ייִדיש־וועלט
"פּסח", אַרטור שיק, 1948
"פּסח", אַרטור שיק, 1948

דער פּסחדיקער סדר ווערט געפֿירט אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער וועלט אויף דעם זעלבן, מער־ווייניקער סטאַנדאַרטן, שטייגער. עס זענען אָבער פֿאַראַן פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע חילוקים. לאָמיר זיך אָפּשטעלן אויף די חסידישע מינהגים.


דער ווײַסער קיטל

בײַ אַ סך ייִדן טוט זיך דער ראָש־המשפּחה אָן בײַם סדר אין אַ ווײַסן קיטל. דער נצי״בֿ, הרבֿ נפֿתּלי־צבֿי בערלין, אַ באַקאַנטער ליטווישער גאון, האָט געזאָגט, אַז דער קיטל דערמאָנט אונדז אינעם קרבן־פּסח, וואָס מע האָט געגעסן אָנגעטאָן אין ווײַסע מלבושים. דער "מגן־אַבֿרהם" און אַנדערע באַקאַנטע פּוסקים דערקלערן, אַז דער קיטל, וואָס זעט אויס ווי תּכריכים, דערמאָנט אונדז, מיר זאָלן זיך נישט צעווילדעווען צופֿיל בײַם סדר.

אַזאַ סיבה שטימט אָבער נישט מיט דעם חסידישן שׂימחה־גײַסט. אין די חסידישע ספֿרים ווערן געבראַכט פֿאַרשיידענע סיבות, פֿאַרוואָס פּסח איז גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט יום־כּיפּור, ווען מע דאַוונט אויך אין אַ קיטל. דער פֿריִערדיקער סלאָמינער רבי, הרבֿ שלום־נוח בערעזאָווסקי, שרײַבט אין זײַן ספֿר "נתיבֿות שלום", אַז דער שוואַרצער אָדער רויטער קאָליר סימבאָליזירט דעם אַספּעקט פֿון "יש", אַן עקזיסטענץ פֿאַר זיך, און דער ווײַסער קאָליר — דעם אַספּעקט פֿון "אין" — די צעלאָזטקייט אינעם ג־טלעכן ליכט, ווען די נשמה קערט זיך אום צו איר שורש און ווערט פֿאַראייניקט מיטן באַשעפֿער. דער טאָג־טעגלעכער חמצדיקער שפּײַז רעפּרעזענטירט דעם "יש", און די מצות — דעם "אין", דערפֿאַר טראָגט מען אַ ווײַסן בגד בײַם סדר.

אַזוי צי אַזוי, זענען צווישן די ייִדן פֿאַראַן פֿאַרשיידענע מינהגים, וואָס שײַך דעם ווײַסן קיטל. די חב״ד־חסידים זענען באַקאַנט מיט דעם, וואָס זיי פֿירן דעם סדר דווקא אין געוויינטלעכע יום־טובֿדיקע שוואַרצע בגדים. בײַ געוויסע חסידישע משפּחות איז דאָ אַן אַנדער זעלטענער מינהג: צו פֿירן דעם סדר אָנגעטאָן אין אַ קיטל און אין אַ טלית.


"טאַטע־לעבן"

אַ וויכטיקער מינהג, וואָס איז אָנגענומען אין אַלע חסידישע קהילות, איז צו פֿרעגן די פֿיר קשיות אויף ייִדיש. בעצם, האָט דער דאָזיקער טייל פֿון דער פּסח־הגדה אַן אומפֿאָרמעלן טעם. אַ קינד קען זיכער פֿרעגן די קשיות מיט אייגענע ווערטער. עס האָט זיך אָבער געשאַפֿן אַ מינהג צו זאָגן אַ געוויסן באַשטימטן נוסח — און דווקא אויף ייִדיש, אָפּטײַטשנדיק די לשון־קודשדיקע ווערטער. אַדרבה, קלינגען די פֿיר קשיות אויף ייִדיש טיילווײַז געגראַמט, ווי אַ מין לידל.

"טאַטע־לעבן, איך וויל דיך פֿיר קשיות פֿרעגן:

"מה-נשתנה" — פֿאַרוואָס איז פֿאַרענדערט געוואָרן

"הלילה הזה" — די נאַכט פֿון פּסח

"מכּל הלילות" — פֿון אַלע אַנדערע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר?

