‫פֿון רעדאַקציע

אין די אַמעריקאַנער־רוסלענדישע באַציִונגען, וואָס האָבן זיך אין די לעצטע צען יאָר געוואַקלט צווישן "אַ ביסל בעסער" און "אַ ביסל ערגער", האָט זיך אַרײַנגעריסן אַ נײַע טעמע — קינדער־אַדאַפּטירונג. דאָס מיינט, אַז די אַמעריקאַנער בירגער אַדאַפּטירן קינדער אָן עלטערן פֿון די רוסישע קינדער־היימען.

מע קאָן נישט זאָגן, אַז דאָס אַדאַפּטירן קינדער שפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין די פּאָליטישע אָדער עקאָנאָמישע צווישן־באַציִונגען פֿון ביידע מלוכות; און בכלל, וואָס קאָן דאָ זײַן שלעכטס, אַז פֿאַרלאָזטע קינדער, בפֿרט נאָך קראַנקע אָדער מיט אַ פֿיזישן מום, געפֿינען אַ וואַרעמע היים אין אַמעריקע און ווערן באַזאָרגט סײַ מיט אַ גוטער מעדיצין און סײַ מיט אַ גוטער צוקונפֿט?

לויט דער לאָגיק איז עס טאַקע אַזוי. אָבער, זעט אויס, נישט לויט דער לאָגיק פֿון אַ פּשוטן רוסישן מענטש, וואָס אַמעריקע איז פֿאַר אים געווען און געבליבן אַ בייזער כּוח, וואָס וויל פֿאַרכאַפּן זײַן לאַנד: דורך זײַן בורזשואַזער קולטור, מאָראַלישער געפֿאַלנקייט, זנות, נאַרקאָטיקס... און לעצטנס, דורך אַדאַפּטירן די רוסישע קינדער און דערמיט זיי אָפּרײַסן פֿון זייער פֿאָטערלאַנד, שפּראַך, קולטור, רעליגיע וכדומה.

אַזאַ אומצופֿרינדקייט האָט שטיל געטליִעט דאָ און דאָרט אין רוסלאַנד, בפֿרט צווישן די נאַציאָנאַליסטיש־געשטימטע קרײַזן, נישט טראָגנדיק קיין ברייטערן פֿאַרנעם, ביז ס'האָט זיך דערהערט די הינטישע קאָמאַנדע: "אַטו! בײַס אים!" פֿון וועמען קומט דער "אַטו" אַרויס? ווי שטענדיק אין רוסלאַנד — פֿון די הויכע פֿענצטער.

באַזונדערס האָט זיך אָנגעהויבן די היסטערישע קאַמפּאַניע קעגן אַדאַפּטירן קינדער נאָך דעם, ווי די אַמעריקאַנער פֿרוי טאָרי האַנסען האָט אָפּגעשיקט, אָן אַ באַגלייטער, צוריק קיין רוסלאַנד איר אַדאַפּטירטן זיבן־יאָריקן זון אַרטיאָם. די גאַנצע רוסישע מעדיאַ, וואָס ס'רובֿ געפֿינט זי זיך אונטערן קאָנטראָל פֿון דער מאַכט, איז מאָביליזירט געוואָרן. און באַלד נאָך דעם פֿאַל איז די אינטערנאַציאָנאַלע קינדער־אַדאַפּטאַציע אָפּגעשטעלט געוואָרן, ביז צווישן ביידע מלוכות וועט נישט אויסגעאַרבעט ווערן אַ ספּעציעלער אָפּמאַך.

אָבער דער זשום אַרום דער טעמע "קינדער־אַדאַפּטאַציע" גייט אָן ווײַטער. אויפֿן שוים פֿון דער געזעלשאַפֿט איז אַרויסגעבראַכט געוואָרן די סטאַטיסטישע צאָל 16, וואָס מיינט, אַז זעכצן אַדאַפּטירטע קינדער פֿון רוסלאַנד זײַנען אומגעקומען אין די אַמעריקאַנער משפּחות, צוליב דער אַכזריותדיקער באַציִונג צו זיי.

