פֿונעם אייביקן קוואַל

די הײַנטיקע פּרשה הייסט "משפּטים", ווײַל אין איר ווערן דערקלערט אַ גאַנצע ריי מיצוות, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים צווישן מענטשן. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו: "און דאָס זענען די געזעצן, וואָס דו זאָלסט אײַנשטעלן פֿאַר זיי" — "ואלה המשפּטים אַשר תּשים לפֿניהם". דער ערשטער פּסוק פֿון דער סדרה קלינגט ווי אַ המשך פֿון דער פֿריִערדיקער וואָך, ווען מיר האָבן געלייענט די צען געבאָט. רש״י דערקלערט, אַז די תּורה וויל אונדז דאָ זאָגן, אַז די מיצוות פֿונעם ריכטיקן מישפּט צווישן די מענטשן קומען פֿאַרן באַרג סיני, אַזוי ווי די צען געבאָט.

די ערשטע מיצווה, וואָס ווערט באַהאַנדלט אין דער פּרשה, הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "אויב דו וועסט קויפֿן אַ ייִדישן שקלאַף". עס גייט אַ רייד, ווי אַזוי צו באַהאַנדלען מענטשלעך אַ שקלאַף. הגם אין דער אוראַלטער וועלט זענען די ייִדישע הלכות־עבֿדים געווען אומגעוויינטלעך ווייך, און האָבן מינימאַליזירט דעם אומיושר פֿון שקלאַפֿערײַ, גייט דאָ אַ רייד וועגן אַ הערשער און אַ שקלאַף און וועגן אַ מאַן, וואָס פֿאַרקויפֿט זײַן אייגענע טאָכטער ווי אַ באַדינערין, און אַנדערע ענינים, וואָס קיין ציוויליזירטער מענטש וואָלט הײַנט נישט געטאָן. אין דער צײַט, ווען די תּורה איז געגעבן געוואָרן, זענען די דאָזיקע הלכות געווען פּראָגרעסיוו, אָבער הײַנט קלינגען זיי ווי אַ דערמאָנונג וועגן אוראַלטע צײַטן, און זיכער נישט ווי אַקטועלע כּללים פֿון מענטשלעכע באַציִונגען.

ווײַטער זאָגט די פּרשה אָן, ווי אַזוי מע דאַרף באַשטראָפֿן מערדער און גזלנים. די דאָזיקע ענינים בלײַבן אַקטועל נאָך הײַנט, און האָבן טאַקע אַ דירעקטן שײַכות צו צוויי פֿון די צען געבאָט: "לא תרצח" און "לא תגנובֿ". פֿונדעסטוועגן, האָבן רבי טרפֿון און רבי עקיבֿא, נאָך אין די תּלמודישע צײַטן, געזאָגט, אַז ווען ער וואָלט געווען מיט זײַנע תּלמידים אינעם סנהדרין, וואָלט ער נישט געלאָזט צו פֿאַרמישפּטן קיינעם צום טויט. נישט געקוקט אויף די האַרבע שטראָפֿן, וואָס ווערן אָפֿט דערמאָנט אין דער תּורה, זענען די דאָזיקע תּנאָים געשטימט קעגן טויט־שטראָף.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז רבי עקיבֿא האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אין בר־כּוכבאס אויפֿשטאַנד קעגן די רוימער; ס׳זעט אויס, אַז ער איז נישט געווען קיין פּרינציפּיעלער פּאַציפֿיסט און האָט געשטיצט די באַפֿרײַערישע מלחמה, אָבער נישט געווען צופֿרידן מיט דער אידעע פֿון טויט־מישפּט. סײַ-ווי־סײַ, זעען מיר פֿון דעם אויך, אַז די מיצווה צו הרגענען די מערדער איז רעלאַטיוו און ווענדט זיך אין דער קאָנקרעטער סיטואַציע, אין פֿאַרגלײַך מיט די שטענדיקע ווערטן פֿון די צען געבאָט.

ווײַטער דערקלערט די תּורה, ווי אַזוי צו לייזן פֿאַרשיידענע סאָציאַלע קאָנפֿליקטן דורך יושרדיקע דיינים. אַזעלכע ענינים בלײַבט נאָך אַלץ זיכער אַקטועל. פֿונדעסטוועגן, שטרעבן די מענטשן אין אַ געזונטער געזעלשאַפֿט אויסצומײַדן אַלע סיכסוכים; אויב עס ברעכט אויס עפּעס אַ קאָנפֿליקט, פּרוּווט מען אים, צוערשט, לייזן צווישן זיך; בלויז ווען ס׳איז נישטאָ קיין אַנדער ברירה, גייט מען אין בית־דין. די דיינים, פֿון זייער זײַט, פּרוּוון אויך, צוערשט, אויסגלײַכן די סיכסוכים דורך אַ קאָמפּראָמיס, און נישט דורך אַ שטרענגן מישפּט.

מע קאָן זאָגן, אַז די תּורה פֿאַרגלײַכט אַזעלכע ענינים צו די עשׂרת־הדברות, כּדי מיר זאָלן זיי נישט איגנאָרירן און פֿאַרשטיין, אַז זיי בלײַבן תּמיד אַקטועל אין אַ גײַסטיקן אַלעגאָרישן זין אָדער אין געוויסע עקסטרעמע פֿאַלן. עס מאַכט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן פֿון סאָציאַלע מיצוות, וועלכע זענען הײַנט בכלל נישט אַקטועל, און דערנאָך גייט זי אַריבער צו די ענינים, וואָס אַ מענטש וויל דווקא אויסמײַדן אין אַ נאָרמאַלער סיטואַציע.

