אַנאָנסן
קרבנות פֿונעם טרײַענגל־פֿײַער ליגן צוגעדעקט אויף דער גאַס
קרבנות פֿונעם טרײַענגל־פֿײַער ליגן צוגעדעקט אויף דער גאַס
Credit: Forward Association

די רעדאַקציע האָט מיט עטלעכע וואָכן צוריק געמאָלדן אויף די זײַטן פֿון דער צײַטונג, אַז מיר פֿירן דורך אַ פּאָעזיע־קאָנקורס אָפּצומערקן 100 יאָר נאָכן "טרײַענגל שוירטווייסט־קאָמפּאַני פֿײַער". מיר האָבן באַקומען אַ צאָל אָריגינעלע לידער אויף דער טעמע, ווי אויך אויף אַנדערע טעמעס, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער טראַגעדיע. די זשורי, מיט פּראָפֿ׳ בערל קערלער בראָש, האָט געלייענט די לידער, אַנאָנים, און באַשלאָסן צוצוטיילן דעם פּריז צו דעם פּריז פֿון 500$ צו לייזער בורקאָ פֿאַר זײַן ליד "טרײַענגל פֿײַער".


טרײַענגל פֿײַער

פֿון לייזער בורקאָ


געבענטשט ביסטו פֿײַער

אונדזער האַר

קעניג פֿון דער וועלט

וואָס האָט אונדז פֿאַרהייליקט און באַפֿוילן

צו באַגראָבן אומשולדיקע מיידלעך.


געלויבט ביסטו פֿאַר דײַן צאָרן

וואָס פֿאַרברענט גלײַך

יונג און אַלט

ייִד און גוי

אָרעם און אָרעם.


געגרייסט ביסטו פֿאַר דײַן מאַכט

אין־לשער דײַן כּוח

אומגעהײַער דײַן קראַפֿט.


פֿאַרברענט זאָלסטו ווערן,

פֿײַער...