ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אשר פּען
אשר פּען

דאָס איז האַטואיי, פֿון ערד גואַכאַוואַ, [האַיִטי]

פֿון לאַנד פֿון די שטאָלצע קוויסקייער, [אַלטער נאָמען פֿון האַיִטי]

זײַן בליק איז געווענדעט צום ברעג מאַאיסי, [מיזרח־פּונקט פֿון קובאַ]

צו קובאַ — פֿון די סיבאָנייער. [אַמאָליקע אײַנוווינער פֿון קובאַ]

(פֿון דער פּאָעמע "האַטואיי" פֿון י. א. פּיניס (אָשר פּען), 1931


אין 1931 האָט דער ייִדישער פּאָעט, זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר אשר פּען געדרוקט זײַן 126־זײַטיקע פּאָעמע "האַטואיי" וועגן דעם אינדיאַנער קעמפֿער קעגן די שפּאַנישע אַרײַנדרינגער אויפֿן אינדזל קובאַ בײַם אָנהייב פֿונעם 16טן יאָרהונדערט. האַטואיי האָט געשטאַמט פֿונעם טײַיִנאָ־פֿאָלק און נאָך עטלעכע חדשים פֿון ווידערשטאַנד איז ער אומגעקומען אין 1512.

אשר פּען, אַ געבוירענער אין 1912 אינעם אוקראַיִנישן שטעטל גײַסין, האָט דאָרטן איבערגעלעבט אַ שרעקלעכן פּאָגראָם און איז געקומען מיט זײַן טאַטע־מאַמע קיין קובאַ אין 1924. ער האָט זיך געלערנט אַרכיטעקטור אינעם האַוואַנער אוניווערסיטעט, און געגרינדעט און רעדאַקטירט די ערשטע קובאַנער ייִדישע צײַטונג "האַוואַנער לעבן" אין 1932. אין 1935 האָט ער אימיגרירט קיין אַמעריקע און געוואָרן אַ לאַנג־יאָריקער זשורנאַליסט און נײַעס־רעדאַקטאָר בײַם "פֿאָרווערטס". בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער געדינט ווי אַ צייכענער פֿאַרן אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט. וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין דער פּאָזיציע האָט ער שפּעטער אָנגעשריבן אין זײַן לידער־זאַמלונג "אַ שיפֿבויערס לידער" (1946). נאָך יאָרן פֿון זיך פֿאַרטיפֿן אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה ווי אַ זשורנאַליסט, האָט ער געדרוקט זײַן קרוינווערק "ייִדישקייט אין אַמעריקע", אַ וואָגיקער באַנד, אַרויס אין 1958; אַ בוך, וואָס איז אָנגעפּיקעוועט מיט אינטערעסאַנטע באַשרײַבונגען פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער וועלט אין אַמעריקע בעת די 1950ער יאָרן. אָשר פּען איז געשטאָרבן אין 1979.

יענע וואָך האָב איך געהאַט די געלעגנהייט בײַצוזײַן דעם ערשטן צוזאַמענקום פֿון אַקאַדעמיקער, קינסטלער, אַרטיסטן און רעפּרעזענטאַנטן פֿון קולטור־פֿונדאַציעס, וואָס דער מוזיקער, פֿרענק לאָנדאָן, האָט אָרגאַניזירט אין "יעיל־אוניווערסיטעט", אין ניו־הייווען, קאָנעטיקוט, כּדי אַרומצורעדן אַ מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג וואָס ער וויל שאַפֿן מיט אַנדערע — אַן אָפּערע אויף ייִדיש געבויט אויף פּענס פּאָעמע "האַטואיי".

