ביאָגראַפֿיעס, ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק, ליטעראַטור
חיים גראַדעס יאָקאָ־אָנאָ
חיים גראַדעס יאָקאָ־אָנאָ

ווען אַ צווייטע פֿידל וויל דווקא שפּילן די ראָלע פֿון אַ קאָנצערט־מײַסטער, דעמאָלט זעט איר ווי עס דונערט און עס בליצט אין דער כאַטע. און אַזוי ווי אַמעריקע צוזאַמען מיט דער וועלט, ריכטן אָפּ דעם זיבעציקסטן געבוירן־יאָר פֿון איין "ביטל" — אַן אָנגעזעענער מיטגליד פֿון אַ קאַפּעליע־זינגער, וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אַהער צו אונדזערע ברעגעס פֿון ענגלאַנד, ווי די היישעריקן, און פֿאַרכאַפּט אַמעריקע מיט זייער געזאַנג, מיט זייערע באַגאַבטע לידער־טעקסטן, מוזיק און העוויות, פּונקט צוגעפּאַסט צו דער שטימונג פֿון די זעכציקער יאָרן. האָט מען זיך אָנגעכאַפּט אין דער "ביטלעמאַניע," ווי צו הייסע לאָקשן, און מ׳לאָזט זיי נישט רוען ביזן הײַנטיקן טאָג.

מיר ווייסן אויך, אַז ס׳האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען אַ חבֿרה "באַבי־סאַקטערס." דערמיט קען מען באַצייכענען יונגע מיידלעך און ייִנגלעך, אָנגעזאַפּט מיטן עקסטאַז פֿון זייערע פֿלאַמיקע האָרמאָנען און ענערגיע, האָבן זיי באַלאַגערט די "ביטלס" ווי פֿליגן אויף פֿליגן־פּאַפּיר, וואָס הענגט אַראָפּ פֿון דער סטעליע, מיט געוואַלדן און געשרייען, מיט פֿאַלן אין חלשות און אויסרײַסן זיך די גאָרגלען; דער עיקר — צוצוקומען וואָס נעענטער צו די אימפּאָרטירטע זינגער. דער אמת איז, אַז זיי קומען פֿון קליינינקע שטעטלעך אין ענגלאַנד און האָבן נישט געוווּסט לגמרי מיט וואָס מ׳עסט עס.

אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, האָבן זיך יונגע מיידלעך געלאָזט ווי די בינען צו יעדן איינעם פֿון די זינגפֿייגל, מיטן ציל כאָטש באַמערקט צו ווערן פֿון דער פֿינגער־טאַנצנדיקער קאַפּעליע מיט זייערע גיטאַרעס. די "ביטלס" האָבן זיך גאָרנישט געריכט אויף אַזאַ מין אויפֿנאַמע אין דעם אַמעריקע. דאָ האַנדלט זיך אויך וועגן די פּוסט־און־פּאַסטניקעס, די מיידן וואָס שטרעקן אויס זייערע הונגעריקע אָרעמס צו די "ביטלס" און חלשן, אפֿשר פֿאָרט וועט זיי געלונגען באַמערקט צו ווערן פֿון אַזאַ מין זינגענדיקער קאַפּעליע.

מען מוז אָבער זײַן אַזוי געניט און ראַפֿינירט ווי יאָקאָ־אָנאָ, אַזוי ציל־באַוווּסטזיניק ווי יאָקאָ־אָנאָ, אַזוי מאַניפּולירנדיק ווי יאָקאָ־אָנאָ צו פֿאַרכאַפּן דעם פֿאַרהייראַטן דזשאַן לענאָן, און אויף אַזוי פֿיל אים פֿאַרדרייען דעם קאָפּ, ביז יענער האָט באַוויליקט אונטער איר כּישוף אונטערצוגעבן זיך און איר "געשטעלט אַ חופּה." איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון אַ וועלכער גזע אָט די יאָקאָ־אָנאָ ציט איר ייִחוס, צי זי איז אַ יאַפּאַנעזערקע, צי אַ קאָרעאַנקע; אַ וויעטנאַמקע צי אַ לאַאָסיאַנקע. מיט איין וואָרט — זי איז אַן אַזיאַטקע און זי האָט אים זאַטאַשטשעט.

