ניט לאַנג צוריק איז דערמאָרדעט געוואָרן דער אַקטיאָר, קינאָ־רעזשיסאָר און גרינדער פֿון דעם "פֿרײַהייט־טעאַטער" אין דזשענין, דזשוליאַנאָ מער־כאַמיס.

מען רעכנט, אַז די מערדער זײַנען מוסולמענישע פֿאַנאַטיקער, וואָס זײַנען געווען קעגן אַן אינסטיטוציע, וווּ מענער און פֿרויען שפּילן צוזאַמען אויף דער בינע. דערצו האָט די פֿאַנאַטיקער געשטערט, אַז מער־כאַמיס איז אויך אַ ייִד: זײַן מאַמע איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ קריסטלעכן אַראַבער, אַ קאָמוניסט פֿון חיפֿה.

חיפֿה איז אויך מײַן היימשטאָט. אין חיפֿה פֿלעגן די ייִדן און אַראַבער גאַנץ גוט וווינען צוזאַמען, ווי מײַן זיידע עליו־השלום, אַ באַקאַנטער לערער פֿון אַראַביש, פֿלעגט מיר דערציילן.

אין יאָר 2004 האָט מער־כאַמיס געמאַכט דעם פֿילם "אַרנעס קינדער" וועגן זײַן מאַמען און איר אַרבעט מיט דעם יונגוואַרג אין דזשענינער פּליטים־לאַגער. נאָך איר טויט און נאָך דעם גרויסן דערפֿאָלג פֿונעם פֿילם, האָט דזשוליאַנאָ באַשלאָסן ממשיך צו זײַן איר וויכטיקן פּראָיעקט און געגרינדעט דעם דזשענינער "פֿרײַהייט־טעאַטער". זײַן הייליקע מיסיע צו געבן די פּאַלעסטינער קינדער אינעם פּליטים־לאַגער די מעגלעכקייט זיך אויסצודריקן דורך קונסט און ניט דורך געוואַלד — אי קעגן די רעפּרעסיווע מיטלען פֿון דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע, אי קעגן דער אונטערדריקונג פֿון די פֿרויען אין דער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט — איז אויך ניט זייער געפֿעלן געווען אין ישׂראל גופֿא. קיינער האָט דאָך ניט ליב קריטיק קעגן זיך אַליין.

מער־כאַמיס האָט זיך באַרימט געמאַכט, צום אַלעם ערשטן, ווי אַן אויסגעצייכנטער אַקטיאָר, ווי דער הויפּט־שטערן פֿון דעם חיפֿהער טעאַטער. איך אַליין האָב אים געזען שפּילן אין כּלערליי פֿאָרשטעלונגען, ווי למשל, אין שעקספּירס "דער משרת פֿון צוויי בעלי־בתּים", "אָטעלאָ" און אַנדערע. ער פֿלעגט שפּילן די ראָלעס פֿון כאַריזמאַטישע, עקשנותדיקע און שטאַרקע העלדן; אַזעלכע עקסטרעמע פּאַרשוינען, וואָס געפֿינען זיך שטענדיק אין אַ לימינאַלישן מצבֿ צווישן זעלטענער גאָונישקייט און פֿולער צעדרייטקייט. זײַענדיק אַליין אַזאַ טיפּ, האָט מער־כאַמיס געהאַט אַ שם פֿון אַן אומגעדולדיקן און אומקאָמפּראָמיסלאָזן טאַלאַנט, וואָס מאַכט פֿאַר קיינעם ניט דאָס לעבן גרינגער.

די לעצטע פֿאָרשטעלונג פֿון דעם "פֿרײַהייט־טעאַטער" איז געווען "עליס אין וווּנדער־לאַנד", אַ פּיעסע וואָס סימבאָליזירט, צום מערסטנס, דאָס שטענדיקע זוכעניש פֿון נײַע האָריזאָנטן און די אומדערוואַרטע ברודערשאַפֿט צווישן גאָר פֿאַרשיידענע טיפּן. אָט די צוויי וויכטיקע עלעמענטן האָט מער־כאַמיס באַוויזן, צו שענקען דעם עולם און דער באַפֿעלקערונג אין דעם פּליטים־לאַגער.

דאָס זוכעניש פֿון נײַע האָריזאָנטן האָט זיך אויסגעדריקט, צום בולטסטן, אין זײַן כּסדרדיקן פּרוּוו אָפּצוּווענדן די יוגנט פֿונעם לאַגער, וועלכער באַנוצט פֿאַר זײַנע צילן געוואַלד־מיטלען, און זיי אַרויפֿפֿירן אויף אַ קולטורעלן און אומגעוואַלדיקן וועג. אָדער, ווי מע רופֿט עס דאָרטן "די ווײַסע אינטיפֿאַדע".

דער "פֿרײַהייט־טעאַטער" האָט געהאַט אַ גרויסע צאָל אָנהענגער — ייִדן און ניט־ייִדן פֿון איבער דער גאָרער וועלט, וואָס האָבן געגלייבט און געשטיצט דעם טעאַטער, ישׂראלים בתוכם. שטיצנדיק אַזאַ מין וועלטלעך־מאָדערנע אינסטיטוציע, האָבן די דאָזיקע מענטשן פֿון דרויסן אַ סך געהאָלפֿן צו פֿאַרשטאַרקן די וועלטלעכע מעסיקע שיכטן אין דער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט.

מער־כאַמיס וועט שטאַרק אויספֿעלן אי די ישׂראלדיקע, אי די פּאַלעסטינער ליבהאָבער פֿון קולטור.