ליטעראַטור

Emunah Nachmany Gafny.
Dividing Hearts: The Removal of Jewish Children
from Gentile Families in Poland
in the Immediate Post-Holocaust Years. Jerusalem: Yad Vashem, 2009


Nahum Bogner. At the Mercy of Strangers: The Rescue of Jewish Children
with Assumed Identites in Poland.
Jerusalem: Yad Vashem, 2009.

די צוויי נײַע הערבעיִשע ביכער, וואָס זײַנען אין איין צײַט אַרויס אין דער ענגלישער איבערזעצונג אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם אינסטיטוט "יד־ושם", שטעלן פֿאָר צוויי פֿאַרשידענע היסטאָרישע קוקן אויפֿן חורבן און זײַנע פּועלי־יוצאס. די ביידע פֿאָרשער זײַנען ישׂראלים און באַהאַנדלען איין און די זעלבע טעמע׃ דעם גורל פֿון די פּוילישע ייִדישע קינדער, וואָס זײַנען געראַטעוועט געוואָרן דורך די קריסטן. ביידע ביכער פֿאַררופֿן זיך אויף מער־ווייניקער די זעלביקע מקורים, אָבער זייער קוקווינקלען און מעטאָדאָלאָגיעס זײַנען גאָר פֿאַרשידענע. דעם חילוק זעט מען שוין בפֿירוש אין די טיטלען׃ "אויפֿן באַראָט פֿון די פֿרעמדע" אַנטקעגן "צעשפּאָלטענע הערצער".

דאָס בוך פֿון נחום באָגנער איז אַרויס אויף העברעיִש אין 2000, און זײַן צוגאַנג צו דעם ענין פּאַסט זיך אַרײַן אינעם גערעם פֿון דעם נאַציאָנאַלן היסטאָרישן נאַראַטיוו פֿון מדינת־ישׂראל. די ערשטע זעקס קאַפּיטלען לייגן אויס די געשיכטע פֿון העלדישע יחידים און אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן געשטעלט זייערע אייגענע לעבנס און די לעבנס פֿון אַנדערע אין קאָן, כּדי צו ראַטעווען די ייִדישע קינדער פֿון טויט.

זייערע מאָטיוון האָבן דערבײַ געקאָנט זײַן גאָר פֿאַרשידענע. צווישן די רעטערס זײַנען געווען גלויביקע קאַטויליקער, וואָס האָבן געגלייבט, אַז צו ראַטעווען מענטשן פֿון טויט איז זייער קריסטלעכער חובֿ.

צווישן זיי זײַנען אַפֿילו געווען אַנטיסעמיטן. די פּוילישע שרײַבערין זאָפֿיאַ קאָסאַק־שטשוקאַ, איינע פֿון די גרינדער פֿון דער קאַטוילישער אונטערערדישער אָרגאַניזאַציע "זשעגאָטאַ", וואָס איר ציל איז געווען צו העלפֿן ייִדן, האָט געשריבן אין 1942׃ "אונדזערע געפֿילן לגבי ייִדן האָבן זיך ניט געביטן. מיר האַלטן זיי נאָך אַלץ פֿאַר פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און אינעווייניקע שׂונאים פֿון פּוילן". אָבער "גאָט האָט פֿאַרווערט צו הרגענען, און דערפֿאַר זײַנען אַלע גלויביקע קריסטן מתחייבֿ צו ראַטעווען ייִדישע לעבנס".

די אַנדערע רעטערס זײַנען געווען וועלטלעכע אַנטי פֿאַשיסטן, פּוילישע פּאַטריאָטן אָדער קאָמוניסטן. צו העלפֿן ייִדן איז פֿאַר זיי געווען אַ טייל פֿון זייער קאַמף קעגן דער דײַטשישער אָקופּאַציע. אייניקע האָבן געראַטעוועט די ייִדישע קינדער פּשוט צוליב געלט, האָבן זיי אויסגענוצט ווי ביליקע אַרבעט־קראַפֿט, בפֿרט אין די דערפֿער. ווי עס זאָל ניט זײַן, האָבן אָט די אַלע רעטערס געוווּסט, אַז די שטראָף פֿאַר זייער טעטיקייט, וועט זײַן טויט; און די דײַטשן וועלן הרגענען ניט נאָר זיי אַליין און די געראַטעוועטע ייִדישע קינדער, נאָר אויך זייערע משפּחות און צומאָל אַפֿילו זייערע שכנים. אַ היפּשער טייל פֿון די קינדער און זייערע רעטער זײַנען טאַקע אומגעבראַכט געוואָרן דורך די דײַטשן.

עס זײַנען געווען עטלעכע מעגלעכקייטן צו פֿאַרבאַהאַלטן ייִדישע קינדער, בפֿרט מיידלעך, און אַזעלכע וואָס האָבן אויסגעזען "גוייִש" און גערעדט גוט פּויליש. אַ טייל האָבן גענומען צו זיך פּוילישע משפּחות. צומאָל האָבן זיי באַטראַכט און באַהאַנדלט די געראַטעוועטע ייִדישע קינדער ווי זייערע אייגענע. נאָך אַ טייל קינדער האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין קריסטלעכע שולן, אין קלויסטערס און מאָנאַסטירן, צווישן מאָנאַשקעס און זייערע תּלמידות. נאָך אַ גרופּע, דאָס רובֿ שטאַרקערע ייִנגלעך, האָט געפֿונען אַרבעט בײַ פּויערים אין די דערפֿער און פֿאַרמען.

