ביאָגראַפֿיעס

צווישן די ייִדישע גדולים אין די דראַמאַטיש־גורלדיקע יאָרן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום פֿאַרנעמט שמעון דובנאָוו אַ זייער בכּבֿודיק אָרט. זײַן לעבנסווערק "די וועלט־געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק" אין צען בענד איז פֿול, אָדער געקירצט, איבערגעזעצט געוואָרן אין כּמעט אַלע קולטור־שפּראַכן. אויף דעם יסוד זײַנען צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ שלל לערנביכער. זײַנע נאָכפֿאָלגער זײַנען געוואָרן פּרעסטיזשפֿולע ייִדישע היסטאָריקער. דובנאָווס פֿאָרשערישע און געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייט פֿון זײַן יוגנט ביזן לעצטן אָטעם, איז געווען ענג באַהאָפֿטן מיט די פֿריידן און ליידן פֿון פּײַנפֿולן ייִדישן פֿאָלק. פֿאַרוואָס ווערט עס באַטאָנט? ווײַל צענדליקער טויזנטער פֿון זײַנע שטאַמברידער האָבן אין פֿרעמדע רייען געדאגהט ווי אויסצולייזן די רוסישע אימפּעריע און פֿאַר איינס די וועלט.

שמעון דובנאָוו איז געבוירן געוואָרן אין 1860 אין ווײַסרוסלאַנד (שטעטל מסטיסלאַוו), אין אַ מיוחסדיקער משפּחה. ער האָט געקראָגן אַ טראַדיציאָנעלע דערציִונג. צו 14 יאָר ווערט ער אַ תּלמיד פֿון אַ רוסישער שול. אין 1880 באַזעצט ער זיך אין פּעטערבורג, אָבער אָנקומען אין אוניווערסיטעט גיט זיך אים ניט אײַן. ווי פֿריִער, פֿאַרנעמט ער זיך אינטענסיוו מיט אַליין־בילדונג. זינט 1882 איז דובנאָוו אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון רוסיש־ייִדישע און העברעיִשע צײַטשריפֿטן; פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל וואָגיקע היסטאָרישע מאָנאָגראַפֿיעס. פּאַראַלעל גיט ער זיך אויך אָפּ מיט ליטעראַטור־קריטיק, בפֿרט מיט דער יונגער ליטעראַטור אין ייִדיש.

אַ געוויסע צײַט האָט ער, מיט זײַן פֿרוי, געלעבט אינעם היימשטעטל, שפּעטער — אין אָדעס (1890—1903) און אין ווילנע. אין 1906 פֿאָרט ער אויף ס׳נײַ איבער אין פּעטערבורג, וווּ ער ווערט אויפֿגענומען ווי אַ לעקטאָר אויפֿן פֿאַקולטעט פֿאַר סאָציאַלע וויסנשאַפֿטן. אין 1922 עמיגרירט דובנאָוו פֿון ראַטן־רוסלאַנד קיין בערלין, וווּ עס איז געווען טעטיק אַ גרויסע מחנה פֿון ייִדן־אינטעלעקטואַלן. אין 1933, צוליבן היטלער־רעזשים, פֿאָרט ער אַריבער אין ריגע. דעם 8טן דעצעמבער 1941 איז שמעון דובנאָוו טראַגיש אומגעקומען אין ריגער געטאָ.

נאָכן קעשענעווער פּאָגראָם אין 1903 האָט דובנאָוו ענערגיש געמונטערט צו שאַפֿן זעלבסטשוץ־גרופּעס. אין 1906 איז ער צווישן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער "ייִדישער פֿאָלקס־פּאַרטיי", וועלכע האָט פֿונקציאָנירט ביזן יאָר 1918. די "פֿאָלקיסטן" האָבן זיך געהאַלטן בײַ דער אידעאָלאָגיע פֿון נאַציאָנאַל־ייִדישער קולטור־אויטאָנאָמיע אין די גלות־לענדער, וווּ ייִדיש האָט געדאַרפֿט ווערן די אָפֿיציעלע שפּראַך אין אַלע ספֿערעס. איינצײַטיק האָט דובנאָוו געהאַט די וואַרעמסטע געפֿילן צו אונדזער לאַנד פֿון די אָבֿות, וועלכע איז דאַן פּראַקטיש געווען פֿאַרריגלט פֿאַר אַ מאַסן־עמיגראַציע. אינטערעסאַנט, אַז אין יענעם פּעריאָד איז ער געווען צווישן די קליינצאָליקע ייִדן־סימפּאַטיקער פֿון דער קאַדעטן־פּאַרטיי (קאָנסטיטוציאָנעלע דעמאָקראַטן). דובנאָוון, דעם עכטן דעמאָקראַט און געדולדיקן פֿאָרשער, איז ניט געווען צום האַרצן דער אײַנשטעל פֿון די רעוואָלוציאָנערע היציקע קעפּ. די לײַט זײַנען געווען פֿאַרכּישופֿט אין צעברעכן דעם אַלטן רעזשים, ניט האָבנדיק בכלל קיין פּלאַן צו בויען אַ נײַעם.

