פֿאַרשײדנס

איר ווילט דווקא וויסן וואָס ווערט מגולגל פֿון צײַט צו צײַט אין דעם אַמעריקע? "אַ בינטל בריוו." דערמיט, דאַכט זיך מיר, האָט זיך פֿאַריאַטלט כּמעט דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס" אַב. קאַהאַן מיט אַ בינטל יאָרן צוריק. און זינט דעמאָלט האָט מען אויפֿגעגראָבן דעם אוצר און גענומען זיך ערנסט צו שטעלן אים אויף די בינע־ברעטער, און דער עולם לעקט די פֿינגער.

דאָס ערשטע מאָל וואָס איך האָב געזען אַן אויפֿפֿירונג פֿונעם "בינטל בריוו" איז געווען אין קעמפּ־בויבעריק (ייִדישע זומער־קאָלאָניע אין רײַנבעק, נ״י). אַהין זײַנען אָנגעקומען מוזיקאַנטן און שפּילער פֿון מאָנטרעאַל, קאַנאַדע, אונטער דער לייטונג און רעזשי פֿון דאָראַ וואַסערמאַן, דער מוטער פֿון ברײַנע וואַסערמאַן; בעת די טאָכטער איז געבליבן אין דער זעלבער בראַנזשע. איך געדענק נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג סײַ די בריוו און סײַ די לידער.

דאָס מאָל איז די פֿאָרשטעלונג "אַ בינטל בריוו" פֿאָרגעקומען אין "טענעמענט־מוזיי," אין האַרץ פֿון דער "לאָוער איסט־סײַד," אָרטשאַרד און דילענסי, וווּ ס׳האָט זיך אַמאָל גערוכעוועט מיט נײַע אימיגראַנטן וואָס זײַנען ערשט אַראָפּ פֿון דער שיף, און נאָך געווען צוגעקאָוועט צום שטעטל, צו דער משפּחה, צו אייגענע. אַרומגעקוקט זיך, אַז אין אַמעריקע שאַרט מען נישט קיין גאָלד אין די גאַסן, האָט מען זיך גענומען קלאָגן. פֿאַר וועמען רעדט מען זיך אַראָפּ דאָס האַרץ? פֿאַרן רעדאַקטאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס". ער איז געוואָרן דער רבי, דער פּסיכיאַטער, דער סאָציאַל־פֿאַרזאָרגער. מיט איין וואָרט, בלויז ער איז געווען מסוגל צו ראַטעווען אַ צעטומלטן בחור פֿון חתונה האָבן מיט אַ מיידל, וואָס האָט פֿאַרמאָגט אַ חן־גריבעלע אויף איר גאָמבע. זײַן בריוו אין רעדאַקציע האָט זיך אָנגעהויבן מיט "חשובֿער רעדאַקטאָר..." פֿאַראַן אַ סבֿרא, אַז בײַ אַזאַ בחורטע מיט אַ חן־גריבעלע אויף דער גאָמבע שטאַרבן די מענער. די זאַבאָבאָנע האָט דעמאָלט געשפּילט אַ ראָלע בײַם שליסן אַ שידוך. די בריוו זײַנען געווען אָנגעפּיקעוועט מיט איבערגלויבנס, עין־הרעס מיט טפֿו! טפֿו! און פֿאַרקערט, מיט לאָגישע און טראַגישע מאָמענטן פֿון זייער לעבן; מיטן "סוועט־שאַפּ," מיטן "טרײַענגל־פֿײַער," וווּ עס זײַנען אומגעקומען צענדליקער יונגע מיידלעך, ווײַל די טירן פֿונעם שאָפּ זײַנען געווען געשלאָסן בעת ס׳איז אויסגעבראָכן די שׂרפֿה.

וואָס אַן אמת, האָט מיך שטאַרק דערפֿרייט דער פֿאַקט וואָס עס געפֿינען זיך נאָך שטאַרקע טאַלאַנטן צווישן דער יונגער חבֿרה, טאַלאַנטן וואָס קענען ייִדיש, קענען זינגען, קענען זיך אויף אַקטיאָרסקע שטיק, קענען שפּילן אויף אַ גיטאַרע און אַקאָרדיאָן; און דער עיקר, דער סאַמע עיקר, געפֿינען זיך צווישן דעם אַרטיסטישן עולם אַ חבֿרה, וואָס פֿאַרשטייט זיך אויף טעאַטער און איך מיין דערמיט צו זאָגן, אַז צונויפֿגעשטעלט די אויפֿפֿירונג האָבן באַב האַרטמאַן, לאָראַ אי. הענרי, אַנדרעאַ לעפּסיאַ און סוזען טענעריעלאַ, אונטער דער השגחה פֿון דער אַרטיסטישער דירעקטאָרין לין מ. טאָמסאָן.

