פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

אין און נאָך דעם שלושים־פּעריאָד זינט שפֿרה לערערס פּטירה האָבן זיך אָנגעקליבן בײַ מיר עטלעכע דערמאָנונגען פֿון מײַנע פּערזענלעכע קאָנטאַקטן וואָס איך וויל טיילן מיט די לייענערס. שפֿרה לערער איז געווען אַ שטערן אין ייִדישן טעאַטער. זי האָט געשפּילט מיט דעם גרויסן רעזשיסאָר און אַקטיאָר מאָריס שוואַרץ, דעם גרינדער און אָנפֿירער פֿון דעם באַרימטן ייִדישן קונסט־טעאַטער. איך האָב זי געזען שפּילן אין דעם עדען־טעאַטער אונטער דוד אָפּאַטאָשוס רעזשי. איך האָב געהערט ווי זי האָט דעקלאַמירט די ראָלע פֿון כאַשע די יתומה, ווען זי איז אויפֿגעטראָטן אין די אַמאַלגאַמייטעד הײַזער אין די בראָנקס. דעמאָלט האָט זי געמאַכט אַ רושם אויף מיר מיט איר עלאָקווענטער אינטערפּרעטאַציע און דיקציע. פֿאַר אונדז, אײַנוווינער, געדענק איך, איז די געלעגנהייט געווען אַ יום־טובֿ צו האָבן אַזאַ שטערן ווי שפֿרה לערער קומען און דערקוויקן אונדז אַזש אין די מרחקים פֿון דער בראָנקס. זי האָט איבערגעגעבן דעמאָלט די שיינקייט און פֿליסיקייט פֿון דעם גערעדטן ייִדישן וואָרט און דער עולם איז געווען זייער דאַנקבאַר.

איך געדענק ווען שפֿרה איז געוואָרן דער קאָאָרדינאַטאָר פֿון די ראַדיאָ־אינטערוויוען פֿון דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין די 1950ער יאָרן. מיר פֿלעגן זיך צוהערן צו אירע וועכנטלעכע אוידיציעס מיט שפּאַנונג. זי האָט צוגעגרייט אינטערעסאַנטע און טשיקאַווע ידיעות וועגן יעדן גאַסט און איר אופֿן פֿון פּרעזענטירן די פּראָגראַמען איז געווען מיט געשמאַק און העכסט אינטערעסאַנט. אין 1954 האָט זי פֿאַרבעטן בינה ווײַנרײַך און מיך אויף איר אוידיציע. מיר האָבן דעמאָלט געהאַט אַרויסגעגעבן דעם ערשטן נומער פֿון דעם ייִוואָ־זשורנאַל "ייִדישער פֿאָלקלאָר" און זי האָט געוואָלט וויסן מער פּרטים וועגן אונדז און דעם כּהן־פֿאָלקלאָר־קלוב וואָס האָט דעם זשורנאַל אַרויסגעגעבן. מיר ביידע זײַנען געווען מיט־רעדאַקטאָרן, צוזאַמען מיט אוריאל ווײַנרײַך און וואָלף יונין. שפֿרה האָט דעמאָלט פֿאַרשטאַנען, אַז מיר זײַנען נערוועז און האָט אונדז גלײַך געמאַכט פֿילן גוט און באַקוועם. זי האָט געפֿרעגט די ריכטיקע פֿראַגעס און די האַלבע־שעה אויף דער ראַדיאָ איז דורכגעפֿלויגן גיך און אָן אַ שטער. בינה און איך האָבן דעמאָלט באַוווּנדערט איר שיינקייט און איר עפֿעקטיווקייט אין פֿירן דעם שמועס. עס איז געווען אַ געהויבענער מאָמענט פֿאַר אונדז.

אין זומער 1966 איז יאָסל מלאָטעק געוואָרן פֿאַרבעטן קיין דרום־אַמעריקע אויף לעקציעס אין ריִאָ דע זשאַנייראָ, מאָנטעווידעאָ און בוענאָס־אײַרעס. איין מאָל, ווען מיר זײַנען געגאַנגען אויף אַ שפּאַציר אין בוענאָס־אײַרעס, האָבן מיר באַגעגנט שפֿרהן מיט איר צוקונפֿטיקן מאַן מיכל מיכאַלעוויטש. זי איז דעמאָלט געווען אַ ברונעטקע, און זיי ביידע האָבן אויסגעזען אַזוי גליקלעך צוזאַמען. איך געדענק נאָך זייערע לאַכנדיקע פּנימער ווען זיי האָבן געשפּאַנט געאָרעמטע צוזאַמען. ס’איז געווען גוט צו טיילן זייער פֿרייד.

