דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
סאַבינע קאָלער
סאַבינע קאָלער

פֿון סאַבינע קאָלער (רעגנסבורג, דײַטשלאַנד)

"איך האָב גוט געקענט אַלע זידלערײַען פֿון דער גאַס — און אויך אַ ביסל לײַטישע ווערטער. נאָר אַזאַ מין פֿאַנטאַסטיש בוך־וואָרט, אַזאַ מין נישט־דאָיִק וואָרט ווי "כודאָזשניק" — האָב איך נישט געהערט. ס׳הייסט, כ׳האָב יאָ געהערט, נאָר אין אונדזער שטאָט האָט מען עס קיין מאָל נישט באַנוצט. ווי קומט עס? איך וואָלט קיין מאָל נישט געקענט, לויט מײַן אַפּשטאַם, דערלויבן זיך אַפֿילו אין געדאַנק אַרויסרעדן אַזאַ וואָרט. נאָר ווען מײַן חבֿר האָט דערזען די צעהאַנגענע בילדער אויף אונדזערע ווענט, האָט ער אַ זאָג געטאָן אַזוי׃

׳הער נאָר, דו ביסט דאָך אַן אמתער כודאָזשניק!׳ וואָס איז כודאָזשניק? ווער כודאָזשניק? קען איך דען אין דער אמתן אויך זײַן אַ...זאַ?

ער איז אַוועקגעגאַנגען און האָט מיר גאָרנישט געענטפֿערט. און איך האָב זיך דערמאָנט אַז ערגעץ, אין דער שטאָט וויטעבסק, האָב איך אין דער אמתן געזען אַ גרויסן שילד, ווי אויף די קראָמען׃ "אַ שול פֿון מאָלערײַ און צייכענען פֿון כודאָזשניק פּען".

און איך האָּב אַ טראַכט געטאָן׃ "מײַן גורל איז באַשטימט. מען דאַרף נאָר אַהין אַרײַן און ענדיקן דאָס אָרט, און איך בין שוין אַ פֿאַרטיקער כודאָזשניק. און איך וועל זיך אָפּגעזעגענען מיט דער מאַמעס חלומות וועגן אַ משרת, אַ בוכהאַלטער, אָדער אין בעסטן פֿאַל — אַ פֿאָטאָגראַף מיט מעבל."


דער, וואָס רעדט דאָ אַזוי פֿאַרחידושט וועגן דער עקזאָטישער נאַטור פֿון זײַן מלאָכה, איז קיין אַנדערער ניט, ווי מאַרק שאַגאַל, אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע "אייגנס". די ביז גאָר רעאַליסטישע קונסט־שול פֿון יהודה (יורי) פּען, וואָס צווישן זײַנע תּלמידים זײַנען געווען אויך אַזעלכע באַרימטע קינסטלער פֿונעם רוסיש־ייִדישן אַוואַנגאַרד, ווי אליעזר (על) ליסיצקי און אָסיפּ צאַדקין, איז געוואָרן פֿאַרן יונגן שאַגאַל דער טויער אינעם רוסישן און אייראָפּעיִשען אַוואַנגאַרד.

נאָך אַ צײַט אין פּעטערבורג איז ער אַוועק קיין פּאַריז, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט פֿיר יאָר (1910—1914). פֿון פּאַריז האָט ער זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד ווי אַ רײַפֿער קינסטלער. אין רוסלאַנד איז ער פֿאַרבליבן ביז 1922, און פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ פֿון זײַן לעבן אין פֿראַנקרײַך, מחוץ די מלחמה־יאָרן. שאַגאַל איז געווען גוט באַהאַוונט אין אַלע מאָדערנע קונסט־שיטות׃ פֿאָוויזם, אָרפֿיזם, פֿוטוריזם, קוביזם און עקספּרעסיאָניזם. אָבער ער האָט קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן זײַן היימשטאָט וויטעבסק און זײַן ייִדישע ירושה. ער האָט געשעפּט זײַן שעפֿערישע יניקה פֿון אָט די קוואַלן אין משך פֿון זײַן גאַנץ לעבן.

פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ איז משה סעגאַל אַרויס אין דער גרויסער וועלט, וווּ ער האָט זיך קונה שם געווען ווי מאַרק שאַגאַל. און וווּ נאָר ער זאָל זיך ניט געווען קערן — קיין מאָסקווע, פּאַריז אָדער ניו־יאָרק; אין יעדער גרויסער שטאָט — נעמט ער מיט זיך זײַן ייִדיש מאַמע־לשון. ביז זײַנע לעצטע טעג האַלט ער אין שרײַבן זײַנע בריוו, רעדעס און לידער אויף ייִדיש. די רײַכקייט פֿון אויסדרוקן, די עמאָציאָנעלע און קלאַנגלעכע פֿילפֿאַרביקייט פֿון ייִדיש זײַנען טיף אַרײַנגעדרונגען אין זײַן קינסטלערישן באַוווּסטזײַן. זײַן קינסטלערישע אייגנאַרטיקייט איז אויסגעפֿורעמט געוואָרן ניט בלויז דורך דער נאָענטער פֿאַרבינדונג מיט זײַן היימשטאָט, נאָר אויך מיט זײַן מאַמע־לשון.

שאַגאַל וואָלט ניט געווען שאַגאַל אָן אָט דעם ספּעציעלן חוש פֿאַר די קאָמישע מעטאַפֿאָרן, שפּראַך־פֿאָלקלאָר און שפּריכווערטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך. ער מאָלט ניט נאָר דאָס, וואָס ער זעט, נאָר אויך דאָס, וואָס ער הערט און לייענט. דערבײַ ווערט ער אָבער ניט סתּם אַ שפּראַך־אילוסטראַטאָר. די מאָלערישע אויסדרוק־מיטלען טרעטן אַרײַן אין אַ לעבעדיקן דיאַלאָג מיט דער ייִדישער שפּראַך; אייגנטלעך, אויך מיט דער רוסישער שפּראַך, ווי עס ווײַזן זײַנע אילוסטראַציעס צו גאָגאָלס "טויטע נפֿשות".

שאַגאַלס בילדער רעדן ייִדיש. למשל, אויף אייניקע בילדער זײַנע זעט מען דעם קינסטלער אַליין מיט אַ האָן אָדער אַפֿילו אין אַ האָן. דערמיט איז ער אויסן, אַז ער איז טיף פֿאַרליבט, "די כּפּרה פֿאַר" זײַן פֿרוי בעלאַ (וואָס צו מאָל באַווײַזט זי זיך יאָ און צו מאָל ניט אויפֿן בילד). אויף אַן אַנדער בילד, ווי אַ סימן פֿון זײַן שליטה איבער דער נײַער קינסטלערישער שפּראַך פֿונעם אַוואַנגאַרד, ווײַזט ער זיך אַליין מיט די פֿיס אַרויף און מיטן קאָפּ אַראָפּ. דאָס הייסט בוכשטעבלעך, אַז זײַן קאָפּ איז "פֿאַרדרייט" געוואָרן.

עס איז קלאָר פֿון דער קוביסטישער סטיליסטיק, אַז שאַגאַל איז אויסן צו ווײַזן זיך ווי אַ באַנײַער פֿון קונסט. אָבער די רעוואָלוציאָנערע בשׂורה פֿונעם דאָזיקן אויטאָפּאָרטרעט שטעקט אינעם זאָגעכץ "איבערקערן מיטן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פֿיס אַרויף". שאַגאַל טײַטשט די דאָזיקע ווערטער לויט זייער פּשט און זיי ווערן מגולגל אין אַ בילדערישן אימאַזש׃ ער קערט איבער די מאָדערנע קונסט.