אין 1926 האָט מען אין פּאַריז געשטעלט פֿאַרן מישפּט דעם עמיגראַנט פֿון רוסלאַנד שוואַרצבאַרד, וועלכער האָט דערשאָסן דעם אוקראַיִנישן נאַציאָנאַליסטישן פֿירער פּעטליורע. בעתן בירגערקריג האָבן זײַנע באַנדעס אומגעבראַכט אַ סך ייִדן אין די מאַסן פּאָגראָמען. נאָך דער אַרײַנמישונג פֿון דובנאָוון און עטלעכע קאָלעגעס זײַנע האָט מען שוואַרצבאַרדן רעהאַביליטירט. אין צווישן־מלחמה־פּעריאָד פֿלעגט די "פֿעלקער־ליגע" (שווייץ) עפּיזאָדיש צונויפֿרופֿן דעם "קאָמיטעט פֿון ייִדישע דעלעגאַציעס". אין 1927 האָט דובנאָוו דאָרט שטאַרק געטאַדלט די דיסקרימינאַציע פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. צוליב נאַצי־דײַטשלאַנד האָט זיך די פּאָליטישע אַטמאָספֿער אין אייראָפּע דראַסטיש פֿאַרערגערט. שמעון דובנאָוו האָט מער ווי אַנדערע געשפּירט בחוש, אַז אויף די ייִדן לויערט אַ גרויסע סכּנה. ווי אין אָנהייב יאָרהונדערט, טענהט דער היסטאָריקער, אַז עס איז לעבנסנייטיק צו האָבן אַן אַלוועלטלעכע ייִדישע רעפּרעזענטאַנץ.

במשך פֿון זײַן לעבן האָט דובנאָוו זיך תּמיד אײַנגעשטעלט פֿאַרן כּבֿוד פֿון דער ייִדישער קולטור און מיטגעהאָלפֿן זי צו אַנטוויקלען. ער האָט כּסדר מיטגעאַרבעט אין דער ייִדישער פּרעסע און ספּעציעלע אויסגאַבעס. געווען געקניפּט און געבונדן מיטן ייִוואָ־אינסטיטוט, געגרינדעט אין 1925 אין ווילנע. בעתן דערעפֿענען דעם יוביליי־צוזאַמענפֿאָר אין 1935 (1,500 צוהערער) האָט ער געזאָגט אין זײַן רעדע: "דאָס ייִדן־פֿאָלק איז געוווינט צו שאַפֿן זײַן קולטור ניט געקוקט אויף אויסערלעכע מניעות. 10 יאָר ייִוואָ און 10 יאָר ירושלימער אוניווערסיטעט. עס איז אַ געבאָט פֿון דער עפּאָכע, אַז זיי זאָלן אַרבעטן בשותּפֿות".

אין 1930 איז נאָמינירט געוואָרן אַ קאָמיטעט צו באַערן דעם 70־יאָריקן יוביליי פֿונעם גרויסן געלערנטן. לכּבֿוד דעם יובילאַר האָט מען אין 1934 גענומען אַרויסגעבן "די אַלגעמיינע ייִדישע ענציקלאָפּעדיע" אין ייִדיש (פּאַריז, שפּעטער אין ניו־יאָרק). אין דער מהומה־צײַט פֿון 1939 האָט אַ גרופּע פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן אין פּאַריז פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קאָלעקטיווע פּובליקאַציע "אויפֿן שיידוועג". זי האָט זיך אָנגעהויבן מיט שמעון דובנאָווס אַרטיקל "וואָס דאַרף מען טאָן אין המנס צײַט?"

לעבנדיק אין אָדעס, האָט דובנאָוו זיך זייער באַפֿרײַנדט מיטן באַרימטן פֿילאָסאָף און פּובליציסט אחד־העם (אָשר גינצבורג, 1856—1927). טשעקאַווע, אַז ביידנס כאַראַקטערן האָבן גאָר ניט האַרמאָנירט... אחד־העמס שעפֿערישקייט איז געווען ווײַט פֿון רעאַליטעט, דערצו נאָך די ניט־טאָלעראַנטקייט לגבי אַן אַנדערנס מיינונג, בפֿרט מכּוח ייִדיש־לשון. לויט זײַן אײַנזען, האָט ישׂראל געדאַרפֿט זײַן נאָר אַ גײַסטיקער צענטער; אָבער די ייִדן זאָלן מוזן לעבן אַנדערשוווּ; בעיקר, אין אַמעריקע. אחד־העם איז מיט אַלעמען געווען צעקריגט, באַזונדערס, מיט די ציוניסטישע מנהיגים, וועלכע האָבן, ווי פּראַגמאַטיקער, פֿאַרקערפּערט די ציון־אידעע אין מעשׂים.

צום אָרט אַ ציטאַטע, וואָס מיר געפֿינען בײַ זײַן ביאָגראַף נ. דראַזדאָוו: "מיטן בעסטן פֿרײַנד ש. דובנאָוו האָט ער געקענט רויִק דיסקוטירן וועגן ייִדיש. ער האָט געזאָגט, אַז אויב די עקזיסטענץ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק וועט זײַן אָפּהענגיק פֿון אַ ייִדיש־נצחון, דעמאָלט איז ער גרייט זיך אָפּצוזאָגן פֿון אַזאַ עקזיסטענץ".

נאָך איין פּרט: דער גרויסער היסטאָריקער, שמעון דובנאָוו, מיט זײַן אויפֿטו לדורות און כּלל־טוער בלבֿ־ונפֿש איז באַערט נאָר מיט איין גאַס אויף זײַן נאָמען אין תּל־אָבֿיבֿ. דערקעגן, אחד־העמס נאָמען טראָגן גאַסן אין אַלע שטעט פֿון ישׂראל.