נאָך דעם פֿלעג איך זען שפֿרהן אַרויסטרעטנדיק מיט איר מאַן אין די טרופּעס פֿון בען באָנוס און מינאַ בערן אין שפּילן וואָס זיי האָבן אויפֿגעפֿירט איבערן לאַנד. יאָסל מלאָטעק פֿלעגט אָרגאַניזירן אַזעלכע יערלעכע טורן צו וועלכע די ייִדן אין די פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען פֿון לאַנד האָבן זיך געקלאַמערט. די לידער און טענץ וואָס זיי האָבן געשטעלט האָבן אַנטציקט דעם עולם. איך געדענק אויך די פֿאָרשטעלונג וועגן שלום־עליכם אין אַמעריקע מיט שפֿרהן, קאַרל לאַטאָוויטש און רייזל באָזשיק. שפֿרה האָט דעמאָלט געשפּילט די ראָלע פֿון ברכהן, מאָטל־פּייסיס שוועגערין. מײַן שוועסטער מלכּה גאָטליב איז געווען די אַקאָמפּאַניסטקע. איך האָב געזען די פֿאָרשטעלונג מער ווי איין מאָל. מלכּה פֿלעגט קײַכן פֿון געלעכטער הערנדיק די קאָמישע אינטערליודן צווישן שפֿרה און רייזל. מיך און דעם עולם איז די פֿאָרשטעלונג זייער געפֿעלן. אַ שאָד וואָס עס איז ניט געגאַנגען לענגער.

איך פֿלעג זען און הנאה האָבן פֿון שפֿרהס אויפֿטריטן פֿאַר דער "פֿאָלקסבינע". זי פֿלעגט זיך באַטייליקן אין די געלייענטע פּיעסעס וואָס די "פֿאָלקסבינע" האָט אײַנגעפֿירט. אויף די "פֿאָלקסבינע"־"גאַלאַס" פֿלעגט זי מיט מינאַ בערן, שוין אַ באַיאָרנטע, אָבער נאָך אַלץ "גלאַמאָרוס", מיט גלאַנץ זינגען און אויסשפּילן קאָמישע דועטן. זי האָט געשײַנט ווען אַ זינגערין פֿון אַרגענטינע, לויקע טשאַצקעס, איז אויפֿגעטראָטן אין אַ פּראָגראַם פֿון אַרגענטינער ייִדישע טאַנגאָ־לידער. שפֿרה, אַן אַרגענטינער־געבוירענע, האָט געזונגען די לידער מיט פּאַטריאָטישן ברען און דער עולם האָט געקוואָלן פֿון איר האַרציקן אַרויסטריט.

איך בין בײַגעווען ווען אויף אַ "גאַלאַ" פֿון דער "פֿאָלקסבינע" האָט דער דעמאָלטיקער גאָווערנאָר פּאַטאַקי דערלאַנגט שפֿרהן אַן אויסצייכענונג פֿאַר איר לעבנס־לאַנגן בײַטראָג צו דער ייִדישער טעאַטערקונסט. אויף דעם אָוונט האָט ער אויך אויסגעטיילט אויסצייכענונגען צו מינאַ בערן, דוד ראָגאָוו און צפּורה שפּײַזמאַן — אַלע ע״ה.

שפֿרה לערער וועט פֿאַרבלײַבן אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע ווי איינע פֿון די פֿעיִקסטע אַקטריסעס צו באַשײַנען די ייִדישע בינע; און ניט נאָר די ייִדישע — מע דאַרף ניט פֿאַרגעסן אירע געלונגענע אויפֿטריטן אין די אַמעריקאַנער פֿילמען.

עס איז גוט וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט געמאַכט דרײַ פֿילמען פֿאַר איר טויט מיט אינטערוויוען געפֿירט פֿון איציק גאָטעסמאַן. מע קען שעפּן פֿאַרגעניגן פֿון איר שפּרודלדיקער פּערזענלעכקייט און הומאָר.

איך וויל צום סוף דערמאָנען און אויסדריקן מײַן דאַנק און באַוווּנדערונג צו פֿיר מענטשן וואָס זײַנען געווען איר שוץ און געהילף אין די לעצטע טרויעריקע טעג פֿון איר לעבן. מע קען ניט גענוג לויבן די אויסערגעוויינטלעכע פֿרײַנדשאַפֿט און איבערגעגעבנקייט פֿון שושנה וואָלקאָוויטש, וואָס איז געווען בײַ איר זײַט יעדן טאָג, ווי אויך די איבערגעגעבענע נינאַ ראָגאָוו, גדליה (קאָרי) ברײַער און חיים וואָלף. זיי זײַנען ווערט אונדזער פֿאָלקס־דאַנק און ברכה.

כּבֿוד דעם אָנדענק פֿון דער ליבער שפֿרה לערער ע״ה.