מה נשתּנה, איז וואָס זשע איז דאָ געשען וואָס איז אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע פּרעזענטאַציעס? טאַלאַנט. זעט איר, דאָס איז אַזאַ מין איידעלע מאַטעריע וואָס פֿליסט אין די אָדערן פֿון שעפֿערישע מענטשן; מענטשן, וואָס קענען צונויפֿבינדן, צוזאַמענשטיקעווען, אויסנוצן אַלטן מאַטעריאַל און אים באַנײַען. ווי אַזוי? אָט אין דעם גייט עס טאַקע. מ׳שטעלט זיך נישט גלאַט אַוועק רעציטירן, נאָר מען לייענט אויסצוגן פֿון בריוו וואָס בינדט זיך ווי אַ גאָלדענע קייט איינס מיטן אַנדערן, מען זינגט אויס לידער פֿון יענער צײַט און מ׳דערציילט עפּיזאָדן.

אָט למשל נעמט אַ שיין בייקער. כאָטש ס׳רובֿ פֿונעם מאַטעריאַל איז געגאַנגען אויף ענגליש, אָבער אויף וויפֿל עס איז געווען מעגלעך האָט מען אַרײַנגעוואָרפֿן ייִדיש. שיין בייקער קען דווקא אַ געזונטן ייִדיש און נישט סתּם געפּלאַפּלט. ער האָט דערציילט פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן. שיין בייקער, האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק ערגעץ פֿון מיטעלן מערבֿ־טייל פֿון אַמעריקע; פֿון אַ וועלט, וואָס האָט מסתּמא גאָר קיין שײַכות נישט געהאַט מיט קיין ייִדן. נעמט דער בחור, וואָס פֿאַרמאָגט אין ערגעץ נישט קיין סימן פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם, געפֿינט פּרנסה אין ניו־יאָרק ווי אַ קעלנער אין אַ רעסטאָראַן אין מאַנהעטן. אינעם זעלבן רעסטאָראַן פֿלעגט אָפֿט אַרײַנקומען איינע פֿון די בעסטע און אינטעליגענטסטע אַקטריסעס, די לעצטע אַקטריסע פֿון דער "ווילנער טרופּע" — ליובאַ קאַדיסאָן, און פּונקט דעמאָלט האָט זיך שיין בייקער באַקענט מיט איר, און דורך איר מיטן ייִדישן לשון, מיטן ייִדישן טעאַטער, מיט דער ייִדישער וועלט, ווערט ער צום סוף אַ ייִדישער אַקטיאָר און אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער.

דערצו דערציילט ער אונדז וועגן אַ פֿרוי מיטן נאָמען ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן, דער מאַמע פֿון דער פּאָעטעסע און מאָלערין ביילע גאָטעסמאַן און דער באָבע פֿון איציק גאָטעסמאַנען, דעם אַסיסטענט־רעדאַקטאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס". בייקער דערמאָנט אַ צײַט ווען ליפֿשע האָט, דרך־אַגבֿ, געקענט שיין זינגען. איר רעפּערטואַר פֿון ייִדישע לידער איז געווען אומאויסשעפּלעך. ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז זי איז געקומען פֿון טשערנאָוויץ אַהער קיין אַמעריקע ווי אַ יונג מיידל, אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, קריגט אַרבעט אין אַ "סוועט־שאַפּ," און אַרבעט שווער און ביטער און בשעת זי אַרבעט זינגט זי. די חבֿרה אין שאַפּ טוט זיך מחיה זײַן מיט איר זינגען. האָבן זיי זי צוגערעדט פּרובירן אויפֿטרעטן אויף דער ייִדישער בינע. דאָרט וואָלט זי, ווי אַ זינגערין, געקענט פֿאַרדינען מער געלט ווי אין שאַפּ. געפֿעלט איר דער געדאַנק און זי לאָזט זיך אַרויס פּרובירן איר גליק. דערווײַל דערוויסט זיך דערפֿון איר ברודער, אַז ליפֿשע ציט גאָר צום ייִדישן טעאַטער, כאַפּט ער זי אָן און לאָזט איר וויסן, אַז ער וועט זיך אײַנקויפֿן אַ בילעט און זיצן גלײַך פֿון פֿאָרנט. ער וועט זיך אײַנהאַנדלען אַ רעוואָלווער מיט צוויי קוילן. ווי נאָר זי וועט שטעלן אַ פֿוס אויף דער בינע וועט ער זי דערשיסן און זיך אַליין אויך.

דער זאַל אין "טענעמענט־מוזיי" איז געווען געפּאַקט. מענטשן זײַנען געזעסן אויף דער פּאָדלאָגע. דער אמת איז, אַז עס גייען קוים אַרײַן אַהין אַ זעכציק־זיבעציק מאַן. אָבער ייִדיש ציט צו. אַפֿילו ווען עס איז אויף ענגליש מיט ייִדיש־געזאַנג. דער עולם איז אויסגעהונגערט נאָך אַ לײַטישער פֿאָרשטעלונג וואָס פֿאַרמאָגט סײַ טאַלאַנט און סײַ אינטעליגענץ.