עס איז גוט באַוווּסט, אַז שאַגאַל האָט זיך איראָניש געשפּילט מיט ייִדיש אין זײַנע בילדער. וועגן דעם האָבן געשריבן סײַ שאַגאַלס מיטצײַטלער לעאָ קעניג, באָריס אַראָנסאָן, אַבראַם אפֿרת און יעקבֿ טוגענדהאָלד; סײַ די הײַנטצײַטיקע פֿאָרשער זיווה אַמישי־מײַזעלס, לעאָן לענעמאַן, בנימין האַרשאַוו. אָבער ווייניקער באַקאַנט זײַנען שאַגאַלס אילוסטראַציעס צו ייִדישע טעקסטן. ניט אַלע קונסט־פֿאָרשער זײַנען בכּוח בײַצוקומען די פֿרעמדקייט פֿון ייִדישע אותיות און צו אַנטפּלעקן דעם כּישוף פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין שאַגאַלס גראַפֿיק.

שאַגאַלס נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, סײַ פּראָזע און סײַ פּאָעזיע, האָט געדויערט העכער ווי פֿופֿציק יאָר. מען קאָן ניט משׂיג זײַן זײַן קונסט, ווען מען פֿאַרשטייט ניט דאָס חשיבֿות פֿון זײַנע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע וואָרצלען. אַגבֿ, האָט די פֿראַנצויזישע ליטעראַטור קיין מאָל ניט באַקומען אַזאַ וויכטיקן אָרט אין זײַן שאַפֿונג ווי די ייִדישע.

אין משך פֿון זײַן לעבן האָט שאַגאַל אילוסטרירט די ווערק פֿון דער ניסתּר און י. ל. פּרץ, פֿון דוד האָפֿשטיין, אבֿרהם ליעסין, איזי כאַריק, איציק פֿעפֿער, דניאל טשאַרני, יוסף אָפּאַטאָשו, אבֿרהם סוצקעווער, און נאַטירלעך, פֿון זײַן פֿרוי בעלאַ. צווישן זײַנע ערשטע אילוסטראַציעס זײַנען דרײַ צייכענונגען צו פּרצעס מעשׂה "דער קונצן־מאַכער" פֿון 1915—1916 ווען שאַגאַל האָט געוווינט אין פּעטראָגראַד. דער אָנשטויס איז געקומען פֿון נחום שטיף. אָבער צוליּב דעם פֿאַרווער מצד דער רוסישער מיליטערישער צענזור צו באַנוצן זיך מיטן ייִדישן אַלף־בית זײַנען די דאָזיקע בילדער דעמאָלט פֿאַרבליבן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט. שאַגאַל האָט אָנגעצייכנט דעם שער־בלאַט און צוויי איידעלע קוביסטישע מיניאַטורן, וואָס כאַפּן דעם מהות פֿון פּרצעס מעשׂה אי עסטעטיש, אי תּוכיק. אָבער ווען מען קוקט זיך נענטער אַרײַן אין איינער פֿון די דאָזיקע אילוסטראַציעס, קאָן מען באַמערקן איבערקלאַנגען מיט דער רוסישער קולטור פֿון פּעטראָגראַד ערבֿ דער רעוואָלוציע.

צוזאַמען מיט האָפֿשטיין און דער ניסתּר איז שאַגאַל געווען אַ לערער אין דער ייִדישער קינדער־קאָלאָניע אין מאַלאַכאָווקע לעבן מאָסקווע. שאַגאַל איז אַנטלאָפֿן אַהין פֿון וויטעבסק אין 1921 נאָכן מחלוקת מיט קאַזימיר מאַלעוויטש איבער דעם ענין פֿון קונסט. אין 1922 איז אַרויס אין קיִעוו האָפֿשטיינס זאַמלונג פֿון פּאָגראָם־לידער "טרויער" מיט נײַן אילוסטראַציעס פֿון שאַגאַל, מיט אַ טיראַזש פֿון 4,500 עקזעמפּליאַרן.

