פֿאַרשײדנס
דאָס "קאָרדאָבאַ־הויז", דער מוסולמענישער צענטער (פּראָיעקט), וואָס רופֿט אַרויס אַ סך פּראָטעסטן
דאָס "קאָרדאָבאַ־הויז", דער מוסולמענישער צענטער (פּראָיעקט), וואָס רופֿט אַרויס אַ סך פּראָטעסטן

איסלאַם און קריסטנטום — ביידע קענען זיך נישט פֿאַרשעמען. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז רעליגיע איז מאַכט, און אַלע רעליגיעס שמעקן מיטן זעלבן בשׂמים־גערוך. ווען אַ רעליגיע לאָזט זיך אַראָפּ אויף אַן אומשולדיק פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַן אייגענע קולטור און עקזיסטירט טויזנטער יאָר נאָך אַנאַנד; אויף אַ פֿאָלק, וואָס דינט זייער פֿאַרצײַטיקן גאָט, פֿאַרמאָגט אייגענע זיטן, און אַן אייגענעם לעבנס־שטייגער — באַפֿאַלן פּלוצעם מיסיאָנערן און צווינגען אויף אים אַרויף אַ ווילד־פֿרעמדן גאָט מיט אַ פֿרעמדער קולטור. און אַז מ׳וואַרפֿט זיך נישט אונטער, צאָלט מען מיטן לעבן; פֿאַלן אומשולדיקע קרבנות, וואָס הייבן נישט אָן צו וויסן אַז די פֿרעמדע רעליגיע לאַסטשעט זיך — אין דער אמתן — אויף זייער טעריטאָריע און גוטס.

דערווײַל זע איך ווי מ׳צערײַסט זיך דעם יאַשטשיק ווען ס׳קומט צו די מאַכמעדאַנער וואָס פּרעדיקן איסלאַמיזם. זיי גייט אין לעבן צו פֿאַרכאַפּן די וועלט ווי זיי האָבן עס געטאָן אין די אַלטע גוטע צײַטן. די אימאַמס מיט די שאַהיטן — די "כעסבאָלאַס" מיט די "כאַמאַסניקעס", די זשעדנע אַכמאַדינעדזשאַדניקעס מיט די בין־לאַדענס, זיי זײַנען די הײַנטיקע מיסיאָנערן. אָבער זיי טוען עס אַנדערש. קודם דרינגען זיי אַרײַן אין לענדער וווּ עס הערשט אַ פֿרעמדע רעליגיע מיט אַ פֿרעמדער קולטור. דאָ שטעלן זיי זיך אַנטקעגן, אַז מ׳באַעוולט זיי. און פּונקט איצט, ווען די אייראָפּעיִשע פֿעלקער באַפֿרײַען זיך קוים־קוים פֿונעם קריסטנטום, און זעען אײַן די טראַגעדיע וואָס דאָס קריסטנטום האָט געברענגט אויף דער מענטשהייט. דערצו שפּילט זיך אָפּ אין וואַטיקאַן דער דריטער אַקט, בעת מ׳וויל פֿאַרדעקן די פּעדאָפֿיליע וווּ די שאַרלאַטאַנישע גלחים האָבן פֿאַרפֿירט דורות־לאַנג קינדער אין זייער רשות.

איז אויפֿגעקומען אַן אַנדער רעליגיע וואָס רופֿט זיך קאָמוניזם, וואָס האָט אָפּגעווישט אַלע רעליגיעס פֿון איר טעריטאָריע און אַוועקגעשטעלט זייערע אייגענע געטשקעס און די מיליאָנען קרבנות זײַנען געפֿאַלן ווי די פֿליגן אונטער זייער גאָטלאָזן רעזשים.

בין־לאַדענס רעליגיעזע שיטה באַשטייט אין באַזעצן וואָס מער מאַכמעדאַנער אין אייראָפּע, אין אַמעריקע און איבער דער וועלט, אָנמאַכן אַ גראַטשקע, שוין אָפּגערעדט פֿון שאָדן. און די וועלט אין איר הילפֿלאָזיקייט קען זיך בשום־אופֿן נישט קיין עצה געבן, ווײַל די בין־לאַדענס האָבן אַנטדעקט דעמאָקראַטיע; פֿרײַהייט און מענטשן־רעכט.

