פֿונעם אייביקן קוואַל

במשך פֿון עטלעכע פֿאָריקע וואָכן האָבן מיר באַהאַנדלט דעם סאָציאַלן תּוכן פֿון די פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם יציאת־מצרים, מתּן־תּורה און בנין־המישכּן. דער ערשטער טייל פֿונעם חומש "שמות", פֿון אָנהייב ביז "מישפּטים", ווערן באַטראַכט ווי אַ ספּעציעלער בלאָק פֿונעם חומש, וואָס ווערט אָנגערופֿן "שובֿבֿים"; דאָס איז ראָשי־תּיבֿות פֿון די ערשטע אותיות אין די נעמען פֿון די פּרשיות. אין אַן עיבור־יאָר, אַזוי ווי הײַיאָר, ווערן די סדרות, וועלכע מיר האָבן געלייענט במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן, "תּרומה" און "תּצוה", אויך אַרײַנגערעכנט ווי אַ טייל פֿונעם דאָזיקן בלאָק.

די מקובלים דערקלערן, אַז די פֿאַרגאַנגענע אַכט וואָכן זענען געווען באַזונדערס מסוגל פֿאַר אַ פּערזענלעכן תּיקון־נשמה און דעם אַלגעמיינעם תּיקון־העולם. אין אונדזערע אַנומלטיקע אַרטיקלען האָבן מיר זיך פֿאָקוסירט אויף דעם צווייטן, געזעלשאַפֿטלעכן אַספּעקט פֿון סאָציאַלן יושר און ברידערלעכע באַציִונגען צווישן מענטשן. לאָמיר אַ ביסל איבערחזרן דעם תּוכן פֿון די לעצטע אַכט פּרשיות, כּדי צו פֿאַרשטיין זייער פֿאַרבינדונג איינע מיט דער צווייטער און מאַכן אַ מין סך־הכּל, וואָס וועט אונדז העלפֿן צו פֿאַרשטיין די הײַנטיקע סדרה.

אַזוי ווי די ערשטע פּרשה אין דער גאַנצער תּורה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער אַלגעמיינער בריאת־העולם, דערציילט די פּרשה "שמות" וועגן אַ "סאָציאַלן בראשית" פֿון דער מענטשהייט. דער ערשטער טשערנאָבילער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "מאור עינים", אַז בעת די געשעענישן פֿון יציאת־מצרים איז די וועלט ממש באַשאַפֿן געוואָרן פֿון ס׳נײַ. אינעם קלאַסישן קבלה־ספֿר "פּרי עץ חיים" ווערט דערקלערט, אַז אינעם חודש תּשרי, וועלכער איז פֿאַרבונדן מיט דער באַשאַפֿונג פֿון אָדם־הראשון, איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן בלויז ווי אַן "עמבריאָן", וועלכער איז געבוירן געוואָרן ערשט נאָך יציאת־מצרים. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז ראָש־השנה — דער יום־טובֿ פֿונעם וועלט־באַשאַף און חידוש־העולם, איז פֿאַרבונדן דווקא מיט דער באַשאַפֿונג פֿונעם מענטש; אינעם צענטער פֿון דער תּורה געפֿינט זיך דער מענטש.

רבי יהודה החסיד שרײַבט אין זײַן "ספֿר חסידים", אַז ווען אָדם־הראשון וואָלט נישט געזינדיקט, וואָלטן די מענטשן געלעבט ווי אמתע ברידער; קיינער וואָלט ניט געדאַרפֿט קיין צוימען און וועכטער, און די מענטשן וואָלטן זיך געטיילט ברידערלעך מיט זייער גאַנצן האָב־און־גוטס. די אומגלײַכקייט צווישן אָרעמע־לײַט און עשירים, פֿירער און געפֿירטע, זענען, לויט רבי יהודה החסיד, אַ רעזולטאַט פֿון חטא־אָדם־הראשון. פּאַראַדאָקסיש, הייבט זיך אָן די גאַנצע הײַנטיקע מענטשלעכע ציוויליזאַציע אויך פֿונעם זעלבן מאָמענט, ווען אָדם און חוה זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַזאַ קוק אויף דער מענטשהייט שמימט מיט די פֿאָרשונגען פֿון מאָדערנע היסטאָריקער. אין די פּרימיטיווע אוראַלטע קהילות האָבן טאַקע געהערשט ברידערלעכלעכע באַציִונגען; די ציוויליזאַציע האָט געבראַכט די געשריבענע ליטעראַטור און פֿאַרשיידענע חכמות, אָבער אויך, אין דער זעלבער צײַט, היעראַרכיעס און אומגלײַכקייט. אינעם ספֿר "שערי גן־עדן" פֿונעם גרויסן מקובל רבי יעקבֿ־קאָפּל ליפֿשיץ, שטייט געשריבן, אַז פֿאַר אָדם־הראשון איז געווען אַן אַנדער וועלט, וווּ עס האָט געהערשט חסד, אָבער די מענטשן האָבן נישט געהאַט דעם עכטן פֿרײַען ווילן. די בחירה־חפֿשית, אַ גרויסע מעלה פֿון דער הײַנטיקער ציוויליזאַציע, איז געקומען אויפֿן חשבון פֿון דעם גלאָבאַלן חטא; דער מענטש האָט טועם געווען די פֿאַרבאָטענע פּרי פֿון עץ־הדעת, און געוואָרן קליגער, אָבער געליטן פֿון אַ מאָראַלישער מפּלה...