יאָקאָ־אָנאָ איז געווען שטאַרק אַמביציעז. זי האָט אויך געלעכצט באַקאַנט צו ווערן, אָנערקענט צו ווערן. איר בילד צוזאַמען מיט איר מאַן, אָנגעטאָן און אויסגעטאָן, האָט אַראָפּגעשײַנט פֿון צענדליקער וועלט־זשורנאַלן, טעלעוויזיע, פּליטעס און צײַטונגען. זשורנאַליסטן האָבן געפֿירט מיט איר אינטערוויוען, פֿאָטאָגראַפֿיסטן האָבן איר בילד פֿאַרעפֿנטלעכט וווּ נאָר אַ געדרוקט בלעטל. זי האָט געטראָגן אַ בערעטל, און אַז מ׳האָט געדאַרפֿט, האָט זי אַראָפּגענומען דאָס בערעטל, שמייכלענדיק און ערנסט. דער עיקר, זי האָט זיך דאָביוועט, און די חבֿרה "ביטלס" האָבן זיך טאַקע באַקלאָגט, אַז זי האָט איבערגענומען די לייצעס, איזאָלירט זייער הויפּט־זינגער און אָנגעמאַכט אַ צוזאַמענשטויס צווישן זיי אין דער גרופּע.

אין חיים גראַדעס פֿאַל, איז זײַן יאָקאָ־אָנאָ נישט געלונגען באַרימט צו ווערן ווי יאָקאָ־אָנאָ. אינאַ גראַדע, די פֿרוי פֿון איינעם פֿון די גרעסטע ייִדישע בעלעטריסטן און פּאָעטן, האָט אויך געוואָלט שפּילן די צווייטע פֿידל, געוואָלט אָנערקענט ווערן, געשיקט בריוו אין דער רעדאַקציע פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס," זיך געלאָזט פֿאָטאָגראַפֿירן מיט חיימען און אָן חיימען. און דאָ קומען מיר צום רעכטן גערעכטן. די אָריגינעלע יאָקאָ־אָנאָ איז נישט געשטאַנען איר מאַן אין וועג. זי האָט נאָר געוואָלט פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון באַרימטקייט. זי האָט זיך דערווײַל נישט געמישט אין זײַנע מוזיקאַלישע געשעפֿטן. אָבער מיט דער צײַט האָט זי זיך אויך גענומען מישן אין דער צוזאַמענאַרבעט פֿון די "ביטלס," און פּאַמעלעך, פּאַוואָליע האָבן זיך די "ביטלס" צעשיידט; יעדער פֿון זיי איז געגאַנגען פֿאַר זיך. איך בין זיכער, אַז דזשאַן לענאַן, וועלכער איז דערשאָסן געוואָרן פֿאַר זײַן הויז אין מאַנהעטן אין די אַכציקער יאָרן, האָט נישט געפֿילט דעם ריס; און אפֿשר האָט ער עס יאָ געפֿילט, אָבער ס׳איז שוין געווען צו שפּעט, די שפּין האָט אים באַלאַגערט פֿון אַלע זײַטן און פֿאַרדײַעט.