די ערשטע קשיא איז:

"שבכל הלילות" — אַלע אַנדערע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר

"אָנו אוכלים" — עסן מיר

"חמץ ומצה" — אויב מיר ווילן, עסן מיר חמץ אָדער מצה

אָבער "הלילה הזה" — די נאַכט פֿון פּסח

"מצה" — עסן מיר נאָר מצה?"


כּוסו של אליהו

גלײַך פֿאַרן אָדער גלײַך נאָכן בענטשן, גיסט מען אָן אַ ספּעציעלן כּוס ווײַן פֿאַר אליהו־הנבֿיא. דערנאָך עפֿנט מען די טיר, כּדי צו פֿאַרבעטן דעם חשובֿן מיסטישן גאַסט אַרײַן אין שטוב. אין דער גמרא ווערט געבראַכט אַ דעה, לויט וועלכער דער פּסחדיקער סדר פֿאָדערט פֿינף כּוסות; צוליב דעם, הגם על־פּי־הלכה טרינקט מען בלויז פֿיר כּוסות, גיסט מען אָן אַ באַזונדערן כּוס פֿאַר אליהו, וועלכער וועט לייזן אַלע סתּירות אין הלכה, ווען משיח וועט קומען. אַ טייל חסידים האַלטן אָבער, אַז דער דאָזיקער מינהג האָט גאָרנישט צו טאָן מיטן דערמאָנטן מחלוקת־חז״ל.

על־פּי־קבלה, איז אליהו נישט סתּם אַ מענטש, נאָר אַן איבערנאַטירלעכע באַשעפֿעניש. ווען ער איז אַרויפֿגעפֿלויגן לעבעדיקערהייט אין הימל, האָט זײַן גוף זיך פֿאַראייניקט מיט אַ מעכטיקן מלאך, וועלכער ברענגט די השפּעות אַראָפּ אויף דער וועלט, ברענגט די תּפֿילות אַרויף צום באַשעפֿער, און שטייט בײַם טויער פֿונעם גן־עדן. ער פֿירט אויך צדיקים אויף זייער גײַסיקן וועג און אַנטפּלעקט זיך סודות פֿון דער תּורה.

אַ הויכע זילבערנע סדר־קערה, פּוילן, 18־19ער יאָהונדערט
אַ הויכע זילבערנע סדר־קערה, פּוילן, 18־19ער יאָהונדערט

בקיצור, אליהו־הנבֿיא איז נישט קיין פּשוטער חדר־ייִנגל. פֿונדעסטוועגן, איז מען אים מכבד מיטן געוויינטלעכן מענטשלעכן ווײַן. מע עפֿנט די דרויסנדיקע טיר מיט ברענענדיקע ליכט אין די הענט; אַזוי פֿירט מען זיך אין אַ סך חסידישע משפּחות. די סדר־נאַכט הייסט "ליל־שימורים", אַן "אָפּגעהיטע נאַכט", דערפֿאַר האָט מען נישט מורא צו עפֿענען די טירן טיף בײַנאַכט און אַרויסצוקוקן אין דרויסן. פֿאַרשטייט זיך, האָבן די קינדער באַזונדערס ליב דעם דאָזיקן טייל פֿונעם סדר און האָפֿן צו דערזען אליהו.

אַ טייל ייִדן פֿילן זיך אומבאַקוועם, ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַ מיסטישער קאָמוניקאַציע מיט טויטע. בײַ אַ טייל חסידים, וועלכע דאַוונען כּסדר בײַ די קבֿרי־צדיקים, איז אָבער פֿאַרשפּרייט אַ מינהג צו בעטן אַ ברכה בײַ אליהו.

בײַ דער אָפֿענער טיר זאָגט מען די באַקאַנטע תּפֿילה "שפֿוך חמתך", וואָס האָט פֿאַר אַ טייל מענטשן אַ קאָנטראָווערסאַלן טעם. מע בעט דעם אייבערשטן אַרויסצוגיסן זײַן כּעס "אויף די גויים, וועלכע דערקענען אים נישט, און אויף די מלוכות, וועלכע דערמאָנען נישט זײַן נאָמען. צום באַדויערן, טרעפֿן זיך נאָך גענוג ייִדן, וועלכע טײַטשן אָפּ די דאָזיקע ווערטער אויף אַ שאָוויניסטישן אופֿן, ווי אַ קללה קעגן די גויים. צוליב אַזאַ קרומען אָפּטײַטש, האָבן אַ סך ליבעראַלע ייִדן בכלל אַרויסגענומען די דאָזיקע תּפֿילה פֿון זייער פּסח-סדר.