אויף דעם בוך איז געשטאַנטן׃ "די גאַנצע הכנסה פֿונעם בוך — לטובֿת די הונגעריקע ייִדישע קאָלאָניעס." האָפֿשטיינס פּאָעטיק, אַזוי ווי די פּאָגראָם־דיכטונג פֿון פּרץ מאַרקיש און לייב קוויטקאָ, שפּיגלט אָפּ די עסטעטישע און אידעיִשע פּאָזיציעס פֿונעם דעמאָלטיקן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן אַוואַנגאַרד, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די אַלטע יסודות און די טראַדיציאָנעלע באַגריפֿן פֿון ייִדישקייט.

אויפֿן ערשטן קוק קאָנען שאַגאַלס אילוסטראַציעס צו "טרויער" אויסזען מאָדנע. דער קאָמיזם פֿון די צייכענונגען האָט אַ קנאַפּן טעמאַטישן שײַכות צו דעם טראַגישן אינהאַלט פֿון די לידער. און דאָך זײַנען האָפֿשטיינס עלעגיעס און שאַגאַלס צייכענונגען נאָענט פֿאַרבונדן. שאַגאַל שרײַבט אַרײַן איינצלנע שורות פֿון האָפֿשטיינס לידער אין זײַנע בילדער. אַזוי אַרום פֿאַרטײַטשט ער האָפֿשטיינס פּאָעטיק דורך זײַן מינימאַליסטישער עסטעטיק. שאַגאַל האָט אַ באַזונדערן חוש פֿאַר האָפֿשטיינס רעטאָרישע פֿיגורן און פֿאַר זײַן סטיל, וואָס איז צומאָל קלאַסיש, צומאָל פֿוטוריסטיש־עקספּרעסיאָניסטיש. דורך אָט דער מאָדערניסטישער צונויפֿשמעלצונג פֿון טעקסט, אילוסטראַציעס, טיפּאָגראַפֿישער און גראַפֿישער אויספֿורעמונג אַנטשטייט אַ מײַסטערווערק פֿון ייִדישער ביכער־קונסט.

די צייכענונגען פֿאַר האָפֿשטיינס "טרויער" געהערן צו שאַגאַלס סאַמע בעסטע אילוסטראַטיווע ווערק. דערבײַ זײַנען זיי אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַוואַנגאַרדיסטישער באַהאַנדלונג פֿון דער פּאָגראָם־טעמע אין זײַן קונסט. כאָטש עס מעג אויסזען, אַז שאַגאַל איז געווען אויסן עפּעס אַנדערש׃ ער ווײַזט ייִדישע לײַדן — להיפּוך צו דעם ניט־ווייניקער באַגאַבטן קינסטלער ישׂשׂכר־בער ריבאַק — ניט אין זייער בולטן אַכזריות, נאָר אין דער קאָדירטער פֿאָרעם פֿון סימבאָלישע געשטאַלטן פֿון גלות און גירוש. אַן אַלטער ייִד מיט דער טאָרבע לאָזט זיך אין וועג אַרײַן, אָדער אַ מאַמע מיט אַ קינד, וואָס איז ענלעך צו דער קריסטלעכער מאַדאָנע, אָדער אַ בעל־הגלה מיטן וואָגן.

די דאָזיקע סימבאָלישע פֿיגורן דערציילן וועגן די פּאָגראָמען און אַרויסטרײַבונגען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. אָבער זיי קערן זיך אום ווידער אַ מאָל אין שאַגאַלס בילדער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. זײַן אונטערבאַוווּסטזײַן לאָזט אַרויס אויף דער לײַוונט־אייבערפֿלאַך די אימאַזשן פֿון פּליטים און ברענענדיקע ייִדישע הײַזער; עפּעס, וואָס מען זעט ניט בפֿירוש אין זײַנע מלחמה־בילדער פֿון 1914—1918. אָבער די סימבאָלישע געשטאַלטן פֿונעם חורבן, וואָס זײַנען אונדז בעסער באַקאַנט — אַזעלכע ווי די אײַזנבאַן־רעלסן, דער טויער פֿון אוישוויץ, אָדער די בערג פֿון טויטע גופֿים, באַווײַזן זיך קיין מאָל ניט אויף שאַגאַלס בילדער.

