פֿאַרשײדנס

די מעשׂה האָט זיך פֿאַרלאָפֿן נישט לאַנג צוריק, ממש מיט אַ וואָך צוריק. מײַן טעלעפֿאָן האָט מיר אָפּגעריסן דאָס אויער:

"נו?" — האָב איך גענומען אַ סאַרקאַסטישן טאָן, ווײַל די דעלעגאַטן צו די וואַלן האָבן נישט אויפֿגעהערט צו האַקן מיר אַ טשײַניק; צוגערעדט פֿאַר וועמען איך זאָל שטימען.

"וואָס הייסט נו?" — האָט מיר אַ באַליידיקטע פֿרויען־שטימע געענטפֿערט.

"מיט וועמען האָב איך די זכיה צו רעדן?" — האָב איך געוואָלט וויסן.

"וואָס?, דו דערקענסט שוין נישט דײַן גוטע חבֿרטע פֿריידעלען."

"אַזוי גאָר? פֿריידעלע" — האָב איך זיך פֿאַרוווּנדערט — "זינט דו האָסט געקויפֿט די לוקסוסשיף און געמאַכט דערפֿון אַ האָטעל, האָב איך פֿון דיר נישט געהערט. וואָס איך האָב יאָ געהערט איז, אַז דו האָסט אײַנגעלאַדן אַלע דײַנע נגידישע קומאָשקעס און אין מיר האָסטו לגמרי פֿאַרגעסן."

פֿריידעלע האָט אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם און צו זיך געקומען.

"כ'האָב געהאַט אין זינען דיך צו פֿאַרבעטן צו דער דערעפֿענונג־גאַלאַ פֿון אונדזער נײַעם האָטעל אויפֿן ים. זײַ מיר מוחל, ביסט מיר אין גאַנצן אַרויס פֿון זכּרון. איצט, אַז איך האָב זיך דערמאָנט אין דיר, וויל איך דו זאָלסט זײַן אונדזער גאַסט אין אונדזער נײַעם פֿליסנדיקן האָטעל, וואָס פֿאַרמאָגט טויזנט צימערן, מיט צען עטאַזשן, און אויף יעדן שטאָק אַ באַזונדערע קיך מיט באַזונדערע קעכער. אויף איין שטאָק ווערט געגרייט אַן איטאַליענישע קיך, אויף אַ צווייטן — אַ כינעזישע, אויפֿן דריטן — אַ כּשרע ייִדישע קיך, אַ טײַלאַנדישע, אַ מעקסיקאַנער, אַ רוסישע, אַ יאַפּאַנישע, אַ נישט־כּשרע ישׂראלדיקע, און אַ פֿראַנצויזישע קיך. פֿאַרבעט איך דיך אויף אַ וועטשערע אין אונדזער האָטעלשיף און דו קענסט זיך אויסקלײַבן אַ וועלכע קיך עס געפֿעלט דיר! איך וועל נאָך דיר שיקן אונדזער לימוזין וואָס וועט דיך צופֿירן צו אונדזער יאַכטע און פֿון דאָרט צו אונדז."

געהערט אַזאַ פֿאַרבעטונג, האָב איך זיך נישט געקווענקלט און אָנגענומען די אײַנלאַדונג באַהבֿה. מיר איז געגאַנגען אין לעבן אַ קוק צו טאָן ווי מײַנע גוטע פֿרײַנד פֿון דער יוגנט האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט. איך האָב זיך אויסגעפּוצט ווי יענטל צום גט, אַראָפּ אַ פּאָר שטיגן און אָט איז געשטאַנען אַ לאַנגע, שוואַרצע לימוזין פֿאַר מײַן הויז. דער שאָפֿער האָט געעפֿנט פֿאַר מיר די טיר מעשׂה־משרת און איך בין אַרײַן אין דער קאַרעטע עלעהיי די מלכּה פֿון טערקײַ. די לימוזין איז געווען אויסגעשטאַט מיט שאַמפּאַניער, טעלעפֿאָנען און אַ טעלעוויזיע־עקראַן.

דער שאָפֿער האָט געהייסן יאַצעק און גערעדט ענגליש ווי אַ פּאָליאַק אין אַמעריקע טוט דאָס. ער האָט זיך געוווּנדערט, אַז איך בין ביז אַהער נישט געווען אין פֿריידעלעס און ניסעלעס פֿליסנדיקן האָטעל. אַלע זייערע פֿרײַנד זײַנען שוין אָנגעלייגטע געסט, אָבער מיך זעט ער דאָס ערשטע מאָל. האָב איך אים אויפֿגעשטאָפּט דעם קאָפּ.

