פֿונעם אייביקן קוואַל

דער ערשטער טייל פֿון די חמישה־חומשי־תּורה — "בראשית" — פֿאָקוסירט זיך אויף דער טעמע פֿון וועלט־באַשאַפֿונג; אויף די וואָרצלען פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע, מיט אירע מעלות און חסרונות; און אויף דער אורגעשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער אינהאַלט שטימט מיט דעם נאָמען פֿונעם דאָזיקן תּורה־טייל, וועלכער הייבט זיך אָן מיט אַ גרויסן אות "בית", וואָס סימבאָליזירט די דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם באַשעפֿער אָדער, פֿילאָסאָפֿיש גערעדט, צווישן סוביעקט און אָביעקט.

אין דער אמתן, איז נישטאָ קיין אַנדער מציאות, מחוץ דעם ג־טלעכן אַבסאָלוט; אַלע זאַכן אין דער וועלט זענען בלויז אַנטפּלעקונגען פֿון זײַן ליכט; לגבי אונדז בלײַבט אָבער די וועלט תּמיד אַ צווייזײַטיקע. דער מענטשלעכער שׂכל, אינעם געוויינטלעכן באַקאַנטן צושטאַנד פֿונעם באַוווּסטזײַן, קאָן נישט טראַכטן נישט שטעלנדיק אַ גרענעץ צווישן דעם אייגענעם "זיך", דער סוביעקט, און דעם אַרום — די וועלט פֿון אָביעקטן.

דער אות "בית", דער צווייטער אינעם אַלף־בית, וואָס זעט אויס ווי צוויי האָריזאָנטאַלע ליניעס, פֿאַראייניקט מיט אַ ווערטיקאַלן שטריך, סיבאָליזירט די דאָזיקע צוויייִקייט פֿון דער וועלט. אונדזער שׂכל זעט אויס ווי אַ זאַך פֿאַר זיך — און פֿאָרט בלײַבט ער תּמיד באַחדות מיט דער ג־טלעכער גאַנצקייט פֿון אַלץ.

דער צווייטער טייל פֿונעם חומש הייסט "שמות" — "נעמען". ווי מיר האָבן געוויזן אין די פֿאָריקע פּרשיות, ווערן דאָרטן כּסדר באַהאַנדלט געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס — פֿון יציאת־מצרים ווי אַ באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ ביז דעם אויפֿבוי פֿונעם מישכּן ווי אַ קאָאָפּעראַטיווע אַחדותדיקע אַרבעט לשם־שמים. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז דער נאָמען פֿונעם דאָזיקן תּורה־טייל אויך טיף פֿאַרבונדן מיטן אינהאַלט. די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט באַשטייט פֿון יחידים — פֿון פּערזענלעכע נעמען.

נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַחדות איז זייער נייטיק און וויכטיק, שטעלט די גאַנצע מענטשהייט מיט זיך פֿאָר נישט געזיכטלאָזיקע מאַסן, נאָר אַ קאָלעקטיוו פֿון אוניקאַלע פּנימער און פּערזענלעכקייטן. די הייליקע שמות ווײַזן אָן אויף פֿאַרשיידענע גײַסטיקע דרכים, קוקווינקלען און באַציִונגען. דער אייבערשטער אַליין — אין־סוף — האָט נישט און דאַרפֿט נישט קיין נאָמען. אַלע ג־טלעכע שמות זענען פּערזענלעכע וועגווײַזער פֿאַר אונדז — מענטשן.

דערפֿאַר קאָן מען זאָגן, אַז "שמות" איז טאַקע דער בעסטער באַגריף פֿאַר דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט. דאָס וואָרט "עולם" מיינט פּשוט אַ וועלט, דאָס וואָרט "ציבור" — אַ פֿאַרזאַמלונג, דאָס וואָרט "המון" — אַ מאַסע. אין דער אמתן, אָבער, באַשטייט די געזעלשאַפֿט פֿון אוניקאַלע נעמען.

פֿון הײַנט אָן הייבן מיר אָן לייענען דעם דריטן, מיטעלן טייל פֿונעם חומש, וואָס הייסט "ויקראָ", וווּ עס גייט אַ רייד, בדרך־כּלל, וועגן די קרבנות. צוליב דעם, ווערט דער דאָזיקער טייל פֿון דער תּורה אויך אָנגערופֿן "תּורת־הכּהנים".

ס׳איז פֿאַראַן אַ מינהג, לויט וועלכן מע הייבט אָן לערנען תּורה מיט קליינע קינדער פֿון די ערשטע פּאָר פּסוקים אין דער הײַנטיקער פּרשה: "ויקרא אל משה, וידבר ה׳ אליו מאהל מועד לאמר: דבר אל בני ישׂראל ואמרתּ אלהם אָדם כּי יקריבֿ מכּם קרבן לה׳...". בוכשטעבלעך, מיינען די דאָזיקע פֿראַזעס דאָס פֿאָלגנדיקע: "און ער האָט גערופֿן משה, און דער אייבערשטער האָט אים געזאָגט: רעד מיט די ייִדן און זאָג זיי, אַז ווען אַ מענטש פֿון אײַך וועט ברענגען אַ קרבן..." ווײַטער זאָגט אונדז די תּורה אָן, וואָס פֿאַר אַ מין קרבן זאָל מען ברענגען און ווי אַזוי.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז אין דער ערשטער פֿראַזע, פֿון וועלכער עס הייבט זיך אָן דער גאַנצער חומש "ויקראָ", איז נישטאָ קיין סוביעקט. "און ער האָט גערופֿן" — ווער האָט גערופֿן? ווײַטער פֿאַרשטייען מיר, אַז דער רוף איז געקומען פֿון אויבן, פֿונעם אייבערשטן. בײַם סאַמע אָנהייב איז עס, אָבער, נישט קלאָר. ס׳איז אויך אינטערעסאַנט, אַז דאָס וואָרט "ויקראָ" ווערט פֿאַרשריבן אין דער ספֿר־תּורה מיט אַ קליינעם "אַלף".

