קונסט
משה גערשוני
משה גערשוני

אויב צווישן די ישׂראלדיקע מאָלערס איז פֿאַראַן אַ רשימה פֿון טאָנגעבערס, איז זיכער אויך פֿאַראַן אַ ליסטע פֿון טאָנגעבערס צווישן די קוראַטאָרן. שׂרה ברײַטבערג־סמל (סעמעל) — קונסט־קריטיקערין, רעדאַקטאָרין, קוראַטאָרין, געפֿינט זיך, אָן שום ספֿק, בײַם סאַמע שפּיץ פֿון דער דאָזיקער רשימה. איר נאָמען און אויפֿטוען זײַנען פֿאַרבונדן מיט אַ לאַנגער שורה קינסטלער וואָס זײַנען זוכה געווען אָנצוקומען, אַ דאַנק איר, צו יענער געגאַרטער פּאָזיציע, ווי אויך דערגרייכן, אַז דווקא זי זאָל דורכפֿירן אַ טיפֿע פֿאָרשונגס־אַרבעט איבער דעם קינסטלער. צו איר זכות קאָן מען צושרײַבן איינע פֿון די באַוווּסטע אויסשטעלונגען אין דער געשיכטע פֿון דער היגער קונסט, "די אָרעמקייט פֿון דער מאַטעריע", פֿון 1986, אין וועלכער איר אונטערשריפֿט איז אײַנגעקריצט אינעם קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן ביז הײַנט.

זינט זי האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון איר אַמט אין 2003 ווי רעדאַקטאָרין פֿון דעם פֿאַרשוווּנדענעם קונסט־זשורנאַל "סטודיאָ", האָט ברײַטבערג־סמל זיך דערווײַטערט פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער קונסט־אַרענע כּדי, ווי זי זאָגט: "זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דעם שאַפֿונגס־פּראָצעס און פּרוּוון צו פֿאַרשטיין טאָטאַל דאָס סאַמע וועזנטלעכסטע פֿון דער קינסטלערישער קרעאַציע". אַזוי איז געבוירן געוואָרן די רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג פֿון משה גערשוני, וועלכער איז, לויט ברײַטבערג־סמל, "דער מײַסטער פֿון דעם ישׂראלדיקן 'מאָדערן’," (אַ נײַער צוגאַנג צו פֿאַרשטיין די טעאָריע, די עסטעטיק און דעם זין פֿון קונסט).

דאָ נישט לאַנג האָבן זיך הונדערטער מענטשן געשטופּט בײַם אַרײַנגאַנג אין תּל־אָבֿיבֿער קונסטמוזיי, כּדי בײַצוזײַן בײַ דער דערעפֿענונג פֿון גערשוניס אויסשטעלנג. דאָס איז געווען אַן אויסנעמלעכע געשעעניש פֿון עטלעכע שטאַנדפּונקטן: אויסער דער ממשותדיקער באַגעגעניש מיט די אָנגעזעענסטע פֿאַרשטייער פֿון דעם ישׂראלדיקן "מאָדערן", איז געווען צו באַמערקן די גרויסע אויפֿרודערונג אַרום דעם בעל־שׂימחה אַליין, וועמען ס׳איז באַשערט געווען בײַם לעבן צו געניסן פֿון אַן אַרומנעמיקער רעטראָספּעקטיוו — אַ געשעעניש, וואָס טרעפֿט זיך נישט אָפֿט. מ׳דאַרף אויך נישט פֿאַרגעסן, אַז ס׳זײַנען פֿאַרבײַ צען יאָר זינט ברײַטבערגס לעצטע קוראַטאָר־אַרבעט: די אויסשטעלונג פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿיע־קינסטלערין דליה עמוץ (אַמאָץ), נאָך אַ באַווײַז פֿון אַ קינסטלערין, וועלכע האָט ערשט נאָכן טויט דערגרייכט פֿאָרגעשטעלט צו ווערן ווי עס באַדאַרף צו זײַן.

שׂרה ברײַטבערג־סמל
שׂרה ברײַטבערג־סמל

נישט ווייניקער וויכטיק איז דאָס בוך וואָס באַגלייט די אויסשטעלונג, מיטן נאָמען "גערשוני", ברײַטבערגס אַרבעט פֿון די לעצטע צען יאָר, דאָס איז אַ דיקער עקזעמפּלאַר, 450 זײַטן, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אויספֿאָרשן אין דער טיף די רײַכע און פֿאַרשיידנאַרטיקע שאַפֿונג פֿון קינסטלער. אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר האָט ברײַטבערג־סמל באַזוכט גערשונין אין זײַן סטודיאָ און שפּעטער אין זײַן שטוב, נאָך דעם ווי ער איז קראַנק געוואָרן. גערשוני, 74 יאָר אַלט, לײַדט פֿון דער פּאַרקינסאָן־קראַנקייט. ער האָט אָבער פֿאָרגעזעצט צו שאַפֿן ביז דאָ נישט לאַנג. זײַנע ווערק אין די לעצטע יאָרן, צווישן זיי אַ סעריע סטאַטועס, ווערן אויך אויסגעשטעלט אין דער איצטיקער עקספּאָזיציע.