געוויינטלעך שרײַבט מען אַ רעצענזיע פֿון אַ פֿאָרשטעלונג נאָך דעם ווי מען האָט זי געזען, אָדער אַ מאָל קען מען שרײַבן וועגן אַ קינסטלערישן פּראָיעקט אַ פּאָר טעג פֿאַר דער עפֿענונג, כּדי צוציִען צו דעם דעם אויפֿמערק פֿונעם עולם. אָבער גאָר זעלטן שרײַבט מען אַן אַרטיקל וועגן אַ פּראָיעקט, וואָס הייבט זיך ערשט אָן; וואָס קיינער ווייסט נישט ווי דער "סוף־פּראָדוקט" וועט אויסזען; צי דער פּראָיעקט וועט בכלל רעאַליזירט ווערן און האָבן אַ תּיקון, און צי מע וועט אים אַמאָל קענען זען אויף דער בינע.

אין דער דוסקיסיע וועגן דער פּאָעמע "האַטואיי" בײַם "יעיל־אוניווערסיטעט" האָבן זיך באַטייליקט : (פֿון רעכטס) פֿרענק לאָנדאָן, אַ סטודענט, מײַקל פּאַזניק און אײַלין פּאַזניק 
(אשר פּענס טאָכטער)
אין דער דוסקיסיע וועגן דער פּאָעמע "האַטואיי" בײַם "יעיל־אוניווערסיטעט" האָבן זיך באַטייליקט : (פֿון רעכטס) פֿרענק לאָנדאָן, אַ סטודענט, מײַקל פּאַזניק און אײַלין פּאַזניק (אשר פּענס טאָכטער)

ווען לאָנדאָן האָט מיר דערציילט לעצטן זומער וועגן זײַן פּלאַן, האָב איך זיך אָנגעכאַפּט אין דעם ווי אַ געדאַנק, וואָס איז ווי אָנגעמאָסטן פֿאַר אים. אין דער מוזיק פֿון אַזאַ אָפּערע וואָלט לאָנדאָן געקענט אַרײַננעמען סײַ ייִדישע, סײַ קובאַנער קלאַנגען, ווײַל אין ביידע מינים פֿאָלקמוזיק, האָט ער אַ סך פּראַקטיק שוין יאָרן לאַנג.

אין "יעיל־אוניווערסיטעט" לערנט פּראָפֿעסאָר אַלען טראַכטענבערג, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ שטודיע וועגן דעם ליד "הײַאַוואַטע" פֿונעם פּאָעט הענרי לאָנגפֿעלאָ. די דאָזיקע פּאָעמע וועגן אַ העלדישן אַמעריקאַנער אינדיאַנער איז ענלעך אין עטלעכע פּרטים צו פּענס ליד "האַטואיי", און אין 1910 האָט דער ייִדישער פּאָעט יהואש דאָס גאַנצע בוך־לאַנגיקע "הײַאַוואַטע" איבערגעזעצט אויף ייִדיש (האַרבסט 2010 האָט דער "ייִדישער קולטור־קאָנגרעס" אָפּגעמערקט די דאַטע און אָרגאַניזירט אַ פֿאָרלייענונג פֿון טיילן פֿונעם ענגלישן אָריגינאַל מיט יהואשס מײַסטערישן טײַטש). טראַכטענבערג, אַן אַמאָליקער תּלמיד אין די "אָרדן"־שולן פֿון פֿילאַדעלפֿיע אַנאַליזירט יהואשס איבערזעצונג אין איין קאַפּיטל פֿון זײַן בוך. בײַ דער פֿאַרזאַמלונג האָט ער גערעדט וועגן דעם סימבאָל פֿונעם אינדיאַנער אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור.

