, האָט זיך זייער הייס אויפֿגעטראָגן צו מײַן בקשה. אַזוי ווי בײַ יענער צײַט האָט זיך קיין "אָטריאַד" נישט געקליבן פֿון פּעטערבורג קיין גאַליציע, האָט ער מיר געגעבן אַ בריוו צום מאָסקווער שטאָט־גאָלאָוואַ טשעלנאָקאָוו, דעם אייבער־באַפֿולמעכטיקטן פֿון אַלרוסישן שטאָטישן פֿאַרבאַנד. טשעלנאָקאָוו האָט מיך אָפּגעשיקט מיט אַ בריוו צום אייבער־באַפֿולמעכטיקטן פֿון "זעמסקין" (שטאָטישן) פֿאַרבאַנד, פֿירשט ג. י. לוואָוו. יענער פֿון זײַן צד האָט אויך נישט געפֿונען קיין מעגלעכקייט מיר באַהילפֿיק צו זײַן און מיר אַן עצה געגעבן נעמען בײַם גראַף טאָלסטאָי אַ בריוו צו גוטשקאָוון, וועלכער איז דעמאָלט געווען אין וואַרשע און געהאַט די מעגלעכקייט מיר צו געבן אַ "קאָמאַנדיראָווקע" קיין גאַליציע. אומקערנדיק זיך קיין פּעטערבורג האָב איך באַקומען פֿון מאָסקווע אַ דעפּעשע, אַז דער פֿירשט פֿ. ד. דאָלגאָרוקאָוו אָרגאַניזירט אַן אָטריאַד קיין גאַליציע און שטימט אײַן מיך מיטצונעמען. ווידער געפֿאָרן קיין מאָסקווע — נאָר דאָלגאָרוקאָווס "אָטריאַד" האָט באַקומען אַ באַפֿעל צו גיין נישט קיין גאַליציע, נאָר קיין ריגע. עס האָט זיך פֿאָרמירט נאָך אַן "אָטריאַד" דורך קאָנאָוואַלאָוון. נאָר צוליב פֿאָרמעלע טעמים האָט קאָנאָוואַלאָוו אָפּגעזאָגט זיך מיך מיטצונעמען. בקיצור — אַלע האָבן אַרויסגעזאָגט אַ הייסן מיטגעפֿיל צו מײַנע אויפֿגאַבעס, אויסגעדריקט אַ גרייטקייט מיר קומען צו הילף — און יעדער האָט מיך אָפּגעשיקט צו אַן אַנדערן.

ענדלעך האָב איך באַשטימט אַריבערצוקלײַבן זיך קיין גאַליציע דורך וואַרשע. מיט אַ בריוו פֿון גראַף טאָלסטאָי צו גוטשקאָוון און אַ רעקאָמענדאַציע פֿון פֿירשט לוואָוו צום באַפֿולמעכטיקטן פֿון דער וואַרשעווער אָפּטיילונג פֿון "זעמסקי"־פֿאַרבאַנד וו. וו. ווירובאָוון בין איך דעם 21סטן נאָוועמבער אָפּגעפֿאָרן קיין וואַרשע.

[פֿון "דער ייִדישער חורבן פֿון פּוילן־גאַליציע און בוקאָווינע
(פֿון טאָגבוך תרע״ד־תרע״ז — 1917—1919)",
ווילנע־וואַרשע־ניו־יאָרק, תרפּ״ג — 1923]