אַזוי איז געשאַפֿן געוואָרן די מענטשלעכע וועלט. די ציוויליזאַציע איז געוואָרן אַלץ געבילדעטער און קליגער, און דערגרייכט איר הויכפּונקט אין מצרים — דער אוראַלטער וועלט־צענטער פֿון חכמה און קונסט. אינעם זעלבן לאַנד האָט אָבער אויך געהערשט אַ רוצחישע שקלאַפֿערײַ. נישט געקוקט אויף אַלע מיצרישע חכמות, איז אַזאַ אומיושרדיקער שטייגער געווען בלויז אַ שאָטן, אַן "עמבריאָן" פֿון דער עכטער וועלט, וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן נאָך יציאת־מצרים, ווען דער באַשעפֿער אַליין איז, כּבֿיכול, אויפֿגעשטאַנען קעגן דעם אומיושר, באַשטראָפֿט מצרים מיט משונהדיקע מכּות און געראַטעוועט די ייִדן מיט גרויסע ניסים.

אָט דעמאָלט איז באַשאַפֿן געוואָרן די עכטע וועלט. די דאָזיקע מעשׂה איז אַקטועל נישט נאָר פֿאַר ייִדן, נאָר פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט; אין יעדן קאַמף קעגן נײַע "פּרעהס", אין אַלע באַפֿרײַונג־באַוועגונגען אַרום דער וועלט, רופֿט זיך אָפּ אַ ווידערקלאַנג פֿון יציאת־מצרים.

אין די אַנדערע פּרשיות פֿונעם חומש "שמות" ווערן באַטראַכט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, דירעקט און בדרך־רמז, אַנדערע אַספּעקטן פֿון סאָציאַלן יושר. אין די לעצטע צוויי סדרות גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי די ייִדן האָבן געבראַכט דאָס ג־טלעכע ליכט אין דער וועלט דורך זייער בשותּפֿותדיקער עבֿודה איבער דעם מישכּן. דורך דער דאָזיקער עבֿודה האָבן זיי געקאָנט ברענגען אַ תּיקון פֿאַר דער גאָרער וועלט; די זעלבע חכמות, וועלכע די געוועזענע שקלאַפֿן האָבן אויסגעלערנט אין מצרים, האָבן איצט געדינט ווי אַ קוואַל פֿון אַחדות און ברידערלעכקייט. דורך דער עבֿודת־המישכּן, וואָלט די וועלט געקאָנט דערגרייכן אַ נײַעם דיאַלעקטישן שטאַפּל, וווּ די ציוויליזאַציע און חכמות קאָנען מיטעקזיסטירן מיטן בראשיתדיקן מענטשלעכן אַחדות. ס׳איז אָבער געשען אַ טראַגישע מפּלה, ווי עס ווערט דערציילט אין דער הײַנטיקער פּרשה.

"כּי תשׂא את ראש בני־ישׂראל" — דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט משה־רבינו צו זאַמלען אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿון יעדן ייִד, ווי אַ סימבאָל פֿון אַחדות, פֿון געמיינזאַמער הילף, אין וועלכער עס האָט זיך באַטייליקט דאָס גאַנצע פֿאָלק. אין דער אמתן, איז עס אויך געווען אַ תּיקון פֿאַרן גאָלדענעם קעלבל, וועלכן די ייִדן האָבן געשאַפֿן, ווען משה־רבינו האָט פֿאַרבראַכט פֿערציק טעג אין תּענית, כּדי צו ברענגען די ערשטע לוחות, וועלכע ער האָט צעבראָכן, ווען ער האָט דערזען, אַז דאָס פֿאָלק טאַנצט אַרום אַ גאָלדענעם אָפּגאָט.

דעריבער, כּדי מכפּר זײַן פֿאַרן דאָזיקן זינד, האָט מען געזאַמלט די האַלבע שקלים פֿאַר עבֿודת־המישכּן. די הײַנטיקע פּרשה קלינגט באַזונדערס אַקטועל אין שײַכות מיט דעם פֿריִערדיקן ציקל פֿון די פּרשיות, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן יציאת־מצרים. צום באַדויערן, חזרן די מענטשן כּסדר איבער דעם חטא פֿון אָדם־הראשון, דינענדיק גאָלדענע קעלבלעך און אײַנשטעלנדיק נײַע פּרעהס; אין דער זעלבער צײַט, שטרעבן די עבֿדים זיך צו באַפֿרײַען און צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין דער וועלט, דורך אַחדות און אַהבֿת־רעים. ווען דער "מחצית־השקל" פֿון אַלטרויִסטישן חסד וועט ענדגילטיק באַזיגן די עבֿודה־זרה פֿונעם גאָלדענעם קעלבל — וועט, סוף־כּל־סוף, קומען די גאולה.