די חז״ל זאָגן, אַז משה רבינו האָט זיך געקליבן פֿאַרשרײַבן אין דער תּורה, צוליב זײַן באַשיידנקייט, אַז די נבֿיאיִשע ווערטער האָבן אים "צופֿעליק אָנגעטראָפֿן" — "ויקר", אָן אַן "אַלף". דאָס הייסט, ער האָט געוואָלט באַטאָנען, אַז ער איז בלויז אַ פּשוטער מענטש, וועלכן ס׳איז אויסגעפֿאַלן צו דינען ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן דעם אייבערשטן און דעם ייִדישן פֿאָלק. דערפֿאַר האָט ער פֿאַרקלענערט דעם "אַלף" אינעם וואָרט "ויקראָ".

אין פֿאַרגלײַך מיטן אות "בית", וואָס באַצייכנט די צוויייִקע באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם, איז דער אות "אַלף" אַ סימבאָל פֿון אייניקייט. אַ מענטשלעכער סוביעקט פֿאַר זיך איז תּמיד אַן איינס, אַן "אַלף". פֿונדעסטוועגן, האָט דער דאָזיקער אות אויך אַ געוויסע אינערלעכע סטרוקטור. די מקובלים דערקלערן, אַז מע קאָן עס צעטיילן אויף דרײַ אותיות — צוויי "יודן" און אַ "וואָוו", וועלכע האָבן בסך־הכּל די זעלבע גימטריא ווי דער שם־השם.

אין דער אמתן, הגם אונדזער "זיך" זעט פֿאַר אונדז אויס ווי אַן אומצעטיילבאַרער איינס, קומען אין אונדזער באַוווּסטזײַן כּסדר פֿאָר פֿאַרשיידענע פּסיכאָלאָגיש־גײַסטיקע פּראָצעסן. מע קאָן זאָגן, די אותיות פֿונעם הייליקן נאָמען פֿונעם אייבערשטן, וועלכע רעפּרעזענטירן די ג־טלעכע כּוחות פֿונעם וועזן, "פֿאָקוסירן" זיך אין אונדזער נשמה.

מיר טראַכטן אַמאָל, אַז עפּעס אַ מחשבֿה קומט "צופֿעליק" אויף אין אונדזער שׂכל און דערנאָך פֿאַרשטייען מיר, אַז ס׳איז געווען אַ שטיקל נבֿואה פֿון אויבן. בײַם אָנהייב טראַכט אַ מענטש, אַז ס׳איז בלויז "ויקר" — עפּעס האָט מיט אים פּאַסירט אָדער געקומען אויפֿן זין אָן אַ קלאָרער סיבה; שפּעטער זעט ער פֿאָרט, אַז ס׳איז "ויקראָ" — אַ ג־טלעכער רוף. אַזעלכע מאָמענטן פֿון אינספּיראַציע טרעפֿן זיך בײַ יעדן מענטש, נישט נאָר מיט גרויסע צדיקים.

הײַנט זענען נישטאָ קיין קרבנות און, הגם די ייִדן בעטן דעם באַשעפֿער יעדן טאָג אין די טאָג־טעגלעכע תּפֿילות צו ברענגען צוריק דעם בית־המיקדש, באַטאָנען אַ צאָל פּראָמינענטע רבנים, אַז אין דער צוקונפֿט וועט מען דאָרטן נישט מקריבֿ זײַן קיין בהמות. פֿאַרוואָס איז די טעמע פֿון קרבנות אַזוי וויכטיק, אַז פֿון דעם הייבט מען אָן לערנען דעם גאַנצן חומש מיט אַ קינד?

דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו, ווי אַזוי די מענטשן זאָלן ברענגען קרבנות "פֿון זיך" — "אָדם מכּם". דער עיקר־קרבן איז נישט די בהמות, נאָר דאָס מסירת־נפֿש — די באַוויליקייט זיך אָפּצוגעבן פֿאַר אַ גוטן צוועק, די פֿעיִקייט צו פֿאָלגן דעם פּערזענלעכן ג־טלעכן רוף. דערפֿאַר איז דער נאָמען פֿונעם דריטן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה אויך טיף צוגעבונדן מיט זײַן אינהאַלט. אַ מענטש מוז פֿון קינדווײַז אָן וויסן וועגן דעם קליינעם "אַלף", וועגן דעם ג־טלעכן כּוח פֿון מסירת־נפֿש און רוח־הקודש, וואָס באַהאַלט זיך אין יעדער נשמה.