אין גראַדעס פֿאַל איז אָנגעגאַנגען אַן אַנדער וואַקכאַנאַליע. ערשטנס, האָט זײַן יאָקאָ־אָנאָ דערווײַטערט אַלע זײַנע פֿרײַנד און פֿאַרערער, איזאָלירט אים פֿונעם אַקס פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה. צווייטנס, האָט זײַן יאָקאָ־אָנאָ איבערגענומען די לייצעס; זי האָט זיך גענומען מישן אין די איבערזעצונגען פֿון זײַנע ווערק. זי האָט אויך געוואָלט אָנערקענט ווערן ווי אַ באַלערנדיקע און אײַנפֿלוסרײַכע פֿיגור אין חיימס לעבן. האָט זי פּרובירט מיטצואַרבעטן מיט יעדן איבערזעצער, און פֿאַרשאַפֿן זיי גרויס עגמת־נפֿש. זי איז בשום־אופֿן נישט געווען מסוגל צו קאָנקורירן מיט אים, ווײַל איר האָט געפֿעלט חיימס וויסן, חיימס טאַלאַנט און חיימס ייִדיש־ייִדישלעכע ירושה.

איך ווייס צו מאָל נישט פֿון אַ וועלכער גזע זי האָט אָפּגעשטאַמט. איך ווייס נאָר איין זאַך, אַז חיים האָט זי אָפּגעזוכט אין ווײַטן רוסלאַנד וווּ ער איז געווען אויף פֿאַרשיקונג אין צײַט פֿון דער מלחמה און כאָטש זי גיט אָן אַלערליי פֿאַקטן פֿון איר אָפּשטאַם, איז נאָך קיינעם נישט אײַנגעפֿאַלן און נישט געלונגען צו דערגיין איר אָפּשטאַם. קיינעם איז נאָך נישט געלונגען צו דערגיין פֿון וואַנען די פּלוניתטע האָט אָפּגעשטאַמט, און פֿון וועמען, לויט איר נוסח, וואָלט מען געקענט צונויפֿשטעלן אַ וואַנט מיט אַ וואַנט.

אַלץ וואָס מען ווייסט איז, אַז זי איז געווען אין עלטער פֿון זעכצן אָדער זיבעצן, בעת חיים אַליין האָט שוין אָנגעשפּאַרט די דרײַסיקער. חיים האָט פֿאַרמאָגט אַ פֿרוי און אַן אַלטע מאַמע פֿון פֿאַר דער מלחמה. זײַן מאַמע פֿיגורירט אין אַ סך פֿון זײַנע פּאָעטישע ווערק, וווּ ער באַוויינט זײַן מאַמע מיט ביטערע טרערן. ער האָט זי באַוויינט ווי מ׳באַוויינט אַ יונג קינד וואָס האָט אויסגעהויכט די נשמה. די מאַמע האָט זיך פֿאַר חיימען ממש מקריבֿ געווען. זי איז געשטאַנען זומער און ווינטער אויפֿן מאַרקפּלאַץ אין ווילנע און געהאַנדלט מיט פֿאַרפֿרוירענע אָדער צעקוועטשטע עפּעלעך. פֿאַרשטייט זיך, אַז ווען חיים איז צוריקגעקומען קיין ווילנע נאָך דער מלחמה, מיט דער יונגיטשקער בחורטע, האָט ער ערשט דערזען דעם חורבן מיט אייגענע אויגן. אויפֿן זעלבן מאַרקפּלאַץ האָבן שוין די ליטווינער געהאַנדלט מיט הערינג און זיי אײַנגעוויקלט אין די בלעטער פֿון אונדזערע הייליקע ספֿרים.

חיים האָט זיך דערווײַל אָפּגעשטעלט אין פּאַריז און פֿון דאָרט געקומען קיין אַמעריקע. פֿאַרשטייט זיך, אַז ער האָט פֿון יענעם מאָמענט אָן גענומען שאַפֿן זײַנע וויכטיקסטע ווערק, אין דער צײַט ווען יצחק באַשעוויס־זינגער האָט שוין געהאַט איבערגעזעצט זײַנע דערציילונגען און קורצע ראָמאַנען אויף ענגליש. גראַדע האָט דווקא געהאַלטן, אַז מען טאָר נישט איבערזעצן ווערטפֿולע ייִדישע ווערק. ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען, אַז אַמעריקע איז אַ האַנדלס־פּלאַץ וווּ מען מוז זיך האַנדלען.