דאָס, וואָס שאַגאַל איז געווען ניט בכּוח צו מאָלן, האָט ער געזאָגט מיט ווערטער. דאָס ליד "פֿאַר די קינסטלער־קדושים" (1951) איז שאַגאַלס סאַמע לײַדנשאַפֿטלעכער דיכטערישער אויסדרוק פֿון דער חורבן־טעמע. מיט די לירישע מיטלען שאַפֿט ער דאָ אַזעלכע בילדער פֿונעם חורבן, וואָס מען געפֿינט ניט אין זײַן מאָלערײַ. די תּנ״כישע פֿיגורן פֿון משה רבינו און דוד המלך טרעטן אַריבער פֿון בילדער אינעם טעקסט, כּדי צו טיילן זיך מיט זייער קדושה.

דאָס מאָראַלישע התחײַבֿות פֿון זכּרון שטופּט די עסטעטישע אָריגינעלקייט אַלץ טיפֿער אינעם הינטערגרונד אַרײַן. זינט די 1930ער יאָרן חזרן זיך איבער אייניקע מאָטיוון און טעמעס אין שאַגאַלס קונסט אַלץ אָפֿטער. די אויטענטישע אימאַזשן ווערן קלישייען און ייִדישע טיפּן ווערן סטערעאָטיפּיש. קיין עסטעטישע חידושים זײַנען שוין מער ניטאָ.

אָבער שאַגאַל האָט אָפּגעהיט זײַן חוש פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. זײַן גדולה ווײַזט זיך אַרויס דווקא אין זײַן קרובֿהשאַפֿט צו דער ייִדישער ליטעראַטור. אין 1935 באַקענט ער זיך אין ווילנע מיט אַבֿרהם סוצקעווער. זייער פֿרײַנדשאַפֿט האָט געדויערט אַ האַלבן יאָרהונדערט און האָט געבראַכט קינסטלערישע פֿרוכטן. סוצקעווערס און שאַגאַלס בילדערישע שפּראַך פֿאַרמאָגט די שפּאַנונג צווישן קאָנקרעטקייט און מיטאָלאָגיע. די אייביקייט לײַכט זיך אַדורך דורך דער צײַטלעכקייט. שאַגאַל מאַכט סוצקעווערס פּאָרטרעטן, אילוסטרירט זײַן בוך "פֿידל־רויז", און סוצקעווער ווידמעט שאַגאַלן זײַנע לידער.

אינעם ליד "שאַגאַלישער גאָרטן" קערט זיך צוריק דער שאַגאַל, דער רעוואָלוציאָנער, דער יונגער מאָלער "מיטן קאָפּ אַראָפּ", וואָס איז, גאָט צו דאַנקען, ניט געוואָרן קיין פֿאָטאָגראַף, ווי עס האָט געוואָלט זײַן מאַמע׃

ס׳קושן זיך פֿאַרבן, דײַן פּענדזל — אַליין׃

אַ האָמונקולוס

איבערן מילכוועג פֿון לײַוונט

קאַפּויער דאָס קעפּל.




מאַרק שאַגאַל. "אייגנס", קאַפּיטל 9 (לויטן כּתבֿ־יד)

נאָר וויפֿל איך האָב זיך נישט געלערנט אין דער שולע פֿון פֿאַרשפּרייטן קונסט, האָב איך נישט געפֿילט וווּ אייגנטלעך איז [די] גרענעץ פֿון אומצופֿרידנהייט. און פֿאַרוואָס, וויפֿל איך האָב נישט געמאָלט, איז חוץ אַן אָפּזעץ פֿון פֿאַרביטערטקייט מיר גאָרנישט מער געבליבן? און, בינו־לבינו, האָּב איך אַ חוץ שבֿחים מער נישט געהערט.

כ׳האָב געפֿילט, אַז אַזוי קאָן עס זיך ציִען אָן אַ סוף און אָן אַן עק, אָבער קיין זין איז דערין נישטאָ. צײַטנווײַז האָט מיך דער לאַנגפֿיסיקער משגיח פֿון דעם נאַטור־קלאַס עפֿנטלעך געזידלט...

