טעאַטער
סצענע פֿונעם פֿילם "אַ בריוועלע דער מאַמען" (1939). פֿון רעכטס — לוסי גערמאַן, אירווינג ברונער און יצחק גרודבערג (טורקאָוו)
סצענע פֿונעם פֿילם "אַ בריוועלע דער מאַמען" (1939). פֿון רעכטס — לוסי גערמאַן, אירווינג ברונער און יצחק גרודבערג (טורקאָוו)

פֿיר ברידער זענען זיי געווען — זיגמונט, יאָנאַס, מאַרק און יצחק טורקאָוו. זיי זענען אַלע באַקאַנט ווי די דינאַסטיע טורקאָוו. זיגמונט, יאָנאַס און יצחק זענען געווען אַקטיאָרן־אינטעלעקטואַלן, שרײַבער און טעאַטער־פֿאָרשער, אויך רעזשיסאָרן. איינער פֿון זיי, מאַרק, האָט זיך באַזעצט אין אַרגענטינע און דאָרט זיך באַשעפֿטיקט מיט פֿאָרשן די ייִדישע געשיכטע. ער האָט געאַרבעט אין אַרגענטינער "ייִוואָ" און פֿאַרעפֿנטלעכט אייניקע היסטאָרישע ווערק. יצחק טורקאָוו, וועלכער איז באַ­קאַנט אונטערן נאָמען יצחק טורקאָוו־גרוד­בערג, דער ייִנגסטער פֿון זיי, איז געווען סײַ אַקטיאָר, סײַ רעזשיסאָר, מחבר פֿון דראַמאַטישע ווערק, איבערזעצער, און איז פֿרי אַוועק אין דער אייביקייט. פֿאַרוואָס האָט מען אים גערופֿן טורקאָוו־גרודבערג? היות דרײַ ברידער זענען געווען אַקטיאָרן האָט ער זיך צוגעטראַכט אַ פּסעוודאָנים "גרודבערג". אַזעלכע דערשײַנונגען האָבן מיר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט.

עטלעכע ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע נאָ­טיצן: יצחק טורקאָוו איז געבוירן גע­וואָרן אין וואַרשע דעם 12טן יאַנואַר 1906. ער האָט געלערנט אין אַ חדר־מתוקן, אין דער באַרימטער וואַרשעווער ייִדישער גימ­נאַזיע פֿון מ. קרינסקי און אין דער לאַנד­ווירטשאַפֿלעכער שול אין טשענ­סטאָ­כאָוו. אין יאָר 1922 האָט ער געוואָלט עולה זײַן קיין ארץ־ישׂראל, אָבער די צענט­ראַלע פֿון "החלוץ" האָט אים נישט באַ­שטעטיקט דעם סערטיפֿיקאַט און ער איז פֿאַרבליבן אין פּוילן ביזן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין יאָר 1923 איז ער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַט­שריפֿט "ייִדישע אַרבעטער־יוגנט" אין לעמ­בערג. ער ווערט אַ זשורנאַליסט און אין יאָר 1925, אין עלטער פֿון 19 יאָר ווערט ער אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַקטיאָר. ער שפּילט אין טעאַטער פֿון אידאַ קאַמינסקאַ. ער איז גוואַלדיק שעפֿעריש. ער האָט איבער­געזעצט 40 פּיעסעס, וואָס אַ טייל פֿון זיי זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף דער ייִדישער בינע.

