פֿונעם אייביקן קוואַל

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די הלכות פֿון פּרה־אַדומה — דאָס אַש פֿון אַ רויטער קו, מיט וועלכן די כּהנים פֿלעגן אָפּרייניקן נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן.

כּדי דורכצופֿירן דעם ריטואַל, האָט מען קודם געמוזט געפֿינען אַ ריין־רויטע קו, וואָס האָט קיינמאָל נישט געטראָגן קיין יאָך, צו שעכטן זי און צו פֿאַרברענען מחוץ דעם הר-הבית, אויסצומישן דאָס אַש מיט קוואַל־וואַסער און אַנדערע ספּעציעלע מאַטעריאַלן. אַחוץ די קאָמפּליצירטע פּרטים, וואָס ס׳איז זייער שווער צו פֿאַרשטיין זייער טעם על־פּי־שׂכל, האָט דער דאָזיקער טהרה־ריטואַל געהאַט אַן אומגעוויינטלעכן עפֿעקט: ער האָט מטמא געווען דעם כּהן, וועלכער האָט אים דורכגעפֿירט. דאָס הייסט, אַז דער כּוח פֿון טהרה קאָן דינען, אין דער זעלבער צײַט, ווי אַ כּוח פֿון טומאה, און פֿאַרקערט.

"זאת חוקת התּורה" — די הלכות פֿון פּרה־אַדומה ווערן אָנגערופֿן אַ "חוק" — אַן ענין, וואָס מע קאָן נישט פֿאַרשטיין ראַציאָנעל. להיפּוך צו דער פּרשה "משפּטים", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן אַ סך שׂכלדיקע מיצוות, הייסט די הײַנטיקע סדרה "חוקת" — דווקא צוליב דעם אומלאָגישן כאַראַקטער פֿון די הלכות, וואָס ווערן אין איר באַהאַנדלט.

אַ סך מפֿרשים באַטראַכטן די אומגעוויינטלעכע כּללים פֿון דער "רויטער קו" ווי דעם בעסטן קלאַסישן מוסטער פֿון אַ מיצווה, וואָס מע מוז מקיים זײַן אָן קיין ראַציאָנעלער סיבה. אַדרבה, אין דעם אומראַציאָנעלן כאַראַקטער פֿון "פּרה־אַדומה" שטעקט אַ באַזונדערע מעלה, ווײַל אַזאַ מיצווה קאָן מען מקיים זײַן בלויז כּדי אויסצופֿירן דעם באַשעפֿערס ווילן, אָן קיין פּערזענלעכע זײַטיקע סיבות.

אַ סך אַנדערע מפֿרשים האַלטן אָבער, אַז געוויסע יחידים, אַזעלכע ווי משה רבינו און אַפֿילו אַ עכטער צדיק אין יעדן דור, קאָנען משׂיג זײַן דעם באַדײַט פֿון דער פּרה־אַדומה, ווײַל אין זייערע נשמות ווערט אַנטפּלעקט דאָס ליכט, דורך וועלכן אָדם־הראשון האָט געקאָנט — פֿאַרן חטא — זען די גאַנצע וועלט — "מסוף העולם עד סוף העולם". הגם, ווי עס זאָגן די חז״ל, איז דאָס דאָזיקע ליכט צוגעגרייט בלויז פֿאַר צו די צדיקים אויף יענער וועלט, שטייען אייניקע יחידים אַפֿילו אין עולם־הזה אויף אַזאַ מדרגה.

דעם עצם־פּאַראַדאָקס פֿון אַ ריטואַל, וואָס טראָגט אין זיך סײַ דעם כּוח פֿון טומאה, סײַ דעם כּוח פֿון טהרה, קאָן מען פֿאַרשטיין דורך אַ בײַשפּיל, וואָס ווערט געבראַכט אין ספֿרי־חסידות. אַן אמתער צדיק ווערט צוגעגליכן צו דער פּרה־אַדומה, ווײַל ווען ער וויל אויסרייניקן די נשמות פֿון זײַנע חסידים, מוז ער זיך דערנענטערן צו זיי און זיך אַראָפּנידעריקן צו זייער מדרגה. דאָס הייסט, אַז די זעלבע מדרגה, וואָס פֿאַר אַ פּשוטן מענטש זעט אויס ווי אַ גרויסע קדושה, קאָן אויסזען פֿאַר אַ גאָר דערהויבענער נשמה ווי אַ טומאה, אַ גײַסטיקע ירידה.

ווײַטער, אין דער הײַנטיקער פּרשה, ווערט געוויזן אַן אַנדער בײַשפּיל פֿונעם זעלבן פּרינציפּ. ווען די ייִדן האָבן געוואַנדערט אינעם מידבר, האָבן זיי געטענהט, אַז זיי זענען דורשטיק. דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו צו באַפֿעלן אַ שטיין, ער זאָל זיך עפֿענען און פֿאַרוואַנדלען אין אַ קוואַל. אַרויסצולאָזן וואַסער. כּדי צוצוציִען דעם אויפֿמערק פֿונעם פֿאָלק צו דעם נס, האָט משה נישט סתּם געהייסן דעם שטיין זיך צו צעשפּאַלטן, נאָר געגעבן אַ קלאַפּ מיט זײַן שטעקן. הגם פֿאַרן פּשוטן פֿאָלק האָט עס אויסגעזען ווי אַ גרויסער נס, איז עס פֿאַר משהן געווען אַ ירידה, פֿאַר וועלכער ער איז באַשטראָפֿט געוואָרן, ווײַל אויף זײַן הויכער מדרגה האָט ער געקאָנט אויספּועלן אַזאַ נס בלויז מיט אַ וואָרט, אָן וועלכע־ניט־איז מעשׂים.