קיינער לייקנט נישט אָפּ, אַז אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זײַנען דאָ שלעכטע בייזע מענטשן; מעגלעך, אַפֿילו פּסיכיש נישט געזונטע, וואָס זיי וואָלט מען בכלל געדאַרפֿט פֿאַרווערן זיך צו דערנענטערן צו אַ קינד. געוויס, אַז אַזעלכע "עלטערן" האָבן באַקומען פֿאַר די באַגאַנגענע פֿאַרברעכנס דאָס וואָס עס קומט זיי, לויטן געזעץ. אָבער פֿאַר וואָס ווערט דערבײַ אין דער רוסלענדישער עפֿנטלעכקייט נישט דערמאָנט, אַז במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר ווערן דערצויגן אין די אַמעריקאַנער משפּחות איבער 60 טויזנט קינדער, אַדאַפּטירט פֿון רוסלאַנד.

ס'איז איבעריק זיך אַרײַנצולאָזן אין דעם ענין "קינדער־היימען אין רוסלאַנד". מיר וועלן דאָ נאָר באַטאָנען, אַז פֿון 10 מענטשן, וואָס דערגרייכן די עלטער צו קאָנען זיך לאָזן אין אַ זעלבשטענדיק לעבן, פֿאַלן 4 פֿון זיי אַרײַן אין טורמע, 4 — אָדער ווערן אַלקאָהאָליקער, אָדער נאַרקאָמאַנען, און איינער פֿון זיי — באַגייט זעלבסטמאָרד. אַגבֿ, זײַנען די פּרטים גענומען דווקא פֿון די רוסלענדישע סטאַטיסטישע קוואַלן.

אויף דער פֿראַגע: וואָס זשע איז די אמתע סיבה פֿון אַזאַ שמאָלקעפּיקער היסטעריע? טאָם דיפֿיליפּאָ, דער הויפּט פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַראייניקטן ראַט צו העלפֿן קינדער, האָט געפֿאָרשט דעם צושטאַנד פֿון די קינדער, וועלכע געפֿינען זיך אין די קינדער־היימען איבערן גאַנצן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. זײַן ענטפֿער איז געווען אַזאַ: "מע קאָן עס דערקלערן נאָר מיט איין וואָרט — נאַציאָנאַליזם!"

דער רוסישער נאַציאָנאַלער מלוכה־שאָוויניזם בכלל, ווי עס פֿירט זיך נאָך פֿון די צאַרישע צײַטן, פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם 1903, און איצט בפֿרט, ווערט געלאָזט אין גאַנג בפֿירוש אין די מאָמענטן, ווען די רעגירונג גופֿא קאָן ניט לייזן די אינערלעכע פּראָבלעמען פֿאַרבונדן מיט עקאָנאָמישע, סאָציאַלע, אָדער געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס. דעמאָלט זוכט מען אַ קרבן פֿון דער זײַט. אַמאָל זײַנען דאָס געווען די ייִדן, וואָס ס'איז זיי, צוליב זייער רעכטלאָזיקייט, גרינג געווען צו באַשולדיקן אין אַלע חטאָים, בתוכם, אין דערהרגענען קריסטלעכע קינדער צוליב ריטועלע צוועקן; אָדער אַן אַנדער מינדערהייט.

אינעם איצטיקן רוסלאַנד פֿאַלן פֿאַר אַ קרבן די אָפּשטאַמיקע פֿון קאַווקאַז, אָדער די גאַסט־אַרבעטער פֿון די אַזיאַטישע רעפּובליקן; הײַנט, אומאָפּהענגיקע מלוכות. אָבער די שׂינאה צו אַמעריקע, וואָס ליגט טיף אינעם אונטערבאַוווּסטזײַן פֿונעם המון, איז לײַכט אויפֿצובלאָזן דורך אַזאַ מאָדערנעם בילבול, ווי אַדאַפּטירן רוסישע קינדער, כּדי איבער זיי זיך איזדיעקעווען.

איז ווידער: טאַטע־מאַמעס זינדיקן, און קינדער קומען אָפּ.