זײַן נײַ ווײַבל, אויב ער האָט מיט איר בכלל געשטעלט אַ חופּה, האָט זיך גענומען מישן אין חיימס געשעפֿטן. יעדעס מאָל ווען ס׳איז געקומען צו אַן איבערזעצונג, האָט זי געפֿירט אַ קאַמף מיט דעם איבערזעצער. זי האָט געהאַלטן אַז איר נאָמען זאָל שטיין פֿון פֿאָרנט ווי אַן איבערזעצערין. ווייניק איבערזעצער האָבן זיך געוואָלט אונטערנעמען איבערצוזעצן חיימס ווערק צוליב איר. און די בעסטע פֿון זיי האָבן זיך נישט געוואָלט פֿאַרפּלאָנטערן אין איר געוועב.

און ווען יצחק באַשעוויס־זינגער האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור אין 1978, איז אינאַ גראַדע אַרויס פֿון די כּלים. חיים האָט דערווײַל באַקומען אַ האַרץ־אַטאַק. אינאַ האָט נישט אויפֿגעהערט צו שרײַבן בריוו און שיקן דעפּעשן אין דער "ניו־יאָרק טײַמס," אַז די פּרעמיע געהערט חיימען און נישט דעם "אויסוואָרף" באַשעוויסן. אַלע האָבן פֿון איר חוזק געמאַכט און געלאַכט.

ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן, האָט אינאַ געקלונגען זײַן דאָקטער, יונה גאָטעסמאַן, און אים אָנגעזאָגט די בשׂורה אַז חיים האָט באַקומען אַ האַרצשלאַג און אַז זי פֿירט אים קיין באָסטאָן צו די בעסטע דאָקטוירים. דערווײַל האָט זי אים באַגראָבן ערגעץ אין "ניו־דזשוירזי." קיינער איז נישט געווען בײַ דער לוויה, מ׳ווייסט צו מאָל נישט צי אַ רבֿ האָט געמאַכט אַ הספּד און אַן אל מלא רחמים.

איר סוף איז געווען אַ ביטערער. זי האָט זיך אײַנבאַריקאַדירט אין איר דירה אין דער בראָנקס, צווישן די טויזנטער פֿאַרפּראָפּטע און פֿאַרשטויבטע ביכער און כּתבֿ־ידן, מאַנוסקריפּטן און טויזנטער בריוו. צום סוף איז זי שוין נישט געווען מסוגל אויפֿצושטיין פֿון בעט, און ווען זי איז געשטאָרבן, האָט מען זיך אַרײַנגעריסן אין איר דירה און דערזען דעם שליאָך, די פֿאַרלאָזטע ווירטשאַפֿט אין די צימערן פֿון איר דירה. זי האָט קיינעם נישט פֿאַרקויפֿט חיימס ליטעראַרישע ירושה, נאָר איבערגעלאָזט אַ לעגיטימע צוואה, וואָס מ׳זוכט זי נאָך אַרום עד־היום. אַ שטאָט־מאַגיסטראַט, וואָס האָט קיין מאָל נישט געהערט פֿון חיים גראַדען, האָט איבערגענומען דערווײַל די רעכט פֿונעם ליטעראַרישן פֿאַרמעגן. אַזאַ ביטערן סוף האָט אונדזער גרעסטער ייִדישער שרײַבער זיך דאָביוועט.

יאָקאָ־אָנאָ מאַכט ביזן הײַנטיקן טאָג אַ משוגן לעבן. מיליאָנען פֿון איר מאַנס מוזיקאַלישער ירושה פֿאַלן אַרײַן אין איר בײַטל. אינאַ גראַדע איז געשטאָרבן אָן אַ גראָשן געלט בײַ דער נשמה.

דער נימשל פֿון דער געשיכטע איז אַזאַ: זײַט פֿאָרזיכטיק מיט וועמען איר פֿאַרבינדט אײַער גורל.