שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

איך געפֿין זיך אין אַ חסידישער געזעלשאַַפֿט, אַָנגעטאַָן גלײַך ווי אַלע אין פֿולן טראַַדיציאַָנעלן לבֿוש. נאַָר טיף אינעווייניק, בין איך פֿאַַרליבט אינעם לעבן מיט מײַן גאַַנצן האַַרצן. איך האַָב ליב דאַָס לעבן נישט מיט עגאַָיִזם, נאָר מיט אמתער אויפֿריכטיקער ליבשאַַפֿט. איך וואַָלט פֿאַַר איר אַַפֿילו מײַן לעבן מקריבֿ געווען...

איך האַָב ליב מענטשן, נישט וויכטיק, צו וועלכער קולטור אַָדער ראַַסע זיי געהערן. מײַן בליק אויף דער וועלט איז אין גאַַנצן אַַ פֿאַַרקערטער פֿון דעם, ווי איך בין דערצויגן געוואַָרן. איך באַוווּנדער די שיינקייט פֿון דער וועלט, און איך פֿיל לעצטנס אַַלץ מער ווי דאַָס פֿאַַרבלײַבן אין דער חסידישער געזעלשאַַפֿט, איז מיר פּשוט דערעסן געוואָרן. עס גייט אַַזוי ווײַט, אַז איך האַָב פּשוט נישט מיט וועמען אויסצוטוישן אַַ וואַָרט (עס איז אַַוודאי נישטאַָ פֿאַר וועמען צו אַנטדעקן אַזעלכע געפילן). ייִדישקייט איז מיר זייער ליב, אָבער עס איז, למעשׂה, נישט מער ווי איין קליינער, שיינער טייל פֿון דער גרויסער וועלט.

דאַָס איבערקלערן מײַן אמונה האַָט מיך שטאַַרק באַַשעפֿטיקט אַַ לענגערע צײַט, און ווי שטאַַרק איך האַָב געפּרוּווט צו פֿאַַרענטפֿערן די ספֿקות אין האַַרצן, האַָבן זיי מיך לעצטנס געשמיסן אין פּנים מיט דעם גאַנצן אמת. איך וועל נישט אָנגעבן קיין פּרטים, גענוי וואַָס איך מיין, נאָר דאָס — אַז מיין ייִדישקייט, ווי שטאַרק איך האָב דאָס ליב, האָט זיך צעשאָקלט ביזן יסוד. איך האָב נישט געגלייבט, אַז איך וועל אַמאָל זיך געפֿינען אין אַזאַ מצבֿ, אָבער איך קוק דעם אמת גלײַך אין פּנים אַרײַן און פֿאַרשטיי, אַז איך קען נישט ווײַטער אָנגיין אַזוי מיטן לעבן אין דער פֿרומער וועלט.

איז אָבער די פּראָבלעם, וואָס איך בין אַ חתונה־געהאַטער יונגער־מאַן, 25 יאָר אַלט, מיט דרײַ זיסע טעכטערלעך. דאָס טראַכטן וועגן דעם צעשיידן זיך איז מיר זייער שווער. מיט מײַנע געפֿילן וואָלט איך נאָר משלים געווען ווען עס איז נישטאָ קיין אַנדער ברירה. מײַן הויפּט־פֿראַגע איז, צי איך באַגיי נישט דערמיט אַ שווער פֿאַרברעכן קעגן מײַן פֿאַמיליע, ווען איך לאָז זיי איבער אַליין, צוליב מײַנע אייגענע געפֿילן צו דער וועלט?

איך האָב דערוועגן געשמועסט מיט מענטשן וואָס איך געטרוי; איינער האָט מיר געזאָגט, אַז איך טאָר דאָס נישט טאָן. אַ צווייטער האָט געזאָגט, אַז איך מוז דאָס טאָן. דעם אמת גערעדט, וואָלט דאָס לעבן ווײַטער אין אַ פֿרומען לעבנסשטייגער איצט געמיינט פֿאַר מיר זעלבסטמאָרד. איך האָב איבערהויפּט נישט דעם כאַראַקטער וואָס קען אָפּשפּילן אַ לעבן פֿון אַ פֿרומען, ווען אינעווייניק בין איך דערמיט נישט מסכּים. איך בין נישט קיין פֿאַלשער, און איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן, איך זאָל אַזוי ווײַטער לעבן. ווער רעדט נאָך, ווען איך האָב קיין שום געזעלשאַפֿט נישט אַרום זיך, און עס איז פֿאַר מיר, סײַ ווי, פאַרשלאָסן יעדע מעגלעכקייט הנאָה צו האָבן פֿון אַ געזעלשאַפֿט אין דער פֿרומער קהילה. אוי, ווי עס רײַסט מיך צום לעבן...