אין דער אמתן, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז אין דער דאָזיקער תּפֿילה אַבסאָלוט נישטאָ קיין וואָרט וועגן די אַנדערע פֿעלקער. "אַ ג־טלאָזער מענטש" איז נישט אַן אָנהענגער פֿון אַן אַנדער רעליגיע אָדער אַן אַטעיִסט, נאָר דער, וואָס פֿירט זיך אוממענטשלעך, קעגן דעם ג־טלעכן געזעץ פֿון ליבשאַפֿט און חסד. די תּפֿילה "שפֿוך חמתך" איז אָנגעווענדט בלויז קעגן בפֿירושע רשעים, ווי אויך קעגן מערדערישע, אַכזריותדיקע רעגירונגען.

אַדרבה, מע קאָן באַטראַכטן די מינהגים אַרום אליהו הנבֿיאס כּוס ווי אַ פּראָגרעסיוון מעכטיקן סאָציאַלן פּראָטעסט: מיר עפֿענען די טירן, גייען אַרויס צו דער פֿינצטערניש פֿון דער וועלט, און בעטן דעם באַשעפֿער צו באַשטראָפֿן די עכטע אוממענטשלעכע רשעים.


"חסל סידור פּסח כּהלכתו"

נאָך איין וויכטיקער חילוק צווישן די חב״דניקעס און אַנדערע חסידים איז אַ געוויסער "מינימאַליזם", וואָס שײַך תּפֿילות און זמירות. אין חב״ד זאָגט מען נישט, געוויינטלעך, קיין זאַכן, וואָס דער אַריז״ל, רבי יצחק לוריא, האָט נישט געהייסן גראָד צו זאָגן. דערפֿאַר איז דער חב״ד־שטייגער פֿון דאַוונען, דער "נוסח אַריז״ל", מערקווירדיק קירצער, ווי דער אַלגעמיינער חסידישער "נוסח־ספֿרד".

אַן אילוסטרירטער פּאַרמעט פֿון דער משפּחה ראָטשילד, וווּ עס ווערט געוויזן, ווי די ייִדן פֿלעגן אַמאָל צוגרייטן זייער הויז צום פּסח און באַקן מצות, פֿעראַרע, איטאַליע, 1450־1570 יאָרן
אַן אילוסטרירטער פּאַרמעט פֿון דער משפּחה ראָטשילד, וווּ עס ווערט געוויזן, ווי די ייִדן פֿלעגן אַמאָל צוגרייטן זייער הויז צום פּסח און באַקן מצות, פֿעראַרע, איטאַליע, 1450־1570 יאָרן

אין דער אמתן, שטאַמען אַלע חסידישע נוסחאָות פֿון די קבלה־טראַדיציעס, וועלכע זענען אָנגענומען צווישן די צפֿתער מקובלים — דערפֿאַר פֿיגורירט דאָס וואָרט "ספֿרד" אין די נעמען פֿון אַ טייל חסידישע שילן, הגם די חסידים אַליין זענען, פֿאַרשטייט זיך, אַשכּנזישע ייִדן. עטלעכע וואַריאַנטן פֿון חסידישע סידורים ווערן אויך באַטראַכט ווי "נוסח-אַריז״ל" און זענען באַגרינדעט דירעקט אויף די טראַדיציעס פֿון רבי יצחק לוריא.

דער סידור, וואָס דער גרינדער פֿון חב״ד, רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, באַקאַנט ווי דער אַלטער רבי, האָט געשאַפֿן פֿאַר זײַנע חסידים, שיידט זיך אָבער מער אונטער פֿון די אַנדערע חסידישע סידורים, וואָס זענען אויך צונויפֿגעשטעלט געוואָרן על־פּי־אַריז״ל.