צו די וויכטיקסטע דראַמאַטישע אַר­בעטן געהערן זײַן איבערזעצונג "ערבֿ פֿרי­לינג" פֿון גרויסן פּוילישן שרײַבער סטע­פֿאַן זשעראָמסקי, "דזשומאַ" פֿון יוליוש סלא­ָוואַצקי. די דראַמעס זענען דערשינען אין דרוק. אין 1939 אַנטלויפֿט ער צוזאַמען מיטן מאַסן־שטראָם פֿון ייִדן קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד און דאָרט האָט ער געשפּילט ייִדיש טעאַטער אין די פֿאַרשיידענע רעפּוב­ליקן פֿון מיטל־אַזיע. אין יאָר 1946 קומט ער צוריק קיין פּוילן און ווערט גלײַך דער קינסטלערישער לייטער פֿון ערשטן ייִדישן טעאַטער אין נאָך־מלחמהדיקן פּוילן אין נידערזשלעזיען. ער האָט עולה גע­ווען אין לאַנד אין יאָר 1957. אין ישׂראל האָט יצחק טור­קאָוו נישט געשפּילט קיין ייִדיש טעאַ­טער צוליב פֿאַרשיידענע סיבות. ערשטנס, האָט ער נישט געקענט און נישט געוואָלט זיך "אַרײַנפּאַסן" אין די ראַמען פֿון אַזוי גע­רופֿענעם ייִדישן "פֿאַר­ווײַלונגס־טעאַטער", און צווייטנס, איז זײַן גאַנצע טעטיקייט באַ­שטאַנען פֿון פֿאַר­אייביקן די געשיכטע פֿון בעסערן ייִדישן טעאַטער במשך פֿון עט­לעכע דורות. יצחק טורקאָוו האָט געהאַט אַן אייגענעם אָריגינעלן סטיל, ער האָט גע­שריבן אין אַ פּרעכ­טיקן ליטעראַרישן ייִדיש. זײַנע טעאַטער־ווערק זענען גוואַל­דיק אינ­טע­רעסאַנט. ער קאָן פֿאַר­רעכנט ווערן צו די וויכטיקסטע ייִדישע טעאַ­­טער־פֿאָרשער. צו זײַנע וויכ­טיקסטע שאַ­פֿונ­גען דאַרף מען פֿאַררעכענען די ווערק: "וועגן ייִדיש טעאַטער אין פּוילן", "די מאַ­מע אסתּר־רחל", "סאָוועטישע דראַ­מאַטור­גיע", "פּנימער און מאַסקעס", "אויף מײַן וועג", "י.ל. פּרץ — דער וועקער". ער האָט געשריבן הונדערטער עסייען און אָפּהאַנדלונגען.

די וויכטיקסטע עפּאָ­כע אין זײַן טעאַ­טער־טע­טי­קייט איז געווען די אַר­בעט אין "ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין פּוילן" אונ­טער דער אָנפֿירונג פֿון אידאַ קאַמינסקאַ. אין דעם טעאַטער האָט ער געשפּילט 10 יאָר. צו זײַנע וויכטיקסטע ראָלעס דאַרף מען פֿאַררעכענען די ראָלע פֿון מאָנסעראַט אין דער דראַמע "דער גרויסער נסיון" פֿון ייִדיש־פֿראַנצויזישן דראַמאַטורג זשיל ראָב­לעס. ער שפּילט די ראָלע פֿון אַ דרום־אַמע­ריקאַנער רעוואָלוציאָנער, וועל­כער שטייט פֿאַר אַ דילעמע "מקריבֿ זײַן אומ­שול­די­קע מענטשן אויפֿן מזבח פֿון דער רעוואָ­לו­ציע". זייער אַ שווערע, קאָמ­פּליצירטע ראָ­לע. ער האָט זיך אין דער ראָלע באַ­וויזן ווי אַן אויסגעצייכנטער אַקטיאָר. ער האָט געשפּילט אין דער פֿאָרשטעלונג "אוריאל אַקאָסטאַ", אין "דיבוק" און אין צענד­ליקער אַנדערע פּיעסעס. ער איז גע­ווען אַ סאָלידער שוישפּילער, מיט אַ גלענצנ­די­קער שטימע, פּרעכטיקער דיקציע און אינ­טע­ליגענטן באַנעמען אַ ראָלע. איך מיין, אַז יצחק טורקאָוו האָט אָבער געלעבט אין אַן אַנדער וועלט... ער איז געווען אַ טעאַ­טראַל אָבער קודם־כּל איז ער געווען אַ גרויסער שרײַבער, אַן עסיייִסט, נאָוועליסט, דערציילער.

ער איז גלײַכצײַטיק געווען אַ ליבער מענטש, אַ גוטהאַרציקער חבֿר. מיט פּאַטאָס און ליבשאַפֿט דערציילט ער אין זײַנע טעאַטער־ווערק וועגן די בינע־קינסטלער מיט וועלכע ער איז געקומען אין באַריר אין משך פֿון זײַנע 40 יאָר זײַן געבונדן מיטן ייִדישן טעאַטער. זײַן האַרץ האָט שטענדיק געצויגן צו מענטשן ווי צו אַ קוואַל, וואָס שטילט דאָרשט. וועגן אים שרײַבט זײַן נאָענטער פֿרײַנד, דער טעאַטער־קריטיקער שמעון קאַנץ אין אַ פּאָסטמאָרטעם־עסיי א"נ "יצחק טורקאָוו־גרודבערג":