דאָ, אין ניו־יאָרק, רוכעוועט זיך מיטן מאָסק וואָס די מאַכמעדאַנער רופֿן קולטור־צענטער. מ׳פֿאָרשט ווער ס׳האַלט זיי אויס. פֿון וואַנען ווערן די געלטער באַזאָרגט. מיט איין וואָרט: ס׳קאָכט זיך ווי אין אַ מוראַשניק. וואָס האָט מען מורא? און ווער ציטערט און פֿלאַטערט שטאַרקער פֿון אַלע? די הילפֿלאָזע דעמאָקראַטיע. מילא, מיר, ייִדן, זײַנען אַרומגערינגלט אין ארץ־ישׂראל פֿון אַ האַלבן טוץ מדינות, אַלע מאַכמעדאַנער. זייער תּורה קומט פֿונעם קאָראַן, און דער קאָראַן פּרעדיקט "פֿאַרכאַפּ און האָב נישט קיין רחמנות; שנײַד קעפּ!"

קומען מיר טאַקע צום רעכטן־גערעכטן. לאָמיר זיך נישט דאַרן די קעפּ. די קריסטן ציטערן פֿאַר זייער טראָן, וואָס די מאַכמעדאַנער ווילן אים פֿאַרכאַפּן. צוויי רעליגיעזע שיטות פֿאַרמעסטן זיך. איז לאָמיר נאָר אַ קוק טאָן ווי די קריסטן האָבן פֿאַרכאַפּט די וועלט? וואָס מיינט איר, מיט מאַרצעפּאַנעס און האָניק־לעקעכלעך? אַ נעכטיקע וועטשערע. זיי האָבן פֿאַרכאַפּט די וועלט מיט געצוווּנגענעם שמד, מיט קרייצצוגן, מיט אינקוויזיציעס און עקזעקוציעס. זיי האָבן אויסגעשאָכטן נישט נאָר קופּעס מיט מענטשהייט, נאָר פֿאַרניכטעט דערבײַ אויך קולטורן. אַפֿריקאַנער פֿעלקער האָבן זיך איבער נאַכט פֿאַרוואַנדלט אין קריסטן. די אַזיאַטן — דאָס גלײַכן, די מיסיאָנערן האָבן געפּרוּווט מיט גוטן און מיט בייזן; ס׳רובֿ — מיט שלעכטן. ביזן הײַנטיקן טאָג לויפֿן די פּויפּסטן מיט די מיסיאָנערן קיין אַפֿריקע און אַזיע, כינע און אַפֿגאַניסטאַן. וווּ אַ לאָך און וווּ אַ שטאָך זײַנען זיי דאָ מיט זייער ביבליע און זייער גאָט.

געקומען אין אַן אַפֿריקאַניש שטעטל, דערפֿל אָדער ייִשובֿ און אָפּגעשניטן דאָס וואַסער, מיט אַ פּראָקלאַמאַציע: "אַז איר וועט, קינדערלעך, זיך שמדן און אָננעמען יעזוסן פֿאַר אײַער משיח, וועט דאָס וואַסער צוריק פֿליסן."

מיט ייִדן, פֿאַרשטייט זיך, האָבן זיי געמוזט האָרעווען. מיר זײַנען אַ פֿאָלק וואָס איז אַלע מאָל געווען צעזייט און צעשפּרייט און שמד איז געווען אַ מיאוס וואָרט בײַ אונדז. נו, נו, מיר וואָלטן הײַנט געציילט אין די שווערע מיליאָנען ווען נישט דאָס קריסטנטום. וואָזשע רײַסן די קריסטן אײַן וועלטן, וואָס? זאָלן זיי בעסער אַרײַנקוקן אין זייערע אייגענע קאַרטאָטעקעס און בוכהאַלטעריע, און זיך באַקענען מיט די מעטאָדן מיט וועלכע זיי האָבן זיך באַנוצט. אַפֿילו אונדזער פּרעזידענט אָבאַמאַ איז הײַנט אַ קריסט, און ציטערט פֿאַרן וואָרט "מאַכמעדאַנער," ווי ס׳וואָלט געווען אַ זידל־וואָרט אָדער אַ פֿלעק אין דער משפּחה.