אין חב״ד זינגט מען נישט קיין ספּעציעלע זמירות נאָכן סדר. די שלוס־ווערטער "לשנה הבאָה בירושלים" זענען אַ סימן, אַז עס קומט שוין צײַט צו שלאָפֿן. אין די אַלטע פֿאַרמלחמהדיקע צײַטן, ווען דער צענטער פֿון חב״ד האָט זיך נאָך געפֿונען אין אייראָפּע, איז צווישן די חב״דניקעס געווען פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו לערנען די גאַנצע נאַכט נאָכן סדר, לויט דעם אָנזאָג אינעם אַלטן רבינס "שולחן־ערוך־הרבֿ".

בײַ די אַנדערע חסידים זינגט מען אַ גאַנצע ריי זמירות נאָך די ווערטער "לשנה הבאָה בירושלים", וועלכע הייבן זיך אָן פֿונעם פּיוט "חסל סידור פּסח כּהלכתו". בײַ אַ סך משפּחות דויערט דאָס זינגען גאַנץ לאַנג, כּמעט ווי אַ צווייטער סדר. צווישן די באַקאַנטע פּסחדיקע זמירות זענען פֿאַראַן לידער מיט גאָר חידושדיקע "ביאָגראַפֿיעס".

צווישן די צענטראַל־אייראָפּעיִשע, אונגאַרישע, עסטרײַכישע, גאַליציאַנער און טשעכישע חסידים איז פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו זינגען דעם ערשטן באַקאַנטן געדרוקטן טעקסט אויף ייִדיש — דעם אַלפֿאַבעטישן טעקסט "אַלמעכטיקער ג-ט". דער דאָזיקער היסטאָרישער טעקסט איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אַ פּראָגער הגדה פֿונעם יאָר 1526 און בלײַבט נאָך אַלץ פּאָפּולער, הגם פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן ייִדישן אויער זעט דער מיטל־עלטערישער מערבֿדיקער ייִדיש אויס כּמעט ווי אַן אַנדער שפּראַך:

"אלמעכטיגר ג-ט, נון בויא דיין טעמפל שירה, אלזו שיר און אלזו בלד, אין אונזרן טגן שירה.

יא שירי נון בויא, נון בויא דיין טעמפל שירי.

באַרמהערציגר ג-ט... דעמוטיגער, זענפטר, חענטר, נאמהאַפטיגר, סענפטיגר, עביגר, צימליכער, תרויטר ג-ט"

"נון בוי דײַן טעמפּל שירה" מיינט אויף דעם הײַנטיקן ייִדיש "בוי זשע שוין דײַן בית־המיקדש". אין פֿאַרשיידענע סידורים טרעפֿן זיך עטלעכע וואַריאַנטן פֿונעם דאָזיקן ליד, וואָס ווערט געזונגען מיט אַ פּשוטן ניגון, וואָס קלינגט ווי אַ דײַטשישער מאַרש. די מיסטעריעזע אַלטע עפּיטעטן פֿונעם באַשעפֿער ווערן געוויינטעך איבערגעדרוקט נאָך הײַנט לויטן אַלטן אויסלייג, כּדי אָפּצוהיטן די היסטאָרישע אויטענטישקייט.

אַ זילבערנער "כּוס של אליהו הנבֿיא", געשאַפֿן פֿון מיכל שוואַרץ,  1989
אַ זילבערנער "כּוס של אליהו הנבֿיא", געשאַפֿן פֿון מיכל שוואַרץ, 1989

דאָס איז נישט דאָס איינציקע ייִדישע סדר־ליד. אין אַ טייל משפּחות, וואָס שטאַמען פֿון צענטראַל־אייראָפּע, זינגט מען אויך אַן אַלט־ייִדישן וואַריאַנט פֿון "חג־גדיא"; אַ טייל פֿאָרשער האַלטן, אַז "חג־גדיא" איז בכלל אַן אַראַמישע איבערזעצונג פֿון אַ פֿאַרלוירענעם אַלטן ייִדישן אָריגינאַל; די הײַנטיקע ייִדישע וואַרינאַנטן זענען איבערזעצונגען פֿון אַראַמיש.