די זאַך איז, אַז דאָס מאָלן מיט נאַקעטע נאַטורשטשיקעס און דאָס פֿאַנאַנדערצייכנען די פּיאַטעס און די מוסקולן אין קאַלטן קלאַס — האָט מיך געברענגט אין אַזאַ מאָדנעם נישט־דאָיִקן צושטאַנד.

געזעסן זענען דאָרטן מוזשיקעס צו עטלעכע יאָר. איך האָב נישט געוווּסט, וואָס איך זאָל טאָן! צי זאָל איך דרוקן די פּאַפּיר מיטן קויל און מיטן פֿינגער, אָדער פּאַטשן מיט די אויערן מיט זיי צוזאַמען.

דער משגיח האָט מײַן מאָלערײַ באַטראַכט ווי עפּעס אַן אומזיניקע שמירערײַ, און דערהערנדיק פֿון אים אַ קריטיק, ווי למשל׃ "וואָס איז דאָס עפּעס בײַ אײַך פֿאַר אַ הינטן? און דערצו נאָך אַ סטיפּענדיאַנט..." — בין איך אַוועק אויף שטענדיק.

אין פּעטראָגראַד איז געווען באַרימט באַקסטס שולע. דאָס איז געווען די איינציקע שולע, ווײַט פֿון דער אַקאַדעמיע און פֿון דער קונסט־פֿאַרשפּרייטונג, אין וועלכער ס׳האָט געשמעקט מיט אייראָפּע.

נאָר דער דרײַסיק־רובלדיקער שׂכר־לימוד אַלע חודש האָט מיך געשראָקן. וווּ זאָל איך דאָס פּאַקן?

אָנגענומען זיך מיט מוט און מיט אַלע מײַנע אַרבעטן פֿון דער שולע און מיט אייניקע היימישע — בין איך אַוועק אין באַקסטס וווינונג אויף דער סערגיעווסקע [גאַס].

"דער באַרין [בעל־הבית] שלאָפֿט נאָך!" — ענטפֿערט מיר לעוו באַקסטס געהיימניספֿולע דינערין; איינס אַ זייגער — און שלאָפֿט נאָך.

שטיל. נישט קיין קינדערישער געטומל, נישט קיין ריח פֿון אַ ווײַב. ווענט. רעפּראָדוקציעס פֿון גריכישע געטער, אַ פּרוחת פֿון אַ שיל־אָרון־קודש.

מאָדנע. זײַן וווינונג האָט מיך פֿאַרכּישופֿט. ס׳האָט מיט מיר קיין מאָל נישט געוואָרפֿן אַזאַ קדחת, ווי וואַרטנדיק אויף אים. און איך וועל קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן — צי דעם פּשוטן שמייכל, צי דעם שמייכל פֿון רחמנות, מיט וועלכן ער האָט מיך באַגעגנט...

"מיט וואָס קאָן איך אײַך דינען?"

אויף באַקסטס לעפֿצן האָבן זיך די איינציקע קלאַנגען באַזונדער געצויגן. און דער דאָזיקער אייגנאַרטיקער אַקצענט האָט אים צוגעגעבן אַ נישט־רוסישן כאַראַקטער. זײַן רום אין צוזאַמענהאַנג מיטן רוסישן סעזאָן אין אויסלאַנד האָט עפּעס מײַן קאָפּ אויך פֿאַרדרייט.

"באַווײַזט אייער אַרבעט" — האָט ער אַ זאָג געטאָן.

איך... וואָס זשע. אָפּזאָגן זיך איז נישט צו וואָס. שעמען זיך — אויך נישט. איך האָב געפֿילט, אַז אויּב דעמאָלט, ווען אויף מיר זענען געהאָנגען דרײַצן־יעריקע הייזלעך — בין איך געקומען צו פּענען קיין וויטעבסק מיט דער מאַמעס פֿראַגע׃

צי האָב איך אַ טאַלאַנט און אויב נישט דאַרף איך ווערן אַ משרת לויט דער מאַמעס מיינונג.

