‫פֿון רעדאַקציע

הײַיאָר וועט מען זיך, בלי-ספֿק, ניט איין מאָל אומקערן צו אַדאָלף אײַכמאַנס געריכט, ווײַל דעם 11טן אַפּריל וועט ווערן פֿופֿציק יאָר זינט דעם טאָג, ווען אין ירושלים האָט מען אָנגעהויבן מישפּטן דעם נאַציסטישן פֿאַרברעכער. דער פּראָצעס איז, בכלל, געוואָרן אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער געשיכטע פֿון 20סטן יאָרהונדערט. ס'איז אָנגענומען געוואָרן צו האַלטן, למשל, אַז דער אײַכמאַן-פּראָצעס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער הײַנטיקער ייִדישער אידענטיטעט, בפֿרט פֿון דעם אָרט וואָס דער חורבן האָט אין אים פֿאַרנומען.

ווי מיר געדענקען, איז דער געריכט מעגלעך געוואָרן אַ דאַנק דער הצלחהדיקער אָפּעראַציע פֿון ישׂראלדיקע אַגענטן, וועלכע האָבן געפֿונען אײַכמאַנען אין אַרגענטינע און אים פֿון דאָרטן אַרויסגעגנבֿעט אין מײַ 1960. אַ סך כּוחות זײַנען אַרײַנגעלייגט געוואָרן אין אידענטיפֿיצירן אײַכמאַנען אין דעם מאַנצביל מיטן נאָמען ריקאַרדאָ קלעמענט, וואָס האָט זיך באַשיידן געלעבט אין אַ בוענאָס-אײַרעסער בײַשטאָט.

לעצטנס, אָבער, איז באַקאַנט געוואָרן, אַז פֿאַר אייניקע אָנגעשטעלטע פֿון דער דײַטשישער פּאָליציי איז עס גאָר ניט געווען קיין סוד. די צײַטונג "בילד" האָט באַקומען אַ צוטריט צו דאָקומענטן, וואָס ווײַזן, אַז נאָך אין יאָר 1952 האָט מען אין דער פּאָליציי געוווּסט אַפֿילו דעם פֿאַלשן נאָמען, אונטער וועלכן עס האָט זיך באַהאַלטן אײַכמאַן. וועגן דעם האָט מען, אַ פּנים, געוווּסט אויך אין דער דײַטשישער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס-אײַרעס.

דאָס מאַכט אײַכמאַנען פֿאַר אַ פֿיגור ניט נאָר פֿון דער היטלער-תּקופֿה, אָבער אויך פֿון דער געשיכטע פֿון מערבֿ-דײַטשלאַנד. עס ווײַזט, ווי די לײַט, וואָס זײַנען געשטאַנען בײַ דער מאַכט, האָבן ניט געוואָלט קיין נײַע אַנטפּלעקונגען וועגן די נאַצי-צײַטן. זיי האָבן מורא געהאַט, אַז אַזאַ פּאַרשוין ווי אײַכמאַן האָט געקענט אָנרופֿן אויך אַנדערע נעמען, אַרײַנגערעכנט אייניקע מיטגלידער פֿון דעם מערבֿ-דײַטשישן מלוכה-אַפּאַראַט. למשל, איינער פֿון אײַכמאַנס "מיטאַרבעטער" איז געווען האַנס גלאָבקע, וואָס איז געוואָרן קאָנראַד אַדענאַערס עצה-געבער אין פֿראַגן פֿון נאַציאָנאַלער זיכערקייט. גלאָבקע האָט זיך באַטייליקט אין צוגרייטן די אַנטי-ייִדישע נירנבערגער געזעצן, וועלכע זײַנען אָנגענומען געוואָרן אין 1935.

אין "סי-אײַ-איי" האָט מען אויך געהאַלטן אַ וועלט פֿון גלאָבקע, פֿון זײַן עקספּערטיז אין אַנטי-קאָמוניזם. דערפֿאַר האָט דער אַמעריקאַנער צד צוגעהאַלטן די אינפֿאָרמאַציע וועגן אײַכמאַנען אַפֿילו ווען די אַגענץ האָט שוין באַקומען פֿון די דײַטשן די אינפֿאָרמאַציע, וועגן "ריקאַרדאָ קלעמענט". נאָך מער: די "סי-אײַ-איי" האָט געפֿאָדערט פֿון אַמעריקאַנער זשורנאַליסטן ניט דערמאָנען גלאָבקעס נאָמען אין זייערע באַריכטן פֿון דעם אײַכמאַן-פּראָצעס.