נאָך איין פֿאַרשפּרייט ליד, וואָס קומט אין אַ צאָל פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן, איז אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם זמר "אחד מי יודע": "ווער קען וויסן, ווער קען טרעפֿן, וואָס איינס באַדײַט, וואָס איינס באַדײַט? איינער איז ג-ט, און ג-ט איז איינער, און ווײַטער קיינער".

נאָך איין חנעוודיק ליב מיטן נאָמען "Szól a kakas már" ("סאָל אַ קאָקאָש מאַר"), וואָס האָט אַ באַזונדערן וווּנדער־שיינעם טעם, ווערט געזונגען אויף אונגאַריש און איז פּאָפּולער צווישן די אונגאַרישע און רומענישע חסידים — בפֿרט צווישן די סאַטמאַרער — און ווערט באַטראַכט אין אַ טייל משפּחות ווי אַ נייטיקער טייל פֿון דער סדר־נאַכט.

מע דערציילט, אַז רבי יצחק־אײַזיק טויב, דער קאַלעווער רבי, האָט אַמאָל דערהערט אַ פּויער זינגען אַ מעלאָדיע, וואָס שטאַמט, ווי עס האָט דערשפּירט דער צדיק, פֿון די געזאַנגען, וואָס די לוויים פֿלעגן זינגען אינעם בית־מקדש. אויף אונגאַריש הייסט קאַלעוו Nagykálló; ס׳איז נאָך אַלץ אַ קליין שטעטל מיט 10 טויזנט אײַנוווינער, וואָס ציט כּסדר צו די סאַטמאַרער טוריסטן, וועלכע באַזוכן דעם קבֿר פֿונעם דערמאָנטן רבין.

על־פּי-חסידות, שוועבן די אוראַלטע מעלאָדיעס אינעם קאָסמאָס, און לעבן אייביק אין גײַסטיקע "היכלי נגינה". דערפֿאַר קאָן אַן אוראַלטער פֿאַרגעסענער ניגון פּלוצעם אַראָפּקומען אין עולם־הזה און זיך באַווײַזן אויף דער וועלט אין אומדערוואַרטע ערטער.

דער קאַלעווער רבי האָט געבעטן דעם פּויער אָפּצוקויפֿן דאָס ליד, כּדי עס זאָל זיך אומקערן צוריק אין דער ייִדישער וועלט. ער האָט געגעבן אַ מטבע, און דער פּויער האָט באַלד פֿאַרגעסן דעם ניגון. כּדי אונטערצושטרײַכן די פֿאַרבינדונג פֿונעם ליד מיטן חרובֿ־געוואָרענעם בית־המיקדש, האָט דער צדיק צוגעגעבן די ווערטער "יבנה המיקדש עיר תּמלא".

עס קרייט שוין אַ האָן,

דער טאָג הייבט זיך שוין אָן,

נ׳גרינע וועלדער, ברייטע פֿעלדער

אַ פֿייגעלע פֿליט אַרום.

אַזוי זינגט דער פֿאָלקס־מיסטיקער, בענקענדיק נאָך אַ פֿייגל מיט "געלע פֿיסלעך, פּערל־פּיסקל", וואָס וואַרט אויף אים אין הימל. לויטן חסידישן אָפּטײַטש איז דאָס "פֿייגל", פֿאַרשטייט זיך, די הייליקע שכינה.

אַזוי ווי מיט אַנדערע אַלטע ייִדישע ניגונים, איז שווער אויסצוגעפֿינען די אמתע געשיכטע פֿונעם דאָזיקן ליד. דער דאָזיקער ניגון איז געווען פּאָפּולער אין גאַנץ אונגאַרן, בוקאָווינע און אויף די קאַרפּאַטן, און ווערט הײַנט געזונגען דורך פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע אַנסאַמבלען. אין די חסידישע משפּחות זינגען עס בלויז מענער און, פֿאַרשטייט זיך, אָן אַ מוזאַקאַלישער באַגלייטונג, ווײַל ס׳איז דאָך יום־טובֿ; אויף דער אינטערנעץ, אָבער, קאָן מען הערן אַ פּרעכטיקע ווערסיע מיט אַן אויטענטישן אַקצענט, געזונגען דורך מאַרטאַ שעבעשטיען — אַ באַקאַנטע אונגאַרישע זינגערין פֿון פֿאָלקס־לידער:

https://www.youtube.com/watch?v=kPrPNYuh3_I