פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"אַ שפּריכוואָרט איז אַ וואָר־וואָרט"

אין 2009 וואָלט מען געקאָנט פּראַווען דעם 150סטן געבוירן־יאָר פֿון יצחק פּיראָזשניקאָוו, ווען מע וואָלט נאָר געדענקט ווער דאָס איז געווען. אין זלמן רייזענס לעקסיקאָן (1927) האָט ער "פֿאַרדינט" דרײַ און אַ האַלב שפּאַלטן (כּמעט צוויי זײַטן) פֿאַר דער באַשרײַבונג פֿון זײַן לעבן און ווערק; אינעם "לעקסיקאָן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור" (1968) קען מען וועגן אים לייענען אויף איין שפּאַלט; און אין דער נײַער "ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע" (2006) ווערט ער אין גאַנצן נישט דערמאָנט. אַזוי איז די דאָליע פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, מוזיקער און טוער, וואָס האָט אויפֿגעטאָן אַזוי פֿיל פֿאַר ייִדיש. אויפֿן שטח פֿון מוזיק און פֿאָלקלאָר האָט פּיראָזשניקאָוו ספּעציעל בײַגעשטײַערט צו דער ייִדישער קולטור, איידער ער איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1933.

יצחק פּיראָזשניקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין 1859 אויפֿן דניעפּער־אינדזל כאָריץ, אוקראַיִנע. ער האָט שוין פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אָן אַרויסגעוויזן מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן און, קעגן דעם ווילן פֿון טאַטע־מאַמע, האָט ער שטודירט אין דער וואַרשעווער קאָנסערוואַטאָריע. נאָך דער שטודיע איז ער געוואָרן אַ מיליטערישער קאַפּעלמײַסטער אין עטלעכע שטעט. ער איז, אַגבֿ, נישט געווען דער איינציקער ייִד וואָס האָט פֿאַרנומען אַזאַ פּאָזיציע. אין דער געשיכטע פֿון קלעזמאָרים אין מיזרח־אייראָפּע קען מען פֿאַרצייכענען עטלעכע ייִדישע מוזיקער־קאַפּעלמײַסטערס. דער קאַפּעלמײַסטער האָט דאָך געקענט פֿאַרדינען פֿון זײַן פֿאַך, און דער געוויינטלעכער קלעזמער האָט גאָר ווייניק פֿאַרדינט. ווען מע גיט אַ טראַכט, פֿאַר וואָס מע הערט אַזוי פֿיל מאַרשן אין דער חסידישער מוזיק, קען מען אויך קומען צום אויספֿיר, אַז די השפּעה פֿון דער מיליטערישער מוזיק אויף דער ייִדישער נגינה איז געווען נישט קיין קליינע.

פּיראָזשניקאָוו האָט דיריגירט מיט ייִדישע כאָרן אין ווילנע און האָט געהאַט, זעט אויס, אַ שאַרפֿן מוח צו אַנטוויקלען פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן. אַ ייִדישע דרוקערײַ האָט ער געעפֿנט אין ווילנע אין 1900 און האָט אַנטוויקלט טעכנישע פֿאַרבעסערונגען בײַם דרוקן. ער האָט אויסגעאַרבעט אַ נײַעם מעטאָד צו שפּילן אויף דער קאָנצערטינע (אַ מין קליינער אַקאָרדיאָן) און אָנגעשריבן אַ לערן־בוך פֿאַר דעם, וואָס די רוסישע מלוכה האָט פֿאַרשפּרייט פֿאַר די תּלמידים אין די שולן. ווי אַ קאָנצערטינע־ווירטואָז איז ער אַרומגעפֿאָרן אין פֿאַרשיידענע לענדער און געגעבן קאָנצערטן. זלמן רייזען שרײַבט, אַז פּיראָזשניקאָוו איז געווען דער ערשטער מוזיקער אויף דער וועלט צו געבן סאָלאָ־קאָנצערטן אויף דער קאָנצערטינע אויף אַזאַ טור.

אין 1912 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, געשריבן וועגן מוזיק פֿאַר פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס, און אַ צײַט לאַנג געווען דער רעדאַקטאָר פֿונעם מוזיק־אָפּטייל בײַם "פֿאָרווערטס". אין אַמעריקע איז ער געוואָרן אַ פּיאָניער פֿון דער ייִדישער כאָר־באַוועגונג און האָט דיריגירט מיטן "אַרבעטער־רינג־כאָר" און דעם באַקאַנטן כאָר אין פּאַטערסאָן, ניו־דזשערזי. צו ה. ראָזענבלאַטס ליד "הײַדאַ, נו, צוריק אין חדר" האָט ער געשאַפֿן די מוזיק, ווי אויך צו צענדליקער אַנדערע לידער.