ובכן, לאָמיר זאָגן, אַז אַ צעשיידונג איז אומפאַרמײַדלעך; ווערט מיר ווידער שווער צו באַַשטימען, ווי אַזוי איך זאָל באַהאַנדלען, אין אַלגעמיין, די באַציִונגען מיט פֿרויען וואָס איך באַגעגן. צום בײַשפּיל, האָט מיך עמעצער לעצטנס באַקענט מיט אַ פֿרוי אין אַן ענלעכער סיטואַציע ווי איך; איינע וואָס טראָגט דעם גאַנצן טראַדיציאָנעלן לבֿוש. זי איז זייער אַ זיסע פֿרוי, מיטן פּנים צו דער וועלט. זי איז שוין אַריבער אַ גט קורץ נאָך איר חתונה, נאָר זי ווייסט נישט ווי אַזוי זיך צו באַציִען צו אירע עלטערן. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט איר, כּדי מיר זאָלן די שוועריקייטן דורכשמועסן. איך בין אָבער בײַ מיר נישט זיכער געווען, צי איך האָב דאָס געמעגט טאָן ווײַל לויט די פֿרומע כּללים, איז דאָס טרעפֿן זיך מיט אַ פֿרוי אַליין פֿאַררעכנט ווי אַ פֿאַרראַט קעגן דעם ווײַב. דאַרף איך דעריבער אַליין באַשליסן, ווי ווײַט איך מעג גיין אין שײַכות מיט דעם ענין, אין דער צײַט וואָס די הלכה דיקטירט מיר נישט מער, אָבער איך פֿיל אַ פֿליכט צו מײַן ווײַב.

איך זע נישט קיין סיבה זיך אָפּצוזאָגן אין גאַנצן פֿון שמועסן מיט ווײַבער, אַזוי ווי איך האָב ביז הײַנט געטאָן, ווײַל איך גלייב נישט מער אין דער גלייכקייט פֿון דעם פֿרומען לעבנסשטייגער. לויט מײַן פֿאַרשטאַנד, פֿרעג איך זיך, ווי ווײַט מעג איך "גיין" מיט דער פֿרוי: מעג איך נאָר שמועסן, אָדער אויך אָנרירן, גלעטן, קושן זי... (איך בין זיך מודה, אַז איך האָב יענע פֿרוי, אין אַ שוואַכן מאָמענט, געגעבן אַ לײַכטן קוש אין דער באַק. דאָס איז אָבער געשען צוליב אַ טיפֿערער בענקשאַפֿט נאָך פֿרויען, וואָס האָט מײַן האַרץ אין גאַנצן אויפֿגעפֿרעסן אין דער צײַט, וואָס איך קען צו זיי קוים אויסרעדן אַ וואָרט אין דעם פֿרומען לאַגער). איך ווייס בײַ זיך מיט אַ זיכערקייט, אַז איך וועל זיך נישט אַרײַנלאָזן אין פּראָבלעמען, ווי לאַנג איך בין אַ חתונה־געהאַטער, און אַפֿילו נאָך אַ גט, וועל איך זיך נישט פֿירן מיט הפֿקרות. איז אָבער מײַן פֿראַגע, ווי אַזוי זיך צו פֿירן דערווײַל? וואָס זענען די גדרים און וווּ שטייען די גרענעצן?

עס איז קיין ספֿק נישט, אַז מײַן פֿרוי וועט מיר נישט נאָכגיין אין מײַן וועג, אַפֿילו אַ טראָפּן. זי האָט מיר ערשט געזאָגט, אַז ווען איך זאָל פֿאַרלאַנגען פֿון איר צו ווערן נאָר אַ ביסל מאָדערן, וואָלט זי מיך פֿאַרלאָזט.

איך האָף, אַז איך האָב גענוג קלאָר אַרויסגעברענגט דעם אומקלאָרן מצבֿ אין וועלכן איך געפֿין זיך. אפֿשר קענט איר מיר עצהן, ווי אַזוי קאָן מען ווייניקער וויי טאָן מײַנע אַרומיקע. צום בײַשפּיל, זענען מײַנע עלטערן מיר זייער געטרײַ, זייער איבערגעגעבן, און איך קען מיר נישט פֿאָרשטעלן, ווי שווער זיי וועלן אַזאַ זאַך אַויפֿנעמען. זיי האָבן מיר קיין שלעכטס נישט געטאָן, פֿאַרוואָס זשע זאָל איך זיי דאָס טאָן? עס האָט אָבער די שיינקייט פֿון לעבן מיך עלעקטריזירט. עס האָט מײַן אמונה מיך פֿאַרראַטן, און איך אַליין בין געבליבן בלויז מיט ליבע צו דער וועלט וואָס וואַרט קוים, קוים אויף מיר, איך זאָל אַרײַנפֿאַלן אין אירע ליבע, זיסע צעעפֿנטע אָרעמס. אוי, ליבע וועלט, איך שענק דיר מײַן האַרציקסטן קוש און לאָז פֿאַלן טרערן יעדעס מאָל וואָס איך נעם דיך אויפֿן זכּרון.

