פֿונעם אייביקן קוואַל

דער שבת נאָך תּשעה־באָבֿ האָט אַ ספּעציעלן נאָמען — "שבת־נחמו". נאָך די דרײַ וואָכן פֿון "בין־המצרים", וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיט אַ סך טרויעריקע און שרעקעוודיקע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע, קומט די צײַט פֿון נחמה. דורכן טרויער און תּענית, לעבן מיר איבער ווידער דעם פֿאַרלוסט פֿונעם בית־המיקדש און פֿון דער נאָענטקייט צום אייבערשטן, וואָס ער האָט רעפּרעזענטירט. נאָך תּשעה־באָבֿ קומט אַ נײַער פּעריאָד פֿונעם יאָר — די צײַט פֿון נחמה, תּשובֿה און האָפֿענונג, אַז אין דעם קומענדיקן יאָר, וואָס קומט שוין באַלד, אין אָנדערטהאַלבן חדשים, וועט דער טרויעריקער תּענית זיך פֿאַרוואַנדלען אין שׂימחהדיקע יום־טובֿים.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָבן מיר באַהאַנדלט דעם צוויי־זיניקן באַדײַט פֿון דער פּרשה "דבֿרים", ווי אויך דעם פּאַראַדאָקסישן סטאַטוס פֿונעם לעצטן חומש־טייל, וואָס טראָגט דעם זעלבן נאָמען, און ווערט אויך אָנגערופֿן "מישנה-תּורה". הגם די חז״ל וואָרענען, אַז אַלע פּסוקים אין דער תּורה זענען אַ ג־טלעכע נבֿואה; און דער, וואָס האַלט נישט אַזוי, קאָן פֿאַרלירן, חלילה, דעם חלק אין עולם־הבאָ. אָבער דער זוהר און אַ סך מפֿרשים באַטאָנען, אַז משה רבינו האָט פֿאַרשריבן דעם חומש "דבֿרים" דווקא "מפּי עצמו", פֿון זיך אַליין, און דער אייבערשטער האָט באַשטעטיקט זײַנע ווערטער. אין דער אמתן, האָט זיך משה רבינו געפֿונען אויף אַזאַ הויכער מדרגה פֿון אייניקייט מיט זײַן ג־טלעכן שורש, אַז דער גאַנצער אונטערשיד צווישן מענטשלעכע ווערטער און נבֿואה איז געווען פֿאַר אים פֿאַרשווענקט, צוליב זײַן שטענדיקן טיפֿן דבֿקות.

דאָס וואָרט "דבֿרים" מיינט סײַ ווערטער, סײַ זאַכן; אויף לשון־קודש קאָן מען אָפֿט אינטערפּרעטירן אַ זאַץ אויף ביידע אופֿנים. הגם די וועלט פֿון סאָלידע אָביעקטן זעט פֿאַר אונדז אויס, געוויינטלעך, ווי אַ היפּוך צו דער בייגיקער און נישט־מאַטעריעלער נאַטור פֿון דער שפּראַך, זענען די צוויי באַדײַטן פֿונעם דאָזיקן וואָרט טיף פֿאַרבונדן. אָן דעם כּוח־הדיבור וואָלט די גאַנצע אַרומיקע וועלט נישט געהאַט פֿאַר אונדז קיין זין, און אָן דער אינערלעכער סטרוקטור, וואָס פֿאַרבינדט די עלעמענטן פֿון דער נאַטור ווי אַ מין שפּראַך, וואָלט דער גאַנצער אוניווערס בכלל נישט געקאָנט עקזיסטירן.

פֿאַר אַזאַ נבֿיא, ווי משה רבינו, וועלכער האָט זיך תּמיד געפֿונען אין דבֿקות מיטן באַשעפֿער, האָט די גאַנצע וועלט גערעדט אויף אַן אייגענע נבֿואה־שפּראַך, איבערגעבנדיק די ג־טלעכע סודות, וואָס שטעקן אין דער נאַטור און אין דער מענטשלעכער געשיכטע. מע דערציילט, אַז די גרויסע חסידישע צדיקים האָבן פֿאַרשטאַנען די שפּראַך פֿון חיות, פֿלאַנצן און אַפֿילו אומבאַלעבטע זאַכן.

הגם מיר זענען, צום באַדויערן, ווײַט פֿון אַזאַ מדרגה, מוז מען אָבער שטרעבן, לכל־הפּחות, צו זען נישט אַן אָביעקט — "דבֿר" אינעם ערשטן זין — אין די אַנדערע מענטשן, נאָר ווי אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם לעבעדיקן ג־טלעכן וואָרט. ווי עס ווערט דערקלערט אין די מוסר־ און קבלה־ספֿרים, ברענגט די ליבשאַפֿט און ברידערלעכקייט צווישן מענטשן צו רוח־הקודש און גאולה.