לויט אַזאַ לאָגיק, וואָלט מען געקאָנט זיך משער זײַן, אַז ווײַטער אין דער סדרה ווערן דערקלערט מיצוות, וואָס זענען טאַקע שטענדיק אַקטועל אינעם טאָגטעגלעכן לעבן. ווײַטער זאָגט אונדז טאַקע די תּורה אָן, אַז מע טאָר נישט באַדריקן אַ גר. אינעם ברייטערן זין, אַחוץ דעם בוכשטעבלעכן הלכהדיקן זין פֿונעם וואָרט, מיינט עס, אַז מע מוז זיך באַציִען צו ווײַטע און פֿרעמדע מענטשן פּונקט אַזוי, ווי צו די נאָענטע. דאָס איז זיכער אַ וויכטיקער און אַקטועלער עטישער כּלל.

עס באַקומט זיך אַן אינטערעסאַנט בילד. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער פּרשה, דערקלערט אונדז די תּורה, ווי אַזוי צו בלײַבן אַ מענטש אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ שקלאַפֿערײַ איז אָפֿיציעל אָנגענומען. דערנאָך גייט אַ רייד וועגן אַ ציבור, וווּ ס׳איז, אפֿשר, נישטאָ קיין שקלאַפֿערײַ, אָבער ס׳איז דאָ רויבערײַ און רציחה. נאָכדעם ווערט באַטראַכט דאָס לעבן אין אַ וועלט, וווּ קיין עכטע רציחה איז נישטאָ, אָבער עס טרעפֿן זיך שאַרפֿע סיכסוכים צווישן מענטשן. און צום סוף, וואָרנט אונדז די תּורה, אַז אַפֿילו ווען ס׳איז נישטאָ קיין סיכסוכים, מוז מען זיך באַציִען גלײַך צו אַלע מענטשן, נאָענטע און ווײַטע. בקיצור, ס׳זעט אויס, אַז די פּרשה גייט אַריבער פֿון מער האַרבע צו מער מענטשלעכע באַציִונגען.

וואָס פֿאַר אַ סאָציאַלע מיצווה בלײַבט אַקטועל אין אַ ציבור, וווּ די מענטשן לײַדן נישט פֿון סיכסוכים און באַציִען זיך גלײַך איינער צום צווייטן? לויט דער דערמאָנטער "פּראָגרעסיווער" לאָגיק, קאָן מען זיך משער זײַן, אַז אַזאַ מיצווה קומט נאָך שפּעטער אין דער פּרשה. ווײַטער הייסט די תּורה צו דינען דעם אייבערשטן אין אַלגעמיין, "ועבֿדתּם את ה׳ אלקיכם". דער רמב״ם און אַ טייל אַנדערע מפֿרשים האַלטן, אַז די תּורה הייסט אונדז דאָ צו דאַוונען, ווײַל די תּפֿילה ווערט אָנגערופֿן "עבֿודת־השם".

צי קאָן מען טאַקע זאָגן, אַז דאָס דאַוונען איז די וויכטיקסטע סאָציאַלע מיצווה? ס׳איז זיכער איינער פֿון די סאַמע גרונטיקע יסודות פֿון ייִדישקייט, וואָס שטייט אויף דער זעלבער מדרגה ווי די עשׂרת־הדברות. הגם, לויט געוויסע דעות, איז תּפֿילה אַ מיצווה־דרבנן, דערקלערן די חסידישע צדיקים, ווי אויך דער גרויסער ליטווישער פּוסק, רבי יחיאל־מיכל עפּשטיין, דער מחבר פֿון "ערוך־השולחן", אַז דאָס דאַוונען איז אַזאַ וויכטיקער אַלגעמיינער יסוד פֿון ייִדישקייט, וואָס ער פּאַסט זיך אַפֿילו נישט אַרײַן אינעם חשבון פֿון די תּרי״ג מיצוות. פֿונדעסטוועגן, וואָס האָט דאָס דאַוונען צו טאָן מיט די געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען?

רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ דער מחבר פֿון "ספֿר־הברית", רבי יהודה־לייב אַשלג און אַנדערע גרויסע מקובלים דערקלערן, אַז די מיצוות פֿון אַהבֿת־רעים, ליבשאַפֿט צו אַן אַנדער מענטש, איז דער וויכטיקסטער דרך צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין דער וועלט. ווען אַ געזעלשאַפֿט איז באַגרינדעט אויף אַלטרויִזם, וווּ מענטשן טראַכטן וואָס צו געבן די אַנדערע, און נישט וואָס צו נעמען, ווערט די וועלט אָנגעפֿילט מיט רוח־הקודש. אין אַ ברידערלעכער סבֿיבֿה קאָן מען טאַקע דערגרייכן דאָס דבֿקות מיטן באַשעפֿער. און פֿאַרקערט: ווען מע שטרעבט צום אמתן דבֿקות, פֿאַרשטייט מען, אַז די גײַסטיקע עליה איז מעגלעך נאָר אין אַן עכט־ברידערלעכער געזעלשאַפֿט. אין אַ מער טיפֿערן זין, איז אַהבֿת־רעים און עבֿודת־השם ממש איין זאַך, ווײַל יעדער גוטער מענטש איז בעצם אַ שטיק ג־טלעכקייט.