פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

לעצטע וואָך האָט איציק גאָטעסמאַן געווידמעט זײַן רובריק וועגן פֿאָלקלאָר צו דער טעמע פֿון פֿאָטערס לכּבֿוד "פֿאָטערס טאָג" און זײַן פֿאָטערס יאָרצײַט. ער האָט ציטירט עטלעכע שפּריכווערטער און עטלעכע אינטערעסאַנטע פֿאָלקסלידער. מיר האָבן זיך געפֿרעגט די פֿראַגע וועגן דער אָפֿטקייט פֿון דעם וואָרט "פֿאָטער", אָדער "טאַטע" אין זינגלידער אין ליכט פֿון זײַן וויכטיק אָרט אין דער פֿאַמיליע, און מיר האָבן געדענקט איבער 40 אַזעלכע לידער. מיר נעמען אין באַטראַכט דעם פֿאָטער אָדער טאַטע פֿון דער פֿאַמיליע, און נישט דעם נאָמען פֿון דעם אייבערשטן, וועלכן מע האָט אויך אַדרעסירט ווי "טאַטע, טאַטעניו, פֿאָטער אין הימל" (ווי למשל אין ש. קאַטשערגינסקיס "זאָל שוין קומען די גאולה") אאַז״וו. אין איין ליד "מײַן ייִנגעלע" פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד געפֿינט זיך דאָס וואָרט "פּאַ" — "וווּ איז פּאַ?" וואָס מיר נעמען אַרײַן, אָבער געוויינטלעך איז די באַצייכענונג "פֿאָטער" אָדער "טאַטע". דאָס איז אַ שפּיל וואָס איך און מײַנע בנים זלמן און משה האָבן ליב צו שפּילן פֿון צײַט צו צײַט. מיר ברענגען דאָ די טיטלען אָדער ערשטע שורות פֿון די לידער און געבן אָנצוהערעניש, אַז דאָס איז ווײַט ניט אַ פֿולע רשימה. אויב עמעצער געדענקט און קען צוגעבן נאָך לידער, וועט עס זײַן בײַ אונדז ביז גאָר אָנגעלייגט.


וויג־ און קינדער־לידער

1. וווּ דער טאַטע? ניטאָ הי. (פֿייגעלע, פֿייגעלע, פּי־פּי־פּי)

2. דער טאַטע וועט קויפֿן שיכעלעך (פּאַטשע, פּאַטשע, קיכעלעך)

3. דער טאַטע וועט קויפֿן שיכעלעך (אין אַן אָרעם שטיבעלע)

4. און דער טאַטע האָרעוועט, האָרעוועט אַלע יאָרן זײַנע (ביי דעם שטעטל שטייט אַ שטיבל)

5. אָט שטייט דער טאַטע, קוועלט און הערט זיך צו (יאַנקעלע)

6. ניט אמת, טאַטע, וואָס דער רבי זאָגט (מאָטל)

7. וווּ איז, וווּ איז פּאַ? (מײַן ייִנגעלע)

8. כ׳האָב געהאַט אַ טאַטעניו, האָט ער מיר געלערנט (רעגנדל)

9. אין אַמעריקע איז דער טאַטע דײַנער, זונעניו (שלאָף מײַן קינד)

10. בײַ טאַטע־מאַמע אויך געווען אַ קינד (ישׂראַליק)

11. ס׳האָט דער טאַטע פֿון יאַרידל מיר געבראַכט אַ נײַע פֿידל

12. ברוך־אַתּה זינגט דער טאַטע

13. מײַן טאַטע אַ כּהן

14. כ׳האָב געזען דײַן טאַטן לויפֿן (דרעמלען פֿייגל)

15. דער טאַטע האָט אַ ציגעלע געקויפֿט פֿאַר צוויי גילדײַן (חד־גדיא)


משפּחה־ און אַלגעמיינע לידער

16. דער טאַטע — די מאַמע — דער זיידע — די באָבע — אייניקלעך אין מיטן אויף אַ גאָלדענעם שליטן (עפֿנט דעם טויער)

