‫פֿון רעדאַקציע

דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט מען אָפּגעמערקט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. ווי אַ גרויסער ייִדישער שרײַבער, אָנערקענט אין אַלע סבֿיבֿות פֿון ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט און אין דער וועלט בכלל, איז די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט געוואָרן זייער באַשיידן, באַזונדערס אין די אַזוי גערופֿענע "דזשויִש"־אָרגאַניזאַציעס פֿון אַמעריקע, וווּ (לאָמיר גלייבן) אַלע האָבן געהערט דעם נאָמען פֿונעם שרײַבער, און געוויס עפּעס געלייענט פֿון זײַנע ווערק אין דער ענגלישער איבערזעצונג.

אַקעגן וואָס האָבן מיר עס דערמאָנט? די וואָך האָט זיך דווקא אין רוסיש, אויף דער וועבזײַט www.newswe.com, אָנגעפֿירט פֿון לעאָניד שקאָלניק (געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון דעם געוועזענעם רוסישן "פֿאָרווערטס"), באַוויזן אַ זעלטענע ווירטועלע טרעפֿונג צווישן פֿאַרשידענע רעדאַקטאָרן פֿון צײַטונגען און זשורנאַלן, שרײַבער, געלערנטע פֿון איבער דער וועלט, מיט דער אַמעריקאַנער שרײַבערין און שלום־עליכמס אייניקל, בעל קאַופֿמאַן. איבעראַיאָר, מירטשעם, וועט בעל קאַופֿמאַן פֿײַערן איר 100סטן געבוירן־טאָג. זי איז געוויס הײַנט דער איינציקער לעבעדיקער מענטש, וועלכער האָט געזען און פֿאַרגעדענקט שלום־עליכמען. זי איז אָבער אַליין אַ באַקאַנטע שרײַבערין און קולטור־טוערין, און איר מיינונג אויף געוויסע אַספּעקטן פֿון ייִדישן לעבן אין דער הײַנטיקער וועלט בכלל און אין אַמעריקע בפֿרט, איז אַ וויכטיקער מקור פֿאַר אונדז אַלעמען.

מיר האָבן בדעה, ווי באַטייליקטע אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן אינטערוויו, אים אָפּצודרוקן, אויב נישט גאַנצערהייט, איז כאָטש די פֿראַגעס און ענטפֿערס, וואָס קאָנען פֿאַראינטערעסירן אונדזער לייענערשאַפֿט. פֿונדעסטוועגן, לייגן מיר אײַך פֿאָר הײַנט אייניקע אויסצוגן פֿון דעם שמועס, פֿאַרבונדן, קודם־כּל, מיט דער טעמע פֿון ייִדיש.

אויף דער פֿראַגע, געשטעלט פֿון פּאַריז, ווערט געפֿרעגט, צי קאָן טאַקע אַזוי זיך טרעפֿן, אַז פֿאַר אונדזערע אויגן וועט אונטערגיין די "פּרעכטיקע אָנגעפּלאָגטע ייִדישע שפּראַך, וואָס איז אַזוי, מוזיקאַליש, ליריש און אין דער זעלביקער צײַט איראָניש און טיף פֿילאָסאָפֿיש; אַ שפּראַך, אויף וועלכער עס איז געשאַפֿן געוואָרן אַ גלענצנדיקע ליטעראַטור?" — האָט בעל געענטפֿערט, אַז זי באַציט זיך מער אָפּטימיסטיש צום גורל פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. "מעגלעך, אַז איך קאָן זיך פּשוט נישט פֿאָרשטעלן, אַז ייִדיש וועט פֿאַרשוווּנדן ווערן..."

און באַלד קומט אַן אַנדער פֿראַגע, פֿון לעטלאַנד: "אָבער ישׂראל האָט זיך אָפּגעשאָקלט פֿון ייִדיש. וויפֿל שאָדן האָט עס געבראַכט דעם לאַנד און פֿאָלק?" — "יאָ, — האָט באַשטעטיקט בעל, — ישׂראל האָט געבראַכט אַ גרויסן שאָדן פֿאַר ייִדיש!"

די פּאָלעמיק אַנטוויקלט זיך ווײַטער; עס קומט אַ פֿראַגע פֿון ישׂראל: "אמת, אין אייראָפּע, ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם חורבן, איז ייִדיש פּראַקטיש פֿאַרשווינדן. עס וויל זיך אָבער וויסן, וואָס האָט געשטערט דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש אין דער ׳גאָלדענער מדינה׳"? בעל קאַופֿמאַן האָט עס דערקלערט דערמיט, אַז די הויפּט־שטערונג איז געווען דער אַזוי גערופֿענער "שמעלצטאָפּ", דאָס באַדערפֿעניש פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן זיך צו אַסימילירן.

און ווידער איז אויפֿגעקומען די פֿראַגע וועגן דעם טרויעריקן מצבֿ פֿון ייִדיש אין מדינת־ישׂראל. דאָס מאָל שוין פֿון מאָסקווע: "צי זײַט איר נישט באַאומרויִקט דערמיט, אַז די שפּראַך, וואָס איז דאָך נישט פֿאַרברענט געוואָרן אין די אויוונס פֿון אוישוויץ, לײַדט אַזוי פֿיל צרות אינעם ייִדישן לאַנד?"

"איך באַטאָן עס ווידער, — איז געווען דער ענטפֿער, — איך פֿיל זיך פּונקט אַזוי געטראָפֿן, ווי אַנדערע וואָס האָבן ליב ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור. זעט אויס, אַז ייִדיש וויל מען פּשוט פֿאַרניכטן; יעדנפֿאַלס, מע האַלט די שפּראַך אין איין דערדריקן און דערנידעריקן!"

אויך דער "פֿאָרווערטס" האָט געשטעלט דער חשובֿער שרײַבערין זײַן פֿראַגע, דהײַנו: "ווי מיינט איר, פֿאַר וואָס האָט שלום־עליכם, נישט געהאַט קיין מזל אָנערקענט צו ווערן אין אַמעריקע נאָך בײַם לעבן?" בעל קאַופֿמאַן האָט געענטפֿערט בזה־הלשון: "שלום־עליכם האָט נישט געהאַט קיין מזל בעת זײַנע ביידע באַזוכן אין אַמעריקע. דאָס ערשטע מאָל, זײַנען דאָ אין צוויי טעאַטערס, וואָס האָבן נישט אויסבאַהאַלטן זייערע אומפֿרײַנדלעכע געפֿילן צום שרײַבער, געשפּילט געוואָרן אין איין אָוונט זײַנע פּיעסעס. דאָס צווייטע מאָל (און דאָס לעצטע) האָט ער בשעתן באַזוך אַ סך געקרענקט. פֿונדעסטוועגן, האָט ער זיך באַמיט צו פֿאַרדינען אויף לעבן מיט זײַנע אויפֿטריטן. דער סוף איז געווען, אַז מ'האָט אים נישט בלויז אָפּגענאַרט, נאָר אומברחמנותדיק עקספּלואַטירט. דערפֿאַר אָבער זײַנען טויזנטער מענטשן געקומען אויף זײַן לוויה. בײַם לעבן איז אים אויסגעקומען העלדיש צו קעמפֿן פֿאַר זײַן עקזיסטענץ."

עס בלײַבט אונדז צו באַדאַנקען סעם רוזשאַנסקי, וואָס האָט דורכגעפֿירט די וווּנדערלעכע טרעפֿונג; און ווינטשן בעל קאַופֿמאַן צו טרעפֿן איר 100סטן געבוירן־טאָג בײַם פֿולן געזונט און מיט האַרציקע ברכות.