די אַקאַדעמיעס רירן זיך נישט צו צו די דרײַ ביבליעס, און טײַטשן זיי נישט אויס ווי געהעריק. מען לערנט וועגן די הונדערטער טויזנטער מלחמות צווישן פֿעלקער, וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט מאַכט, אייגנטום און שקלאַפֿערײַ. אָבער מען רירט זיך נישט צו צו די ביבליעס מיט זייערע מיסיאָנערישע שטיק, מיט די קירכע־טאַטעלעך וואָס פּראָקלאַמירן נאָך אַלץ בקול־רם, אַז ייִדן האָבן געהרגעט זייער גאָט.

און וואָס איז וועגן די מאַדראַסאַס, וואָס פֿאַרסמען די מוחות פֿון די קינדער. מען לערנט נישט די ביבליעס לגנאַי, דער עיקר דעם קאָראַן. אַ גאַנצער פּאָלק מענטשן שטעלן זיך אײַן פֿאַרן קאָראַן. און אַז איך פֿרעג בײַ זיי צי ער אָדער זי האָט אַמאָל געלייענט דעם קאָראַן?.. איז דער ענטפֿער — קיין מאָל נישט, און אַז ס׳באַווײַזן זיך די מאָסק־טאַטעלעך, די פּאָליטיקער, די מאַכט־מענטשן, וואָס לויבן דעם קאָראַן ווי אַ פּוטער־קיכעלע פֿון אַ פֿרידלעכער רעליגיע, איז אַ סימן זיי האַקן אַ טשײַניק.

דער טעקסי־שאָפֿער וועלכער האָט מיך געפֿירט אַהיים פֿון "לאַ־גוואַרדיאַ"־לופֿטפֿעלד, אַליין אַ מאַראָקאַנער אַראַבער, זאָגט מיר: "דער קאָראַן האָט דאָך אַלץ גענומען פֿון דער תּורה! דאָס פֿאַרשטיינערן שולדיקע, די הריגות און גזירות, דאָס אָפּהאַקן הענט. אַלץ קומט פֿון אײַך, ייִדן."

און ווען ס׳איז געקומען צום מאָסק האָט ער מיך געהייסן וואַרטן אַ טשוטקעלע, ביז איך וועל זיך דערוויסן ווער איז באמת געשטאַנען הינטער דעם אויפֿרײַס פֿון די צוויי וועלט־טורעמס. כ׳האָב נישט לאַנג געוואַרט, ווײַל אַכמאַדינעדזשאַד האָט עס אויפֿגעקלערט פֿאַר דער גאַנצער וועלט. די אַמעריקאַנער מיט דער סי־אײַ־איי בתוכם, האָבן באמת צעלייגט די טורעמס און אָפּגעווישט די אַרום דרײַ טויזנט נפֿשות, און דאָס איז אַן אַראַבער וואָס פֿירט אַ טעקסי אין ניו־יאָרק. די טעג האָב איך אויך באַמערקט אויף אַ ליצענץ־פּליטע פֿון אַן אויטאָ וווּ עס איז געווען געשריבן "שאַהאַד," דאָס מיינט טעראָריסט. מיר וווינען אין אַ פֿרײַער מדינה וואָס נישט אַלע פֿרעמדע פֿעלקער פּאַסן זיך אַרײַן אין דעם אַמעריקאַנעם לבֿוש.

און אויב איר מיינט, אַז די פֿרײַהייט, די אויסדערוויילטע, אויסגעחלומטע פֿרײַהייט איז אָן אַ פּליאַמע. מאַכט איר אויך אַ טעות. ווער עס האָט אַ האַנט און אַ פֿוס נוצט אויס די פֿרײַהייט צוליב אייגענע אינטערעסן.

לאָמיר נעמען אַ ייִדישע פֿרוי וועלכע האָט פֿאַרטיידיקט דעם בלינדן, אַראַבישן טעראָריסט. מ׳האָט אים טאַקע פֿאַרמישפּט, אָבער מען האָט זי אויך פֿאַרמישפּט, ווײַל זי האָט אויסגעזאָגט סודות פֿון זײַן חדר.

אַז מיר וועלן דינען דער פֿרײַהייט אָן אַ מאָראַלישן אָדער עטישן אונטערשפּאַר, וועט מען טײַער באַצאָלן. אויב מיר וועלן דינען דער פֿרײַהייט מיט קאָרופּציע און שווינדל און אָן אַ געוויסן, וועלן מיר ביטער אָפּשנײַדן. זעט אויס, אַז מענטשן דאַרפֿן אַ דובינע איבערן קאָפּ, אויף צו ווערן אונטערטעניק און מאַכטלאָז, און דאָס רופֿט מען רעליגיע.