"אַלע פֿריידעלעס און ניסעלעס פֿרײַנד זײַנען יוסטע גבֿירים, אָנגעשטאָפּט און אָנגעפּאָמפּעט מיט קורחס גיטער, און כאָטש איך בין ווײַט פֿון אַ הקדש, לײַד איך דערווײַל נישט קיין גלות. אָבער צו קיין לימוזינען מיט יאַכטעס בין איך נישט געוווינט."

דער שאָפֿער האָט מיך דערווײַליק צוגעפֿירט צום ברעג פֿון האָדסאָן־טײַך "פּיער נומ' 92." דאָרט האָט שוין אויף אונדז געוואַרט אַן עלעגאַנטע יאַכטע, און ווי נאָר איך בין אַרײַן, האָט מען מיך גענומען מכבד זײַן מיט קאַוויאַר און שאַמפּאַניער, אַזוי אַז דער אַפּעטיט זאָל זיך אין מיר צערודפֿן און צעשפּילן.

ס'האָט גענומען אַ פּאָר כוואַליעדיקע מינוטן, און דער פֿליסנדיקער האָטעל, וועלכן פֿריידעלע האָט אַ נאָמען געגעבן "צענע־רענע" (צאינא־וראינה), האָט שוין פֿאַרהילכט די לופֿט מיט ייִדישער מוזיק. איך בין אַרויף אויף דעם דעק, זיך צעקושט מיט מײַנע יוגנט־פֿרײַנד און נישט געקענט גענוג אָפּוווּנדערן זיך פֿון דער רחבֿות וואָס מאַן און ווײַב האָבן אויפֿגעטאָן אין דעם אַמעריקע.

מיר האָבן זיך נאָך געקענט אין די־פּי־לאַגער, אין דײַטשלאַנד, ווען מיר האָבן ווי קינדער אויסגעקוקט זיך די אויגן אויף אַ ישועה, אַז אַמעריקע זאָל עפֿענען די טויערן און אונדז באַוויליקן אַרײַנצוקומען אין איר גן־עדן. דערווײַל האָט מען געזונגען הבֿה־נגילה און געטאַנצט הורה, געגאַנגען אין בית־ספֿר "תּרבות" און זיך געלערנט אַ פֿײַג. אַזוי אַז די פֿיר יאָר אין טראַנזיט־לאַגער נאָך דער מלחמה, דאָרט האָבן מיר אָנגעוווירן אונדזער יוגנט מיט אַ מאַסע ספּאָסובן (מעגלעכקייטן).

געקומען קיין אַמעריקע, האָב איך געהאַלטן, אַז אָן דערציִונג קען מען דאָ ווײַט נישט דערגיין, ווײַל די בילדונג וואָס איך האָב באַקומען אין טראַנזיט איז געווען נישט מער ווי קדחת מיט כּשרן פֿאָדעם. אָבער מײַנע פֿרײַנד זײַנען אין אַמעריקע געוואָרן פֿאַרכאַפּט פֿון ביזנעס, פֿון קאַפּיטאַל, פֿון עטשע־פּעטשע־מעטשע, ווײַל ווי זאָגט מען, אַ ליידיקער בײַטל איז נישט מער ווי לעדער. האָבן זיי טאָג און נאַכט שווער און ביטער געאַרבעט ביז מען האָט זיך דאָראָבעט און אַרויפֿגעאַרבעט. אָבער דאָראָבען זיך קומט נאָך נישט צו דעם רעכטן־גערעכטן, צו די מאַיאָנטקעס, בענק, האָטעלן, רחבֿות אָן אַ גרענעץ.

מײַן חבֿרטע פֿריידעלע פֿירט מיך אַרום דעם פֿליסנדיקן האָטעל, ווײַזט מיר די וווּנדער פֿון די באַסיינען מיט די דזשאַקוזיס, די טאַנצזעלער מיט די קיכן.

"איז וואָס ווילסטו הײַנט עסן?" — האָט זי זיך געוואָנדן צו מיר מיט אַ גינסטיקן בליק; שמייכלען איז פֿאַר איר געווען שווערלעך צוליב דער פּלאַסטישער איבערפֿלאַנצונג. וואָס אַן אמת, האָב איך זי קוים דערקענט, אָבער כ'האָב זיך געמאַכט נישט וויסנדיק און גענומען טראַכטן:

"לאַנג לעבן זאָל קאָלומבוסעס מדינה. הײַנט, וואָס זאָל איך פֿאַרזוכן? זאָל איך פֿאַרזוכן פֿון יעדן מאכל באַזונדער." פֿריידעלע האָט געוואַרט.

"מיר פֿאַלט גאָר אײַן," האָב איך זיך גענומען זאַיִקען, "פֿאַרוואָס נישט פֿאַרזוכן פֿון אַיעדער קיך אַ ביסל?"

פֿריידעלע האָט זיך צעלאַכט. איר געלעכטער האָט אָפּגעהילכט איבער יעדן שטאָק פֿונעם פֿליסנדיקן האָטעל.