פֿרענק לאָנדאָן, דער אָנפֿירער פֿון דער דיסקוסיע, איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די "קלעזמאַטיקס" — מסתּמא די פּאָפּולערסטע קאַפּעליע הײַנט. אין ניו־הייווען האָט ער אַרויסגעהויבן געוויסע טעמעס אין "האַטואיי" און זײַנע געדאַנקען, ווי אַזוי מע וואָלט געקענט פֿונעם טעקסט אַנטוויקלען אַן אָפּערע אויף ייִדיש. ווען מע האָט געשטעלט די קשיא — ווער וועט הײַנט קומען זען אַן אָפּערע אויף ייִדיש, און צי וואָלט נישט בעסער געווען צו שאַפֿן די אָפּערע אויף ענגליש, האָט לאָנדאָן געענטפֿערט, אַז די פּראָבלעם פֿון פֿאַרשטיין די שפּראַך, איז דווקא נישט קיין פּראָבלעם אינעם זשאַנער פֿון אָפּערע. אָדער מער פּינקטלעכער געזאָגט — די פּראָבלעם איז דאָך פֿאַראַן אין אַלע אָפּערעס. אַפֿילו בײַם הערן אַן אָפּערע אויף ענגליש, דאַרף מען אַרײַנקוקן אין אַ טעקסט, ווײַל מע פֿאַרשטייט נישט די ווערטער ווען קלאַסיש־טרענירטע זינגערס טרעטן אויף.

דער איידעם פֿון אשר פּען, מײַקל פּאַזניק, איז אַ באַקאַנטער דראַמאַטורג און רעזשיסאָר און האָט געהאָלפֿן צונויפֿרופֿן די גרופּע. זײַן פֿרוי, די טאָכטער פֿון אָשר פּען, אײַלין פּאַזניק, האָט גענומען אַ וואָרט, און דערציילט, אַז איר טאַטע האָט, סוף־כּל־סוף, איר דערציילט וועגן דעם פּאָגראָם אין שטעטל, און אָנגעהויבן מיט די ווערטער — "איך וועל דיר דאָס דערציילן בלויז איין מאָל"... דער יונגער פּען האָט דעמאָלט געזען ווי זײַן חבֿרטע ווערט פֿאַרגוואַלדיקט און אומגעבראַכט דורך די קאָזאַקן. די אינפֿאָרמאַציע איז געווען וויכטיק פֿאַר דער פֿאַרזאַמלונג, ווײַל אין דער פּאָעמע "הײַטואיי" האָט פּען, אין אַ בלוטיקן קאַפּיטל, ווען די שפּאַנישע סאָלדאַטן פּײַניקן די קובאַנער אינדיאַנער, בולט אויסגעניצט פּאָגראָם־סצענעס צו באַשרײַבן דעם שוידער. לאָנדאָן וויל אַוודאי אויספֿאָרשן די פֿאַרבינדונגען פֿונעם לעבן פֿון די ייִדן אינעם אוקראַיִנישן שטעטל און דער לעגענדע פֿון האַטויאיי, ווײַל דאָס האָט אינספּירירט דעם פּליט פּען אין קובאַ צו שאַפֿן דאָס ווערק. די פּאָעמע וויברירט מיט דער שׂינאה פֿון די אינדיאַנער קעגן די שפּאַניער, וואָס ווערן אָנגערופֿן "ווײַסע". מע קען דאָס נאָר פֿאַרשטיין ווי אַריבערגעטראָגענע געפֿילן פֿון כּעס קעגן די פּאָגראָמשטשיקעס.

ער קוקט אויף די פֿעלדער מיט ליבע און טרײַהייט,

ניטאָ דאָרט צו זען די פֿעלדער מאַאיס,...

עס האָבן די ווײַסע, די בלוטיקע ווײַסע,

צעטראָטן דאָ אַלעס מיט זייערע פֿיס.

אָבער אָשר פּענס ליבשאַפֿט צום לאַנד קובאַ, צו דער זון, צום בלויען הימל פֿונעם לאַנד, און צו דער טראָפּישער ערד קען מען אויך פֿילן דורכויס אין דער פּאָעמע.

לאָמיר זען וואָס ס׳וועט אַרויס פֿון דעם אַלעם; עס איז זיכער דאָ גענוג אַספּעקטן אין דער פּאָעמע און אינעם לעבן פֿון אשר פּען צו שאַפֿן עפּעס נײַעס אויף ייִדיש. פֿרענק לאָנדאָן האָט פֿאַר זיך אויסגעקליבן נישט קיין לײַכטן קינסטלערישן ציל, אָבער דער פּראָצעס פֿון מוח ביז צו דער בינע, וועט זײַן אַ גאָר אינטערעסאַנטער.