די רעטראָספּעקטיווע איז געבויט לויט אַ כראָנאָלאָגישן סדר, פֿון אָנהייב 1970ער יאָרן ביז דער סעריע שאַפֿונגען פֿון 2009. אַ זעלטן אָרט איז אויך די אויספֿאָרמירונג פֿון דעם רוים פֿון דער אויסשטעלונג. ברײַטבערג־סמל זעט אויך די וויכטיקייט דורצופֿירן אַ רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג בשותּפֿות מיטן קינסטלער. דעריבער סײַ אין בוך, סײַ אין דער אויסשטעלונג ווערן אײַנגעשלאָסן ציטאַטעס פֿון קינסטלער בעת די געשפּרעכן מיט דער קוראַטאָרין.

שׂרה ברײַטבערג־סמל באַגלייט גערשוניס אַרבעט כּמעט פֿון אָנהייב אָן. זי איז דורכגעגאַנגען מיט אים די פֿאַרשיידענע גילגולים זײַנע פֿון באַזונדערע סטילן; זי האָט אים געשטיצט ווי אַ רעדאַקטאָרין פֿון "סטודיאָ", ווען ער איז געשטאַנען אין צענטער פֿון געזעלשאַפֿטלעכן סקאַנדאַל, ווי דאָס איז געווען דער עפּיזאָד מיטן "ישׂראל"־פּריז: אין 2003 האָט גערשוני זיך אָפּגעזאָגט בײַצוזײַן בײַ דער צערעמאָניע פֿון דעם פּריז־צוטיילונג וואָס ער האָט געדאַרפֿט באַקומען, ווײַל ער האָט נישט געוואָלט דריקן די האַנט פֿונעם דעמאָלטיקן פּרעמיער־מיניסטער אַריאל שרון; די מיניסטאָרין לימור ליבֿנת האָט צוגענומען בײַ אים די רעכט צו באַקומען דעם פּריז.

ברײַטבערג, געבוירן אין 1947, איז אויפֿגעוואַקסן אין חולון בײַ עלטערן, וואָס זענען לעבן־געבליבן פֿונעם חורבן. אירע שטודיעס צום ערשטן אוניווערסיטעט־טיטל "די געשיכטע פֿון דער קונסט", אין ירושלימער אוניווערסיטעט, האָט זי פֿאַראייניקט מיט פּאָליטישער וויסנשאַפֿט. בעת אירע שטודיעס, זײַענדיק אַלט 22 יאָר, האָט זי אָנגעהויבן צו שרײַבן פֿאַר דער צײַטונג "למרחבֿ", שפּעטער — פֿאַר אַנדערע צײַטונגען; איר ערשטן רעפּאָרטאַזש האָט זי דורכגעפֿירט מיטן מאָלער אַריה אַרוך, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פּרעזענטאַציע־קאַרטל פֿאַר איר מוזיי־טעטיקייט.

משה גערשוני, אל מלא רחמים, 1995-6
משה גערשוני, אל מלא רחמים, 1995-6

אין 1977 איז זי דורך מאַרק שעפּס, דעם גענעראַל־דירעקטאָר פֿון מוזיי תּל־אָבֿיבֿ, נאָמינירט געוואָרן ווי די קוראַטאָרין פֿאַר ישׂראלדיקער קונסט. (אַגבֿ, ער האָט איר אָפּגעזאָגט פֿון דער שטעלע, צוזאַמען מיט אַנדערע אָנגעשטעלטע אין 1989, אין די ראַמען פֿון עקאָנאָמישע קירצונגען). דאָרט, אין מוזיי תּל־אָבֿיבֿ האָט זי זיך באַקענט מיט איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן עדי סמל, וועלכער איז געווען דירעקטאָר פֿאַר די קולטור־אונטערנעמונגען פֿון מוזיי. סמל איז ניפֿטר געוואָרן מיט העכער דרײַ יאָר צוריק; פֿאַרבליבן זענען אויך צוויי טעכטער, אין עלטער אַרום 20 יאָר.

אין משך פֿון איר אַרבעט אין מוזיי איז ברײַטבערג־סמל פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין דעם סימבאָל פֿון קוואַליטעט און גוטן געשמאַק. די ערשטע אויסשטעלונג אונטער איר אויפֿזיכט איז געווען פֿון דער קינסטלערין אָבֿיבֿה אורי; נאָך דעם האָט זי דורכגעפֿירט אפֿשר 20 אינדיווידועלע אויסשטעלונגען, און אין 1978 די אויסשטעלונג "קינסטלער, געזעלשאַפֿט, קינסטלער", וווּ זי האָט געפּרוּווט צום ערשטן מאָל כאַראַקטעריזירן די אָנגעהעריקייט צווישן קונסט און געזעלשאַפֿט אין ישׂראל.

וועגן דער אויסשטעלונג וואָס האָט זי באַרימט געמאַכט, געדענקט ברײַטבערג־סמל, אַז אין יענער תּקופֿה איז נישט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן קיין פּאָזיטיווע קריטיק וועגן דער אויסשטעלונג "די אָרעמקייט פֿון דער מאַטעריע"; "אָבער איך האָב געהאַט גרויס סאַטיספֿאַקציע פֿון דער אויסשטעלונג. אַזוי ווי איצט מיט גערשוני. לויט מײַן מיינונג, קאָן מען רעאַגירן ווי מ׳וויל, נאָר איך פֿיל, אַז כ׳האָב עס ריכטיק אויפֿגעטאָן".

משה גערשוני, יצחק! יצחק!, 1982
משה גערשוני, יצחק! יצחק!, 1982