אָבער אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָט ער אויך אַ ייִחוס. אין תּרס״ח (1907—1908), אין זײַן ווילנער דרוקערײַ, האָט ער אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג "ייִדישע שפּריכווערטער: געזאַמלט און נאָכן ענין געטיילט אין באַזונדערע אָפּטיילונגען", און דאָס איז געווען די ערשטע זאַמלונג ווערטלעך אויף ייִדיש, וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ בוכפֿאָרעם. ווי באַזונדערע בײַלאַגעס פֿון זשורנאַלן, זענען פֿריִער געווען געדרוקט טיילן פֿון איגנאַץ בערנשטיינס שפּריכווערטער־זאַמלונג, אָבער נישט ווי קיין בוך בלויז אויף ייִדיש. פּיראָזשניקאָוו האָט ספּעציעל ליב געהאַט די געגראַמטע ווערטלעך, אַזוי ווי:

"אַז מע האָט סחורה, האָט מען קיין מורא"

"דער אָרעמאַן איז גערן צו בלײַבן בײַם קרן"

"צאָלן באַזונדער, איז דער בײַטל געזינטער"

"בחינם קריגט מען כּנים" (לײַז)

"מער גנבֿים, מער שטריק. מער קרעמער, מער גליק"

"ווער ס׳האָט די מטבע, דער האָט די דעה"

דער זאַמלער האָט אײַנגעטיילט די מאַטעריאַלן אויף אַן ערך 40 טעמעס, און ווי מיר האָבן פֿריִער געשריבן וועגן אַנדערע שפּריכווערטער־זאַמלונגען, זענען די דאָזיקע אײַנטיילונגען נישט אין גאַנצן געלונגען; דער סדר ווענדט זיך אין די סוביעקטיווע אויסטײַטשונגען פֿון די ווערטלעך. פֿון דעסטוועגן, שפּיגלען זײַנע קאַטעגאָריעס אָפּ ריכטיק די וועלט פֿון ייִדישע שפּריכווערטער און וואָס די ייִדן האָבן אויסגעדריקט אין דער קינסטלעריש־פֿאָלקלאָרישער פֿאָרעם.

און די ווערטלעך וועגן גאָט מישן זיך אַרײַן סײַ ערנסטע, סײַ אָפּלאַכערישע אויסדרוקן:

"אויף גאָט דאַרך מען האָפֿן, און אַליין אויך ניט שלאָפֿן"

"גאָט גיט די קעלט נאָך די קליידער"

"ווי העלפֿט נאָר גאָט, ביז גאָט וועט העלפֿן"

אין די שפּריכווערטער מכּוח ייִדן וועט מען אָפֿט נישט לייענען קיין לויבגעזאַנגען פֿאַר "עמך", נאָר אַליין־קריטישע און סאַרקאַסטישע באַמערקונגען.

"אַ ייִד האָט צײַט נאָר קראַנק צו זײַן"

"אַ ייִדישער גליק איז, אַז ער קומט צו ׳ברכו׳"

"מיט אַ ייִדן איז גוט נאָר קוגל צו עסן, און דאָס אויך ניט פֿון איין טעלער"

אינטערעסאַנט איז פּיראָזשניקאָווס קאַטעגאָריע, וואָס ער רופֿט אָן "אייגנליבע עגאָיִזם", אַ טעמע וואָס מע וועט נישט געפֿינען אין די אַנדערע זאַמלונגען פֿון ייִדישע שפּריכווערטער.

"אַ הון איז גוט צו עסן זאַלבענאַנד: איך און די הון"

"אויף פֿרעמדע אינדיקעס איז גוט צו פֿײַפֿן"

"דער וואָס לויבט זיך אַליין, האָט שלעכטע שכנים"

און מיר פֿאַרענדיקן אונדזער איבערזיכט פֿון פּיראָזשניקאָווס זאַמלונג מיט עטלעכע שפּריכווערטער פֿון זײַן קאָמישער קאַטעגאָריע "שלים־מזל" (שלימזל).

"אַ שלים־מזל פֿאַלט אויפֿן רוקן, און צעשלאָגט די נאָז"

אַז דער שלים־מזל וויל, מאַכט: קמץ אַלף — בע"

פֿון גליק צום אומגליק איז אַ שפּאַן; פֿון אומגליק צום גליק — אַ מײַל"