לאָמיך אָנכאַפּן למשל אַזאַ טײַערע ייִדישע אַקטריסעלע ווי יעלענאַ שמולענסאָן. זי טרעט אויף אומעטום וווּ מען פֿאַרבעט זי. יעלענאַ מיט איר מאַן, דעם באַגאַבטן אַקטיאָר אַלען ריקמאַן, זײַנען שוין אויפֿגעטראָטן אין אַ האָליוווּדער פֿילם, וווּ זיי האָבן געעפֿנט דעם פֿילם מיט רעדן בלויז ייִדיש. דער עיקר, קען יעלענאַ דערלאַנגען סחורה. זי קען זינגען, זי קען שפּילן, זי קען טאַנצן און זי קען פֿאַרווײַלן אַן עולם.

עס האָט זיך בײַ מיר אויף ס׳נײַ באַנײַט דער גלויבן, אַז אַלץ וואָס עס פֿעלט אויף אונדזער ייִדישער גאַס, אויף וויפֿל זי איז בײַ אונדז פֿאַרבליבן, איז אַרטיסטישע שעפֿערישקייט. מענטשן מיט וויזיע, מענטשן מיט אינטעליגענץ און מענטשן, וואָס פֿאַרשטייען זיך אויף טעאַטראַלער סחורה, וואָס מיר פֿאַרמאָגן גאַנצע פּודן דערפֿון. מ׳דאַרף נאָר קענען זיך דערויף און לאָמיך אײַך זאָגן, אַז פֿון אָנהייב ביזן סוף האָבן מיר דאָ געהאַט צו טאָן מיט קינסטלער.

איך וועל נישט אַרײַנגיין אין אַמאָל־אַמאָל האָבן מיר פֿאַרמאָגט.

מען דאַרף לעבן מיטן הײַנט, צופּאַסן זיך צום הײַנט, פֿאַרשטיין דעם טעאַטראַלן חוש פֿון אַן עולם. יעדער דור האָט זיך געהאַט זײַנע קינסטלער, זײַנע שרײַבער, מוזיקער און דראַמאַטורגן. אַפֿילו שעקספּיר — איבערגעאַרבעט און איבערגעניצעוועט — האָט פֿונקציאָנירט אין ייִדישן טעאַטער, און די גרויסע שטערן ווי אַדלער און קעסלער, שוואַרץ און בולאָף האָבן פֿאַרמאָגט אַ קינסטלערישן אָדער, וואָס האָט געקלאַפּט מיטן ריטעם פֿון פֿאָלק; און ווען יענער דור צושויער איז אַוועק אין דער אייביקייט, האָבן נאָך זייערע קינדער און אייניקלעך געוואָלט פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון ייִדישן טעאַטער.

ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן דעם קוריאָז, אַז לעצטנס, ווי נאָר מ׳דערזעט אָדער מען באַמערקט אויף אַ פּלאַקאַט צי אַנאָנס דאָס וואָרט ייִדיש — און אַלע ווייסן אַז ייִדיש מיינט הײַנט ענגליש צוגעפֿעפֿערט און צוגעזאַלצן מיט ייִדישע ווערטלעך — לויפֿט מען און מ׳קויפֿט אויס די בילעטן. איך מוז דערמאָנען די פֿעיִקע חבֿרה אַקטיאָרן, צווישן זיי: שיין בייקער, דניאל מאַטעי, דזשאָאַנאַ מעקעלראַט, דאַג שאַפּיראָ, יעלענאַ שמולענסאָן און דער אַקאָרדיאָניסט מײַקל ספּודיק. כ׳ווייס נישט וויפֿל פֿון זיי קומען אַרויס פֿון פֿרומע היימען. שטעל איך זיך פֿאָר, אַז דער המשך וועט קומען פֿונעם פֿרומען פֿליגל. אַלץ וואָס וועט פֿעלן דעם קומענדיקן דור וואָס וועט אַרויסקומען פֿון פֿאַרשיידענע סעקטעס פֿון דער פֿרומער וועלט, וועט זײַן ייִדישע דיקציע, ייִדיש וויסן, און אמתער טאַלאַנט. כּדאַי צו דערמאָנען, אַז מען האָט מיר אָנגעזאָגט ס׳לעבן, איך זאָל למען־השם נישט שרײַבן קיין רעצענזיע פֿון דער פֿאָרשטעלונג, ווײַל זיי זײַנען אײַנגעשטעלט צו פֿאַרלירן אַ געוויסע דערלויבעניש און פֿונדאַציע. שרײַב איך נישט קיין רעצענזיע, נאָר אַ שטיקעלע אײַנדרוק פֿון דער אַלגעמיינער טעאַטראַלער געשעעניש. איך הער, אַז מ׳גייט עס נאָך אַ מאָל שטעלן. פֿאַרפֿעלט עס נישט.