"פֿאַרוואָס דאָס נישט? אַדרבא. כ'האָף נאָר אַז דו ביסט גרייט דערצו."

איך האָב פֿאַרזוכט פֿון רוסישן קאַפּוסטאַ־באָרשט (שטשי) און פֿון די כינעזישע קניידלעך, פּוילישע קעז־בלינצעס און יאַפּאַנישע מאַרצעפּאַנעס. כ'האָב אַזוי פֿיל פֿאַרזוכט, אַז דער קאָפּ האָט זיך מיר גענומען דרייען. ערשט דעמאָלט האָב איך זיך געמוזט אַוועקזעצן אויף די פּליושענע דיוואַנען און אָפּרוען מײַנע אַפּעטיטן.

מײַן פֿריידעלע איז שוין טאַקע געווען אַ באַלײַבטע, אָן אַ גוזמא, אַ פּורימדיקער קוילעטש. האָט זי זיך צוגעזעצט לעבן מיר און געהאַלטן אין איין כאָכאָטשען. יעדער כאָכאָטש האָט געזוכט אַ ווינקל וווּ אָנצושפּאַרן זיך. פֿרעג איך זי:

"נו, און אַ ביבליאָטעק פֿאַרמאָגסטו כאָטש אויף דער שיף?"

פֿריידעלעס פּנים האָט זיך באַגאָסן מיט שווייס:

"אַ ביבליאָטעק מיט ביכער? וואָס מיינסטו זיך, אַז מענטשן וואָס קומען אַהער צו פֿאַרברענגען אַ צײַט, זען פֿאָרשטעלונגען, טאַנצן, באָדן זיך, פּרעגלען זיך אויף דער זון און האָבן הנאה פֿון לעבן, האָבן אין זינען אַ בוך? ווי איז דיר אַזוינס אײַנגעפֿאַלן אַפֿילו."

"ס'איז מיר אײַנגעפֿאַלן ווײַל איך וואָלט דאָ משוגע געוואָרן פֿונעם לוקסוס. כ'וואָלט נישט געוווּסט וווּ זיך אַהינצוטאָן."

פֿריידעלע האָט אויסגעדרייט דעם קאָפּ צום אָפֿענעם פֿענצטער אַנטקעגן אונדז:

"וואָלסט זיך צוגעוווינט טײַערינקע, וואָלסט זיך צוגעוווינט."

"און וואָס טוסטו דאָ גאַנצע טעג און נעכט טײַערינקע?" — האָב איך געוואָלט וויסן.

"איך צייל דאָס געלט," האָט זי געלאַכט. "ווען מיר זײַנען געווען יונג האָט מען דען געזען אַ גראָשן פֿאַר די אויגן?", האָט זי געהאַלטן אין איין לאַכן. "האָב איך זיך געגעבן ס'וואָרט. מײַן ציל אין לעבן וועט זײַן געלט. און איך האָב עס אויסגעפֿירט."

"אָבער פֿריידעלע," האָב איך איר אַרײַנגעקוקט אין די אויגן, "די פּוסטקייט פֿון געלט עסט דיך ניט אויף אין די נעכט?"

פֿריידעלע האָט צו מאָל נישט פֿאַרשטאַנען מײַן פֿראַגע.

"איך מיין צו זאָגן פֿריידעלע, אַז דאָס לעבן איז דאָך באַזירט נישט נאָר אויף געלט. ס'איז פֿאַראַן אויף דער וועלט אויך אַ גײַסטיק לעבן."

"אַז מ'קען עס קויפֿן וועל איך עס אויך באַקומען, וויפֿל קאָסט עס?"

בײַ דער לעצטער פֿראַגע האָבן מיר זיך אָפּגעזעגנט. די יאַכטע האָט מיך צוגעפֿירט צום ברעג האָדסאָן־טײַך וווּ עס האָט אויף מיר געוואַרט די עלעגאַנטע לימוזין און מיך אַהיים גענומען. ווי נאָר איך בין אַרײַן אין שטוב האָב איך דערזען דאָס רחבֿות וואָס האָט אַראָפּגעשײַנט פֿון מײַנע ביכער־פּאָליצעס, די באַצירטע ווענט מיט די ייִדישע בילדער, דער קלאַוויר, די גיטאַרע און מײַן האַרפּסיקאָרד. איך האָב זיך דערפֿילט ווי אַ גבֿירטע אָן אַ לימוזין, אָן די יאַכטעס, אָן דעם פֿליסנדיקן האָטעל מיט די צענדליקער קיכן. אַ גליקלעך געפֿיל האָט זיך מיט אַ מאָל צעגאָסן איבער מײַנע גלידער. ווער איז רײַך? דער וואָס איז שׂמח־בחלקו, דער וואָס באַנוגנט זיך מיט דעם וואָס ער פֿאַרמאָגט.