מען וועט זיך קיין מאָל ניט דערוויסן די גענויע צאָל פֿון די געראַטעוועטע ייִדישע קינדער, ווײַל אַ טייל פֿון זיי זײַנען פֿאַרבליבן אין פּוילן און האָבן מער ניט געוואָלט זיך דערמאָנען אין דעם גיהנום, וואָס זיי זײַנען אַדורך בעת דער מלחמה. באָגנער שאַצט אָפּ די צאָל פֿון די געראַטעוועטע קינדער אַרום עטלעכע טויזנט נפֿשות. אָבער אים אינטערעסירן דווקא די, וואָס זײַנען ווידער אַ מאָל "געראַטעוועט" געוואָרן נאָך דער מלחמה און איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אָדער יחידים. גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון פּוילן האָט זיך אָנגעהויבן אַ שאַרפֿע קאָנקורענץ פֿאַר די געראַטעוועטע קינדער. עס האָבן זיך צונויפֿגעשטויסן פֿאַרשידענע אינטערעסן.

אַ סך קינדער, בפֿרט די מיידלעך אין די קלויסטערס, זײַנען געוואָרן פֿרומע קריסטן און הייסע פּוילישע פּאַטריאָטן. זיי האָבן זיך געפֿילט היימיש בײַ זייערע שטיף־עלטערן, און האָבן בשום אופֿן ניט געוואָלט זיי פֿאַרלאָזן און ווערן ווידער יתומים. נאָר אַ קליינער טייל פֿון די געראַטעוועטע קינדער האָט געהאַט לעבעדיקע עלטערן אָדער נאָענטע קרובֿים, אָבער אַפֿילו זיי האָּבן זיך אָפֿט מאָל געפֿילט נענטער צו זייערע נײַע משפּחות. אין די אויגן פֿון גלויביקע קריסטן זײַנען די דאָזיקע קינדער שוין געווען אויס ייִדן, און דערפֿאַר האָבן זיי בשום אופֿן ניט געוואָלט זיי אָפּגעבן צוריק אין די ייִדישע הענט.

אָבער אויך די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן קאָנקורירט צווישן זיך. די ציוניסטן האָבן באַטראַכט די דאָזיקע קינדער ווי זייערע. זיי האָבן געוואָלט קודם־כּל אַרויספֿירן די קינדער פֿון פּוילן און דערנאָך אַריבערפֿירן זיי קיין ארץ־ישׂראל. זייער ציל איז געווען "גאולה" און "פּדיון". דער צענטראַלער קאָמיטעט פֿון פּוילישע ייִדן, וואָס איז באַשטאַנען, דער עיקר, פֿון קאָמוניסטן און בונדיסטן, האָט געהאַט אַן אַנדערן ציל׃ צו לאָזן די קינדער בלײַבן אין פּוילן און פֿאַרלייגן דעם יסוד פֿון דער נײַער ייִדישער קהילה.

באָגנערס סימפּאַטיעס זײַנען מיט די ציוניסטן, הגם ער אָנערקענט, אַז צומאָל האָבן זיי איבערגעכאַפּט די מאָס. גלײַך נאָך דער מלחמה איז פּוילן געווען נאָענט צו אַ בירגערקריג צווישן די קאָמוניסטן און אָנהענגער פֿון אומאָפּהענגיקייט. אין די אויגן פֿון אַ סך פּוילישע נאַציאָנאַליסטן זײַנען די ייִדן געווען שולדיק אין אַרײַנברענגען דעם סאָוועטישן קאָמוניזם קיין פּוילן, בפֿרט אַז אַ סך ייִדישע פּליטים זײַנען געקומען פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין אַזאַ מין מצבֿ האָט די פּוילישע מלוכה דווקא געהאָלפֿן די ציוניסטן אַרויסצופֿירן די ייִדישע קינדער פֿון פּוילן, כּדי צו לייזן די "ייִדישע פֿראַגע" און דערצו נאָך באַקומען געלט פֿאַר דעם.

דאָס בוך פֿון אמונה נחמני גפֿני קוקט אויף דעם דאָזיקן ענין דורך אַן אַנדערן שפּאַקטיוו. די מחברין באַהאַנדלט ניט די פּאָליטישע אָדער אידעאָלאָגישע, נאָר די מענטשלעכע דימענסיע. זי קוקט אַרײַן אין די פּריוואַטע סיטואַציעס סײַ מצד די קינדער און סײַ מצד זייערע רעטערס. יעדע סיטואַציע איז געווען קאָמפּליצירט׃ "די סיבות פֿאַר ניט אומקערן די קינדער זײַנען געווען פּונקט אַזוי פֿיל, ווי די סיבות פֿאַר יאָ אומקערן". צומאָל זײַנען די קינדער פּשוט נעלם געוואָרן אָן אַ "זײַ־געזונט" פֿון די משפּחות, וואָס האָבן זיי געראַטעוועט, ווײַל די נײַע "רעטערס", די מיטאַרבעטער פֿון דער ציוניסטישער "קאָאָרדינאַציע", האָבן געהאַלטן, אַז דאָס איז דער גרינגסטער אופֿן צו באַקומען דאָס קינד.

ווען מען פֿאַרגלײַכט אָט די צוויי פֿאָרשונגען, זעט מען בפֿירוש די נײַע טענדענץ אין דעם פֿעלד פֿון "חורבן־שטודיעס". פֿון די "גרויסע נאַראַטיוון" — רדיפֿות און מאַסן־מאָרד — קומט מען צו דער "מיקראָ־געשיכטע"; צו דער פֿאָרשונג פֿון איינצלנע פֿאַלן, קהילות און פּריוואַטע אומשטאַנדן.