* * *

אין קינאָ-טעאַטערס איבער דער גאַנצער וועלט קען מען הײַנט זען דעם פֿילם The King’s Speech. דאָס וואָרט speech האָט דאָ צוויי באַטײַטן — "רעדע" און "מאַניר פֿון רעדן", אַזוי אַז אויף ייִדיש קען מען דעם טיטל אפֿשר איבערזעצן ווי "דער קיניג רעדט". און די רייד גייט וועגן דעם בריטישן מלך דזשאָרדזש VI, וואָס איז דער פֿאָטער פֿון דער איצטיקער מלכּה. אויפֿן טראָן האָט ער זיך געזעצט צופֿעליק — ווײַל זײַן ברודער, דער בכור, עדוואַרד VIII, האָט זיך אַזוי פֿאַרליבט אין דער אַמעריקאַנער גרושה וואָליס סימפּסאָן, אַז ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער קרוין. געשען איז עס אין 1936, ווען מע האָט זיך צו אַזעלכע זאַכן באַצויגן אַ סך דאָגמאַטישער ווי אין אונדזערע טעג.

וואָס מוז טאָן אַ מלך? זיך באַווײַזן פֿאַרן עולם און, דער עיקר, רעדן. און דווקא רעדן איז פֿאַר דעם "צופֿעליקן" קיניג געווען אַ שווערע אָפּקומעניש, ווײַל ער האָט פֿון קינדווײַז אָן שטאַרק געפּלאָנטערט מיט דער צונג. די גאַנצע געשיכטע פֿון דעם פֿילם אַנטוויקלט זיך טאַקע אַרום דעם קיניגס באַציִונגען מיטן דאָקטער, וואָס איז, אין דער אמתן, קיין ריכטיקער דאָקטער ניט געווען. דאָך האָט ער געהאָלפֿן דעם בלוי-בלוטיקן פּאַציענט זײַנעם אין דער טירחה פֿון איבערלייענען בקול-רם די טעקסטן, צוגעגרייטע פֿאַר פֿאַרשיידענע געלעגנהייטן, אַרײַנגערעכנט די רעדע בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה.

היסטאָריש איז דער פֿילם פֿול מיט כּלערליי נאַרישקייטן. אַ שטייגער: סטאַלין ווערט אָנגערופֿן ווי "מאַרשאַל שטאַלין" כּמעט מיט אַ יאָרצענדליק פֿריִער ווי ער האָט זיך גענומען אַזאַ טיטל. אָבער דאָס איז קינאָ און מע מוז עס אָפּשאַצן ווי אַ קונסט-ווערק, וואָס איז באמת זייער גוט געמאַכט. באַזונדערס גוט שפּילט דער בריטישער אַקטיאָר קאָלין פֿיאָרט. ניט צופֿעליק האָט ער פֿאַר זײַן ראָלע פֿונעם שטאַמלענדיקן קיניג באַקומען די טעג די העכסטע אויסצייכענונג פֿון "גאָלדען גלאָובס".

דערווײַל האָט עמעצער אָרגאַניזירט אַ קאַמפּאַניע, אין וועלכער דער פֿילם האָט פּלוצעם באַקומען אַ "ייִדיש טעם". כּדי אונטעררײַסן די שאַנסן פֿונעם פֿילם צו באַקומען אַן "אָסקאַר", באַשולדיקט מען דעם רעזשיסאָר אין ריינוואַשן דעם קיניג, וואָס איז כּלומרשט געווען אַן אַנטיסעמיט. דער אײַנפֿאַל איז, אַ פּנים, אַזאַ: צווישן די מענטשן, וואָס באַשטימען די "אָסקאַרס", זײַנען דאָ אַ סך ייִדן, און זיי קענען עס אויפֿנעמען פֿאַר אַ לויטערן אמת.