אַ צאָל אַנדערע פּרטים וועגן דער "פּרה אַדומה" ווערט אויך דערקלערט אין די חסידישע ספֿרים אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס ווערט דווקא די דאָזיקע מיצווה באַטראַכט ווי אַ "חוק", וואָס מע קאָן ניט פֿאַרשטיין ווי געהעריק? די אַנדער קשיא איז: ווי אַזוי קאָן מען זאָגן, אַז אַ געוויסע זאַך איז אוממעגלעך משׂיג צו זײַן על־פּי־שׂכל, ווען געוויסע יחידים פֿאַרשטייען זי יאָ? למשל, אין מאַטעמאַטיק זענען דאָ זייער קאָמפּליצירטע געביטן, וואָס בלויז אַ קליינע צאָל פּראָפֿעסיאָנאַל־צוגעגרייטע מענטשן קאָנען באַנעמען. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז די דאָזיקע חכמות זענען בעצם אומשׂכלדיק. פֿאַרקערט, קאָן מען זאָגן, אַז זיי זענען "צו שׂכלדיק" פֿאַר אַ פּשוטן מענטש.

לויט אַ טייל מפֿרשים, איז דער ענין פֿון דער "פּרה אַדומה" טאַקע אַזוי. דער מדרש זאָגט, אַז דער אייבערשטער האָט דערקלערט משה רבינו דעם באַדײַט פֿונעם דאָזיקן ריטואַל, אָבער אַפֿילו שלמה המלך, נישט געקוקט אויף זײַן גרויסער חכמה, האָט אים נישט געקאָנט באַגרײַפֿן. דעם חילוק צווישן "משפּטים" און "חוקים" באַשטייט אין דעם, וואָס די אינערלעכע לאָגיק פֿון געוויסע מיצוות איז צו שווער צו פֿאַרשטיין, און דערצו איז עס אַ סוד.

עס פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא: ווי אַזוי קאָן מען זאָגן, אַז די "פּרה אַדומה" האָט אַ שׂכלדיקן טעם, ווען בלויז די גרעסטע צדיקים קאָנען אים פֿאַרשטיין? אַ ראַציאָנעלע חכמה קאָן זײַן שווער און קאָמפּליצירט, אָבער זי פֿאָדערט בלויז גענוג שׂכל, און נישט דאָס פֿאַרבאָרגענע ג־טלעכע ליכט אָדער אַ נבֿואה. און אויב אַזאַ השׂגה פֿאָדערט יאָ עפּעס אַ פּערזענלעכע מיסטישע דערפֿאַרונג, ווי אַזוי קאָן מען זי באַטראַכטן ווי אַ שׂכלדיקע?

אין דער אמתן, איז דער חילוק צווישן אַזוי־גערופֿענע "ראַציאָנעלע" און "אומראַציאָנעלע" ענינים רעלאַטיוו. ווען אַ מענשט זוכט דעם באַדײַט, וואָס שטעקט אין די מיצוות, זוכט ער, באמת, נישט קיין "קאַלטע לאָגיק", נאָר אַ פּערזענלעכן קאָנטאַקט מיט רוחניות. אַפֿילו אַזאַ ראַציאָנאַליסט, ווי דער רמב״ם, האָט באַטראַכט די פֿאָרשונגען פֿון טעמי־המיצוות ווי אַ מין מעדיטאַציע, אַ וועג צום גײַסטיקן שלמות.

אַפֿילו אין די חכמות פֿון עולם־הזה איז עס אַזוי. למשל, אַ טייל מאַטעמאַטישע דערווײַזן זענען צו לאַנג און צו שווער צו פֿאַרגעדענקען אין אַלע פּרטים. אין אייניקע פֿאַלן, ווען מע באַקומט אַ רעזולטאַט מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער, באַקומט זיך אַ מין "מאַטעמאַטישער חוק", וואָס מע קאָן "כאַפּן" און זיך דערקוויקן מיט דעם שׂכל, וואָס שטעקט אין דער טעאָרעמע, אָבער ס׳איז צו שווער זי צו באַגרײַפֿן אין אַלע פּרטים.

מע קאָן זאָגן, אַז דער חילוק צווישן די שׂכלדיקע משפּטים און "אומשׂכלדיקע" חוקים באַשטייט אויך אין דעם, צי מע קאָן גרינג "כאַפּן" זייער באַדײַט. למשל, הגם מע קאָן, אפֿשר, דערקלערן דעם טעם פֿון פּרה־אַדומה מיט גימטריאות און אַנדערע מיסטישע חכמות, ווערט ער נישט אַזוי גרינג "אײַנגעזאַפּט" אינעם שׂכל — אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע זעלבסט־פֿאַרשטענדלעכע מיצוות, ווי צדקה אָדער צער־בעלי־חיים.

אַ צדיק און אַ חכם וואָלט, מסתּמא, אויך נישט געקאָנט דערקלערט דעם טעם פֿון פּרה־אַדומה "אויף איין פֿוס". אָבער, האָבנדיק אַ דירעקטע השׂגה פֿון רוחניות און אַ ידיעה אין מיסטישע חכמות, קאָן ער "כאַפּן" און אָפּשאַצן דעם אַלגעמיינער באַדײַט פֿון דער מיצווה, און דערזען דעם טיפֿן שׂכל, וואָס שטעקט אין איר.