עס איז אַמאָל געווען אַ באַבעצקעלע. זי איז געווען אַ בייזע, געטראָגן אַ לאַנגן צאָפּ, געהאַט אַ פֿאַרדרייטע נאָז, קליינע אייגעלעך און אַ גרויס מויל מיט נאָר איין צאָן. איר אַלט שטיבעלע איז געשטאַנען אויף אַ גרינער לאָנקע אין מיטן אַ פֿינצטערן וואַלד. באַבעצקעלע פֿלעגט צונעמען שלעכטע קינדער, וואָס האָבן ניט געוואָלט פֿאָלגן טאַטע־מאַמען.

איין מאָל האָט אַ מאַמע אַוועקגעגעבן איר שלעכט מיידעלע צו באַבעצקעלען. אויפֿעסן דאָס מיידעלע האָט באַבעצקעלע ניט געקאָנט. זי האָט דאָך געהאַט נאָר איין צאָן, אָבער עס אָנשרעקן זי זאָל פֿאָלגן די מאַמע — דאָס יאָ!

האָט באַבעצקעלע צוגענומען דאָס שלעכט מיידעלע און איז אַוועק מיט איר ווײַט אין וואַלד צו קלײַבן שפּענדלעך. מיט טרוקענע שפּענדלעך איז גוט אײַנהייצן אין אויוון, קאָן מען דערנאָך שטעלן קאָכן די וועטשערע.

דערווײַל איז צום באַבעצקעלעס שטיבעלע צוגעקומען אַ בערעלע און האָט זיך אָנגעהויבן דרייען הין און קריק. און אַזוי ווי בערעלע דרייט זיך, קומט צו אַ הינטעלע און פֿרעגט: "בערעלע, וואָס דרייסטו זיך דאָ?" ענטפֿערט בערעלע: "וואָס אַרט דיך? דריי זיך אויך!" דרייען זיי זיך שוין ביידע.

אַזוי ווי זיי דרייען זיך, קומט צו אַ הערשעלע און פֿרעגט: "בערעלע, הינטעלע, וואָס דרייט איר זיך דאָ?" ענטפֿערן זיי: "וואָס אַרט דיך? דריי זיך אויך!" דרייען זיי זיך שוין אַלע דרײַ. און אַזוי ווי זיי דרייען זיך, קומט צו זיי צו אַ הענדעלע און פֿרעגט: "בערעלע, הינטעלע, הערשעלע, וואָס דרייט איר זיך דאָ?" ענטפֿערן זיי: "וואָס אַרט דיך? דריי זיך אויך!" דרייען זיי זיך שוין אַלע פֿיר.

און אַזוי ווי זיי דרייען זיך, קומט צו זיי צו אַ דעקל פֿון אַ טשײַניק און פֿרעגט: "בערעלע, הינטעלע, הערשעלע, הענדעלע, וואָס דרייט איר זיך דאָ?" ענטפֿערן זיי: "וואָס אַרט דיך? דריי זיך אויך!" דרייען זיי זיך שוין אַלע פֿינף.

און אַזוי ווי זיי דרייען זיך, קומט צו זיי צו אַ שטיקל סמאָלע מיט אַ שפּילקע אַרײַנגעשטעקט און פֿרעגן: "בערעלע, הינטעלע, הערשעלע, הענדעלע, דעקעלע, וואָס דרייט איר זיך דאָ?" ענטפֿערן זיי: "וואָס אַרט אײַך? דרייט זיך אויך!" און אַזוי דרייען זיי זיך ווײַטער שוין אַלע זיבן.

האָבן זיי זיך אַזוי לאַנג געדרייט ביז ס'איז געוואָרן נאַכט. און אַז ס'ווערט נאַכט, דאַרף מען גיין שלאָפֿן. וווּהין גייט מען שלאָפֿן? צו באַבעצקעלע אין איר שטיבעלע.

קומען זיי אַרײַן אין שטיבעלע, גייען זיי אַלע און לייגן זיך שלאָפֿן: בערעלע לייגט זיך אין בעט, הינטעלע — אין וויגל, הערשעלע — אויפֿן אויוון, הענדעלע — אויף דער פּאָליצע, דאָס דעקל — אין קוימען, דאָס שטיקל סמאָלע — אינעם פּושקעלע מיט שוועבעלעך, און די שפּילקע האָט שוין ניט וווּ זיך צו לייגן. ניטאָ מער קיין פֿרײַ ווינקעלע אין שטיבעלע. האָט די שפּילקע זיך פֿאַרשטעקט אין האַנטעך.

קומען צו גיין פֿון וואַלד באַבעצקעלע מיטן מיידעלע און טראָגן צוויי בינטלעך שפּענדלעך. זיי זײַנען מיד און הונגעריק, אָבער כּוח אײַנהייצן דעם אויוון האָבן ביידע ניט. גייען זיי זיך לייגן שלאָפֿן. וויל די באַבעצקעלע זיך לייגן אין בעט, גיט איר בערעלע אַ זעץ מיטן פֿוס. דערשרעקט זי זיך און שפּרינגט אַרויס צוריק. גייט זי זיך לייגן אין וויגל, גיט איר הינטעלע אַ ביס. הייבט באַבעצקעלע אָן שרײַען: "אוי, ווער איז דאָ!"

נו, גייט זי זיך שוין לייגן אויפֿן אויוון, גיט זי הערשעלע אַ שטופּ מיט זײַנע הערנער. ווערט דער באַבעצקעלען פֿון שרעק קאַלט. וויל זי זיך אָנוואַרעמען בײַם אויוון, פֿאַלט דאָס דעקעלע אַראָפּ פֿונעם קוימען גלײַך באַבעצקעלען אויפֿן קאָפּ. דערשרעקט באַבעצקעלע זיך נאָך מער און הייבט אָן נאָך העכער שרײַען: "אוי וויי, ווער איז דאָ!"

זי כאַפּט דעם לאָמפּ און וויל אים אָנצינדן, זען וואָס קומט פֿאָר אין שטוב? גייט זי צו צום פּושקעלע שוועבעלעך און וויל אַרויסנעמען אַ שוועבעלע, קלעפּט זיך אָן די סמאָלע צו אירע פֿינגער און וויל זיך ניט אָפּקלעפּן. גייט זי און וואַשט זיך אָפּ די הענט פֿון דער סמאָלע און נעמט זיך פֿאַרן האַנטעך אָפּווישן די הענט. פֿילט זי פּלוצעם אַ שטאָך און הייבט אָן אַזוי שרײַען, אַז הענדעלע כאַפּט זיך אויף און שרײַט אַראָפּ פֿון דער פּאָליצע: "קו־קו־רי־קו, כאַפּט דעם גנבֿ!" דערהערט, אַז אין איר שטוב איז אַ גנבֿ, האָט באַבעצקעלע זיך שטאַרק דערשראָקן און איז אַוועקגעפֿאַלן טויט.

דערווײַל איז דאָס מיידעלע צוריק אַנטלאָפֿן אַהיים צו איר מאַמען און האָט אָנגעהויבן זי פֿאָלגן! און פֿון דעמאָלט אָן האָבן אַלע קינדערלעך אָנגעהויבן פֿאָלגן זייערע מאַמעס.

אַדאַפּטירט פֿון באָריס סאַנדלער