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אויך אָן מיט אינטערעסאַנטע צוויי־דײַטיקע ווערטער: "ואתחנן אל ה׳" — "און איך האָב געבעטן דעם אייבערשטן". משה רבינו האָט געוווּסט, אַז ער מוז שטאַרבן אינעם מידבר און וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל. פֿונדעסטוועגן, האָט ער געבעטן דעם באַשעפֿער צו געבן אים אַ מעגלעכקייט צו זען דאָס לאַנד.

דער ווערב "ואתחנן" שטייט אין אַן אומגעוויינטלעכער רעפֿלעקסיווער פֿאָרעם, וואָס קאָן איבערגעטײַטשט ווערן ווי, "און עס האָט זיך אים געדאַוונט". אַ צאָל חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז ווען משה האָט דערפֿילט אַ שטאַרקן חשק מתפּלל צו זײַן, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז זײַנע אייגענע געפֿילן שטאַמען פֿון הימל און זענען אַ סימן, אַז זײַן בקשה וועט נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער אייבערשטער האָט אים שוין פֿריִער קלאָר געוואָרנט, אַז ער וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל. אין הסכּם מיט דעם ענין פֿונעם הײַנטיקן "שבת־נחמו", האָט דער באַשעפֿער אים געטרייסט; דער מדרש זאָגט, אַז משה האָט דערזען, על־פּי־נס, דאָס גאַנצע לאַנד ווי אין אַ מין "ווירטועלער רעאַליטעט".

רבי נפֿתּלי־צבֿי ראָפּשיצער דערקלערט עס אין זײַן ספֿר "זרע קודש" אויף אַן אַנדער אופֿן. משה רבינו האָט אין זיך אַנטהאַלטן די ג־טלעכקייט, וואָס שטעקט אין אַלע ייִדישע נשמות; יעדער עכטער צדיק איז אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון ג־טלעכקייט, אָבער אין משהן האָט עס זיך אויסגעדריקט באַזונדערס שטאַרק.

אַן עכטער צדיק קען עס טאָן, ווײַל די נשמות פֿון צדיקים זענען ממש פֿאַראייניקט מיטן דעם אייבערשטן און זענען בכּוח מבֿטל צו זײַן די ג־טלעכע גזירות — אַרײַנגערעכנט, אין פּרינציפּ, די גזירות קעגן דעם צדיק אַליין. משה האָט געדאַוונט אין אַזאַ דבֿקות, אַז זײַן תּפֿילה איז געוואָרן פֿאַרוואַנדלט אין אַ תּפֿילה פֿון דער הייליקער שכינה אַליין. ווען די ייִדן זענען אַרײַנגעקומען אינעם לאַנד, איז משה רבינוס בקשה מקוים געוואָרן: זײַן נשמה האָט זיך אַרײַנגעטאָן אין די נשמות פֿון אַנדערע ייִדן און פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון ארץ־ישׂראל.

ס׳איז אָבער וויכטיק צו באַמערקן, אַז אין דעם פּירוש פֿונעם ראָפּשיצער רבי איז פֿאַקטיש אינגאַנצן פֿאַרשווענקט געוואָרן דער חילוק צווישן דעם מענטש, דער וועלט און דעם באַשעפֿער. ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס די הייליקע שכינה זאָל מתפּלל זײַן דורך משה רבינוס מויל, ווען זי און משה רבינוס נשמה זענען דאָך גופֿא אַנטפּלעקונגען פֿון ג־טלעכקייט.

דאָס איז אַ בײַשפּיל פֿון דער טיפֿער רעפֿלעקסיע צווישן דעם נבֿיא און ג־ט, וואָס מע קען נישט דערקלערן אין די ראַמען פֿון געוויינטלעכער לאָגיק, און וואָס קען אויך דעמאָנסטרירן, ווי אַזוי משה רבינוס דרשות אינעם חומש "דבֿרים" קאָנען זײַן — אין דער זעלבער צײַט — זײַנע אייגענע ווערטער און אַ נבֿואה.

די לאָגיק פֿון אַזעלכע טיפֿע מדרגות פֿון דבֿקות, ווי בײַ משה רבינו און אַנדערע גרויסע צדיקים, קאָן פֿאַרפּלאָנטערן, חלילה, דעם שׂכל פֿון אַ פּשוטן מענטש, פֿאַר וועלכן די גרענעצן צווישן רוחניות און גשמיות — ווערטער און זאַכן — בלײַבן קלאָר. ווײַטער אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן איבערגעחזרט די צען געבאָט, און עס ווערט געשטעלט אַן אַקצענט אויף אַהבֿת-השם, אמונת־השם און אַחדות־השם. די דאָזיקע יסודותדיקע מיצוות דינען ווי אַן אָריענטאַציע, כּדי מע זאָל זיך נישט פֿאַרלירן, חלילה, אויפֿן וועג צום פֿאַרשטיין דעם סוד פֿון "אין עוד בלבֿדו" — אַז דער אייבערשטער איז, באמת, דאָס איינציקע אמתע מציאות, און די גאַנצע וועלט איז אַ גרויסע ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, הגם ס׳איז שווער פֿאַר אונדז דאָס צומאָל צו באַנעמען.