ליטעראַטור, קונסט

וויסנדיק, צי נישט־וויסנדיק, פֿאַרצייכענען אַ מאָל פּאָעטן און שרײַבער אַ וועלט מיט כאַראַקטעריסטיק וועגן זיך דורך קליינע גראַפֿישע סימבאָלן, וואָס די שרײַבער אַליין צייכענען אין זייערע ביכער אָדער בריוו. דורך דער גראַפֿיק ווערט אַנטפּלעקט דעם שרײַבערס כאַראַקטער, זײַן קונסט־ און וועלט־באַנעם.

אָט, למשל, דער פּאָעט פֿריד ווײַנינגער וואָס איך האָב אים געקענט ווי אַ לאָקאַטאָר — געוווינט בײַ אונדז אין בראָנקס אין די 1980ער יאָרן, ווײַנינגער איז אויך געווען אַ מאָלער, וואָס האָט שטענדיק געזוכט און געוואַנדערט איבער דער וועלט. ער איז געווען אַן עסטעט; אַ ליבהאָבער פֿון שיינקייט און אָרדענונג.

אין אונדזער בוידעמשטוב האָט ער אויפֿגעשטעלט אַ סטודיאָ, וווּ ער האָט געמאָלן זײַנע איילבילדער, אין וועלכע ער האָט אויסגעדריקט זײַן בענקשאַפֿט נאָך וואָרצלען דורך דעם אימאַזש פֿון אַ בוים. כאָטש ער האָט געמאָלן בײַ אונדז אין הויז, האָט ער אונדז קיין מאָל נישט צוגעלאָזט אָנצוקוקן זײַן ווערק. דער פּראָצעס פֿון מאָלן איז פֿאַר אים געווען אַ פּריוואַטער ענין.

אַ געבוירענער אין טשערנאָוויץ, פֿון אַ באַשיידענער משפּחה, האָט ער געשטרעבט נאָך אַ סטאַבילער היים. ער איז אַרומגעפֿאָרן און געלעבט אין באָגאָטאַ, קאָלומביע, ניו־יאָרק און אַנדערע לענדער, ביז ער איז אָנגעקומען קיין ישׂראל. דאָרטן האָט ער חתונה געהאַט און געמאָלן אַ בילד פֿונעם בוים, וואָס אין זײַן שטאַם האָט ער אַרײַנגעמאָלן זײַן אייגענעם פּאָרטרעט. דאָס האָבן מיר ערשט באַוויזן צו זען ווען מײַן מאַן און איך זענען געווען צו גאַסט בײַ זיי אין ישׂראל. אין דער מדינה האָט ער, סוף־כּל־סוף, געפֿונען זײַנע וואָרצלען.

אַ צווייטער פּאָעט, אויך אַ בוקעווינער געבוירענער, פֿון דער שטאָט שאָץ, איז געווען מ. מ. שאַפֿיר; אַ לערער, אַ בעל־לשון אין עטלעכע שפּראַכן בכלל, און אַ גרויסער קענער פֿון ייִדיש לשון בפֿרט. מיט אים האָט מײַן ברודער מרדכי שעכטער געפֿירט אַ רײַכע קאָרעספּאָנדענץ און פֿרײַנדשאַפֿט.

שאַפֿיר האָט אַרויסגעלאָזט אַן ערך 18 ביכלעך פּאָעזיע אין מאָנטרעאָל, וווּ ער האָט זיך באַזעצט אין 1930. כּדי אויסצודריקן דאָס עשירות פֿון מאַמע־לשון, האָט ער געשריבן אין אַ פֿאָלקישן סטיל, כאָטש ער איז געווען אַ הויך־געבילדעטער אינטעליגענט. די וואָס האָבן אים געקענט — תּלמידים און גוטע־פֿרײַנד — האָבן געוווּסט פֿון זײַן שטילן רעדן סײַ אין קלאַס, סײַ בײַ אַ לעקציע, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט זײַן עניוות. וואָס זשע איז געווען זײַן סימבאָל, דער גראַפֿישער, וואָס מע האָט געזען אין זײַנע ביכער און קאָרעספּאָנדענץ? אַ קליין פֿייגעלע, אַ וואָראָבייטשיקל, וואָס ער האָט אַליין געצייכנט. יאָ, דאָס איז געווען אַקוראַט צוגעפּאַסט פֿאַר אים.

דער דריטער פּאָעט בײַ וועלכן איך האָב געהאַט די געלעגנהייט צו זען זײַן גראַפֿישן אויסדרוק, איז געווען מעינקע קאַץ, דער לערער פֿון מײַנע קינדער אין "אַרבעטער־רינג" שול 10, אין בראָנקס. ער איז נישט געווען קיין ענוו, ווי שאַפֿיר, נאָר, להיפּוך, ער האָט געשטרעבט צו הויכע צילן. אין זײַנע ביכער־אונטערשריפֿטן האָט ער געצייכנט אַ שיינע גרויסע קווייט. דאָס איז געווען זײַן סימבאָל — אַ גרויסע בלום וואָס האָט זיך געשטרעקט איבער דער גאַנצער זײַט.

אַ פֿערטן פּאָעט וואָס איך נעם אַרײַן אין קאָן, בין איך אַליין. נישט־וויסנדיק, האָב איך אַ נטיה סײַ אין מײַנע צייכענונגען, סײַ אין מײַנע לידער אויסצודריקן "דעם וועג." דער וועג — וווּהין פֿירט ער? פֿון וואַנען קומט ער, און וואָס מיינט ער? כאָטש ס’איז מײַן סימבאָל, איז מיר שווער אויסצוטײַטשן דעם מיין פֿון אים. מײַנע ביכער און קאָמפּאַקטלעך טראָגן אַזוינע טיטלען ווי "סטעטשקעס צווישן מויערן", "פּערפּל שלענגלט זיך דער וועג", "אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט", אָבער איך בין נישט קיין וואַנדערער און האָב נישט קיין "וואַנדערלוסט". איך זיץ אין שטוב בײַ מײַן פֿענצטער און קוק אַרויס ווי סע פֿליט דורך די וועלט. איך מאָל בילדער, שרײַב לידער — אָבער איך אַליין קען נישט פֿאַרענטפֿערן דעם טײַטש פֿון מײַן סימבאָל.