"יצחק טורקאָוו האָט געלעבט אין אַ וועלט פֿון אידעעס, פֿון גײַסט. די טאָג־טעגלעכקייט מיט די קלייניקייטן אין וועל­כע ער איז געוואָרן אַרײַנגעצויגן אין קאַמף פֿאַר עקזיסטענץ זענען פֿאַר אים געווען אַן אויסערלעכקייט, וואָס מען מוז זיך מיט זיי ראַנגלען און ער האָט דאָס אַלץ געטאָן מיט אַחריות, וואָס איז בײַ אים געווען אַנטוויקלט ביז שלמות".

זײַנע קלוג־פֿאַרטראַכטע עסייען, רע­צענזיעס, קריטישע אַרבעטן, פֿעליעטאָנען און פּובליציסטישע אַרטיקלען האָבן זיך אויסגעצייכנט מיט קלאָרן געדאַנק און געזונטער פֿאָרמול און זענען שטענדיק געווען אָנגעפּיקעוועט מיט אַ שלל אינ­טערעסאַנטע פֿאַקטן און געדאַנקען, ערנס­טע, פֿאַרווירצט מיט הומאָר און סאַטירע, מיט איראָניע. במשך פֿון 5 יאָר האָט יצחק טורקאָוו צוזאַמען מיטן שרײַבער צבֿי אײַזנמאַן אַרויסגעגעבן אַ ליטעראַריש־גע­זעלשאַפֿטלעכע צײַטשריפֿט א"נ "פֿאָלקס­בלאַט".

די טויזנטער און צענדליקער טויזנטער, וואָס האָבן אים געהערט אויפֿטרעטן אויף ליטעראַרישע אָוונטן וועלן געדענקען זײַן שמייכלדיק פּנים, זײַנע קלוגע אויגן. ער איז געווען אַ שיינער מענטש!

די גאַנצע צײַט ווען ער האָט געלעבט אין ישׂראל, זײַנע לעצטע יאָרן, איז ער גע­ווען שווער קראַנק.

שמעון קאַנץ שרײַבט:

"דעם לעצטן פֿרײַטיק פֿאַר זײַן אַרײַנגיין אין שפּיטאָל זענען מיר געזעסן, אַ גרופּע נאָענטע חבֿרים, אין זײַן אַרבעטס־קאַבינעט, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ פֿעסטונג פֿון אײַנגעפֿונדעוועטער ייִדישער קולטור. פֿול־געפּאַקטע פּאָליצעס מיט ביכער, אין שטרענגער אָרדענונג. אויפֿן טיש — בריוו פֿון שרײַבער, אַקטיאָרן, געזעלשאַפֿטלעכע טוער, פֿון פֿאַרשיידענע עקן וועלט. די לופֿט אין שטוב איז געווען דורכגענומען מיט דער גרויסער ליבע וואָס זײַן יונגע פֿרוי האָט אים אַרומגערינגלט. ׳שורע איז מײַן מלאך׳, האָט ער ערשט מיט עטלעכע וואָכן צוריק געזאָגט צו מיר אין אַ מאָמענט פֿון השתּפּכות־הנפֿש, ׳ווען נישט שורע (שוראַ טורקאָוו־גרינהויז, זײַן פֿרוי) וואָלט איך שוין לאַנג נישט געלעבט׳".

יצחק טורקאָוו־גרודבערג פֿאַרבלײַבט אין אונדזער זכּרון נישט נאָר ווי אַ גלענצנ­דיקער אַקטיאָר, רעזשיסאָר, אינסצעניזאַטאָר און דראַמאַטורג, נאָר ווי איינער פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע טעאַטראַלן. און אַזאַ וועט ער פֿאַרבלײַבן אין אונדזער זכּרון. און ש. קאַנץ פֿאַרענדיקט זײַנע פּרעכטיקע הספּד־שורות:

"יצחק, יצחק! הערלעכער מענטש, וווּנ­דערלעכער חבֿר, שײַן און באַשײַנער פֿון אַ תּקופֿה. דאָס לעבן איז פּוסט אָן דיר, אין האַרצן איז פֿינצטערער אָן דיר".

יצחק טורקאָוו איז געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ אין יאָר 1970 אין עלטער פֿון 64 יאָר.