קונסט
איליאַ רעפּין און זײַן פֿרוי, נאַטאַליאַ נאָרדמאַן
איליאַ רעפּין און זײַן פֿרוי, נאַטאַליאַ נאָרדמאַן

אין אונטערשטן מאַנהעטן, ניו־יאָרק, אין איינער פֿון די עלטסטע סינאַגאָגעס (172 Norfolk Street) האָבן צוויי אַמעריקאַנער קונסט־אָרגאַניזאַציעס אײַנגעאָרדנט אַן אויסשטעלונג פֿון זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿאַרבונדן מיטן לעבן פֿונעם גרויסן רוסישן קינסטלער, איליאַ רעפּין, געבראַכט פֿון רוסישן מוזיי אין סאַנקט־פּעטערבונג. בסך־הכּל, 40 פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט צווישן די יאָרן 1899 און 1930.

איליאַ רעפּין איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע אין 1844 און געשטאָרבן אין פֿינלאַנד, אין 1930. די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט געמאַכט זײַן צווייטע פֿרוי, נאַטאַליאַ נאָרדמאַן. אין 1899 האָט רעפּין געקויפֿט אַן ערד־חלק אינעם דאָרף קואָקאַלאַ, פֿינלאַנד, און דאָרט אויפֿגעבויט אַ דאַטשע, וועלכע איז אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון רוסישער קולטור אונטערן נאָמען "פּענאַטי". דאָרטן האָט ער אויסגעלעבט זײַנע לעצטע 30 יאָר. אין 1918 איז פֿינלאַנד געוואָרן אומאָפּהענגיק פֿון רוסלאַנד, איז דאָס דאָרף פֿאַרבליבן אויסער דער רוסישער גרענעץ.

אויף די בילדער, אַרויסגעשטעלט אין ניו־יאָרק, זעט מען פֿאָטאָגראַפֿירט די באַרימטע געסט פֿון "פּענאַטי": די שרײַבער מאַקסים גאָרקי, לעוו טאָלסטוי, וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי; דער זינגער פֿיאָדאָר שאַליאַפּין און אַנדערע. מע קאָן געפֿינען אויך דאָס בילד פֿון רעפּינס לוויה. עס זײַנען אויך אַרויסגעשטעלט עטלעכע באַרימטע בילדער פֿונעם מאָלער: "טײַכשיפֿן־ציִער אויף דער וואָלגע", "זאַפּאָראָזשער קאַזאַקן שרײַבן אַ בריוו דעם טערקישן סולטאַן" און "איוואַן דער גרויזאַמער הרגעט זײַן זון". אַרום דעם לעצטן בילד גייט אַרום אַ לעגענדע, אַז בעתן מאָלן דאָס בילד, האָט רעפּין דערפֿילט אין דער רעכטער האַנט מסוכּנדיקע ווייען. נאָך מער, די האַנט האָט אויפֿגעהערט אים צו דינען. האָט ער געמוזט פֿאַרענדיקן דאָס בילד מיט דער לינקער האַנט.

די סאָוועטישע רעגירונג האָט נישט איין מאָל געפּרוּווט אומצוקערן רעפּינען פֿון פֿינלאַנד אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָבער רעפּין האָט זיך נישט געלאָזט אײַנרעדן. "כּל־זמן עס באַלעבאַטעווען דאָרט די באָלשעוויקעס, — איז געווען זײַן ענטפֿער, — וועל איך אַהין נישט קומען!"

פֿון דעסטוועגן, נאָך זײַן טויט האָט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זיך פֿונאַנדערגעוויקלט אַ גאַנצע קאַמפּאַניע צו פֿאַרוואַנדלען רעפּינען אין אַ מין געץ פֿון סאָוועטישער קונסט. זײַנע בילדער האָבן די סאָוועטישע קונסט־מומחים אַרויסגעשטעלט ווי אַ מוסטער פֿון דעם צוגעטראַכטן אידעאָלאָגישן באַגריף — "סאָציאַליסטישער רעאַליזם". פֿון איין זײַט, האָט מען רעפּינס קונסט אַרויפֿגעטראָגן אין די העכסטע הימלען פֿון סאָוועטישער קונסט; פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען די פּאָרטרעטן, באַזונדער פֿון דער צאַרישער פֿאַמיליע, אויסגעבאַהאַלטן געוואָרן אין די קעלערן פֿון די מוזייען, חלילה, נישט מאַכן קאַליע דאָס אויג פֿונעם סאָוועטישן מענטש.

דער דירעקטאָר פֿונעם "קונסט־צענטער" בײַ דער סינאַגאָגע, וווּ די אויסשטעלונג פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס איז פֿאָרגעקומען, דער מאָלער אַנדזשעל אָרענזאַץ, שטעלט אָפֿט אַרויס זײַנען אייגענע בילדער אין די גרעסטע מוזייען פֿון רוסלאַנד; אַזעלכע ווי "ערמיטאַזש", רוסישער מוזיי, מוזיי אינעם רומיאַנצעוו־פּאַלאַץ און אַנדערע. ער האָט בײַ דער עפֿענונג געמאָלדן, אַז די קומענדיקע אויסשטעלונג אין דער סינאַגאָגע וועט זײַן געווידמעט דעם רוסישן דיכטער אַנדריי וואָזנעסענסקי.

דער דירעקטאָר פֿונעם "קונסט־צענטער" בײַ דער סינאַגאָגע, דער מאָלער אַנדזשעל אָרענזאַץ
דער דירעקטאָר פֿונעם "קונסט־צענטער" בײַ דער סינאַגאָגע, דער מאָלער אַנדזשעל אָרענזאַץ
Credit: Arkadiy Yagudaev