17. דאָס האָט נאָך געזונגען דער טאַטע מיט דער מאַמען (האָבן מיר אַ ניגונדל)

18. לייג איך מיר מײַן קעפּעלע אויף מײַן טאַטנס בעטעלע

19. דער טאַטע איז געוואָרן דער מאַמעס חתן (די משקה)

20. זאָג זשע מיר טאַטעניו (לאָמיר אַלע זינגען... אַ זמרל)

21. ס׳האָט מיר מײַן טאַטע נאָך קינדווײַז געזאָגט (זינג שטיל)

22. טאַטע, דו לאַכסט, אַז וויי צו דײַן געלעכטער


פּרנסה און קאַמף

23. טאַטעס, מאַמעס, קינדערלעך בויען באַריקאַדן

24. פֿון סיביריען שיקט דער טאַטע דיר אַ גרוס, מײַן קינד (ס׳לויפֿן, ס׳יאָגן שוואַרצע וואָלקנס)

25. אַוועק איז דער טאַטע גאַנץ פֿרי צו דער אַרבעט (ס׳וועט זיך פֿון צווייגל צעבליִען אַ בוים)

26. דער טאַטע איז אַ שמאַרעוואָזניק (וואָס ביסטו קאָטינקע ברוגז)

27. מײַן טאַטע איז געווען אַ מעכטיקער פּאַן (די מגילה־לידער)

28. מײַן טאַטן האָט מען אויפֿגעהאַנגען (דאָס קליינע ציגײַנערל)

29. ווען ער וואָלט אַ טאַטע נאָר געהאַט (אוורעמל מאַרעוויכער)


ליבע און חתונה

30. כ׳האָב מורא פֿאַר דײַן טאַטן (בראָנטשעלע)

31. טאַטע־מאַמע וועל איך פֿאַרגעסן (זאָג נאָר, דו שיין מיידעלע)

32. און דער טאַטע צו דערצו מיט דעם פּאַס דעם גרויסן (אונטער אַ קליין ביימעלע)

33. דער טאַטע וועט ברענגען פֿאַר דיר פֿון דער וועלט (דער יונגינקער שנײַדערל)

34. איך וועל זאָגן — טאַטע, טויט מיך (די ווערבע)

35. כ׳האָב ליב אַ שיין מיידעלע, טאַטעניו (נחומקע מײַן זון)

36. זע דאָס קליידל, טאַטעשי

37. דײַן טאַטע וויל נדן (איך האָב שוין ניט קיין כּוח בײַ דער אַרבעט איינצוזיצן)

38. ניין, טאַטע, ס׳איז ניט שיין (וואָס זשע ווילסטו מײַן טײַער קינד)

39. דער טאַטע וועט די טיר פֿאַרשליסן (פֿון וואַנען הייבט זיך אָן אַ ליבע)

40. טאַטע, פֿאָר קיין ווילקאָמיר און ברענג אַ חתנדל פֿאַר מיר


אַנדערע

41. זײַ זשע מיר געזונט, מײַן ליבער פֿאָטער

42. דער טאַטע איז געפֿאָרן קיין באַלטאַ

43. אַז דער טאַטע קושט די מאַמע, גייען די קינדערלעך טאַנצן (ציגעלע, מיגעלע, קאָטינקע)

ווי מע זעט פֿון דעם "קאָמפּיוטערישן" צונויפֿקלײַב וואָס מיר האָבן געמאַכט, איז דער פֿאָטער היפּש פֿאַרטראָטן אין ייִדישן זינגליד.


אַ קינדערגראַם

אָבֿ — אַ פֿאָטער

קדר — טאָטער

טאָטער — קדר

בגדים — קליידער

קליידער — בגדים

קנעכט — עבֿדים

עבֿדים — קנעכט

בדק — פֿאַררעכט

פֿאַררעכט — בדק

משיח — צדק

צדק — רעכט

אור — לעכט (ליכט)

לעכט — אור

קעלט — קור

קור — קעלט

עולם — וועלט

וועלט עולם — יאָסעלע גולם

משיח־צדק משמים

לאָמיר גיין קיין ירושלים.