איך וואַרט אומגעדולדיק אויף אײַער ענטפֿער. אויב איר וועט מיר ענטפֿערן, איך זאָל בלײַבן אין דעם מצבֿ ווי איך שטיי יעצט, גיט מיר, ביטע, גלײַך דערמיט אויך אַ טעלעפֿאָן־נומער פֿון אַ פּסיכיאַטער מיט וועמען איך זאָל שטיין אין שטענדיקער פֿאַרבינדונג. איך בין פֿאַרביטערט, און פֿאַרליר דעם גאַנצן מוט ווײַטער אָנצוגיין. גיט מיר צו פֿאַרשטיין גענוי, וואָס איך דאַרף טאָן, לויט אײַער מיינונג צו לייזן דעם גרויסן פּלאָנטער אין מײַן לעבן.

פֿאַרוויינטע אויגן


טײַערע פֿאַרוויינטע אויגן,

אַ דאַנק אײַך, וואָס איר האָט אונדז אַלעמען דערציילט אײַער געשיכטע. איך ווייס, אַז דאָס בעטן פֿאַר הילף איז נישט לײַכט. אָבער איך גלייב, אַז ס'איז וויכטיק, מע זאָל הערן אײַער געשיכטע, ווײַל עס קען זײַן, אַז אַנדערע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געפֿינען זיך אין אַן ענלעכן מצבֿ ווי איר, און זיי דאַרפֿן פֿאַרשטיין, אַז זיי, און אויך איר, זענט נישט אַליין.

איך קען אײַך נישט עצהן אַוועקצוגיין אָדער צו בלײַבן. איר דאַרפֿט זיך שטעלן אין קאָנטאַקט מיט אַ פּסיכאָלאָג אָדער מיט אַ פּאַסיקן סאָציאַל־אַרבעטער, וועלכער וועט זיך באַקענען מיט אײַך במשך פֿון אַ לענגערער צײַט, און וועלכער וועט אײַך קענען העלפֿן באַטראַכטן די ברירות אין אײַער לעבן, כּדי מע זאָל מאַכן דעם בעסטן באַשלוס פֿאַר אײַך און אײַער משפּחה.

עס איז פֿאַראַן אַן אָרגאַניזאַציע (Footsteps http://www.footstepsorg.org ) וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט דעם ציל צו העלפֿן מענטשן אין אַזאַ מצבֿ ווי דער, אין וועלכן איר געפֿינט זיך. מע קען דורך זיי געפֿינען גרופּע־סעסיעס, עצה־געבערס, סאָציאַלע דינסטן, ווי אַ קלאַס אין ענגליש. Footsteps פֿאַרשטייט, אַז די מענטשן וואָס פֿאַרלאָזן די חסידישע קהילה, זענען געגליכן צו נײַע אימיגראַנטן אין אַמעריקע, וואָס נייטיקן זיך אין טרענירונג און דערציִונג, כּדי זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער נײַער געזעלשאַפֿט.

איך זאָרג זיך, ווען איך לייען, אַז דער וועג אויף וועלכן איר גייט איצט, איז ווי זעלבסטמאָרד. מסתּמא, מיינט איר דאָס מעטאַפֿאָריש, אָבער איך פֿרעג אײַך, צי איר האָט אַמאָל טאַקע באַטראַכט צו באַגיין זעלבסטמאָרד? אויב יאָ, דאַרפֿט איר תּיכּף געפֿינען אַ פּסיכיאַטער, אַפֿילו אויב דאָס מיינט, אַרײַנגיין אין אַ שפּיטאָל. כאָטש דאָס איז אַ שווערע צײַט פֿאַר אײַך, געדענקט, אַז איר זענט אַ קלוגער יונגער־מאַן און דאָס גאַנצע לעבן ליגט פֿאַר אײַך אָפֿן.

צום סוף וויל איך זאָגן, אַז די אידעאַלן, וואָס איר הייבט אַרויס ווי דווקא יענע וואָס אונטערשיידן אײַך פֿון אײַער קהילה — אַ ליבלעכע וועלט, שיינקייט אין דער נאַטור, זיך זאָרגן וועגן מענטשן פֿון אַלע ראַסן און רעליגיעס — זענען בפֿירוש ייִדישע ווערטן אין אַ סך ייִדישע קהילות — לה׳ באָרץ ומלואה תּבֿל וישבֿי בֿה. אפֿשר, ווען ענן־וערפֿל זענען אויפֿגעקלערט געוואָרן, וועט איר אויסגעפֿינען דורך ייִשובֿ־הדעת, אַז אײַער אמונה האָט זיך געביטן, אָבער איז נישט פֿאַרלוירן געגאַנגען.

איר שרײַבט זייער שיין. אפֿשר וועלן אײַערע ווערטער אָנרירן אַנדערע, וואָס ראַנגלען זיך פּונקט ווי איר.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024