אויף וויפֿל אָט דער ערשטער וויזיט איז פֿאַר מיר געווען אָן שום נפֿקא־מינא און האָט געהאַט אַ באַדײַטונג פֿאַר דער מאַמען, אַזוי האָט דער צווייטער וויזיט צו באַקסטן געהאַט פֿאַר מיר אַן אַנטשיידענע באַדײַטונג, און דער אָדער יענער ענטפֿער זײַנער האָט מיר אויסגעזען צו זײַן מײַן גורל.

איך האָב פֿאַרלאַנגט נאָר איינס׃ ס׳זאָל קיין טעות נישט זײַן. צי ס׳וועט אָנערקענט ווערן אין מיר אַ טאַלאַנט, צי ניין.

אַדורכקוקנדיק מײַנע אַרבעטן, וועלכע ר׳האָט אויפֿגעהויבן פֿונעם פּאָל [פּאָדלאָגע], האָט ער אַזוי געצאַפּט מיט זײַן פּריצישן אַקצענט׃

"דאַ־אַ — דאַ־אַ־אַ, טאַלאַנט איז דאָ. נאָר איר זענט קאַ־אַ־אַ־ליע, איר זענט אויף אַ פֿאַלשן וועג, איר זענט פֿאַרדאָרבן." גענוג.

גאָט מײַנער, גאָט מײַנער, דאָס בין איך. דער זעלביקער סטיפּענדיאַנט פֿון דער שולע פֿאַר פֿאַרשפּרייטן קונסט; דער זעלביקער, וועמען דער דירעקטאָר רעריך האָט אַזוי צו[גע]וואָרפֿן זײַנע שמייכלען (אַביסל מעכאַניש). דער זעלבער, וועמענס "מאַניר" (פֿאַרשאָלטן זאָל זי זײַן) מ׳האָט דאָרטן געלויבט, נאָר דער זעלבער, וועלכער האָט ווירקלעך נישט געוווּסט׃ ווען וועט שוין נעמען אַן עק צו אָט דער אומענדלעכער נישט־באַפֿרידנדיקער שמירערײַ...

און בלויז באַקסטס קול, די ווערטער זײַנע מיט דער באַמערקונג׃

"קאַליע — נאָר ניט אין גאַנצן" — האָבן מיך געראַטעוועט.

ווען אָט די זעלבע ווערטער וואָלטן געווען געזאָגט געוואָרן פֿון עמעצן אַנדערש, וואָלט איך, אויסשפּײַענדיק, זיך באַרויִקט. נאָר באַקסטס אויטאָריטעט איז געווען צופֿיל גרויס, איך זאָל נישט אויסהערן זײַן באַשלוס. אומרויִק, מיט פֿילן גלויבן אין זײַן יעדן וואָרט און מיט פֿאַרשעמטקייט, האָב איך צונויפֿגעקליבן און צונויפֿגעוויקלט מײַנע צייכענונגען.

דאָס, וואָס איך האָב אים געטראָפֿן אין זײַן שולע, וועט בלײַבן שטענדיק אין מײַן זכּרון. איך, וואָס האָב קיין פֿאָרשטעלונג נישט געהאַט, אַז אויף דער וועלט איז ערגעץ פֿאַראַן אַ קינסטלעריש פּאַריז, האָב דאָ דערזען — אייראָפּע אין מיניאַטור.




לעאָ קעניג. מאַרק שאַגאַל און שלום־עליכם (1929)

ווען מען זאָל וועלן געפֿינען אין דער ייִדישער ליטעראַטור אַ קינסטלער, וואָס איז אַממײַנסטן קרובֿיש, פֿאַרוואַנדט צו מאַרק שאַגאַל דעם מאָלער, מוז מען זיך אָפּשטעלן אויף שלום־עליכמען.

ס׳מעג אַפֿילו אויסזען מאָדנע פֿונעם ערשטן אויגנבליק׃ שאַגאַל איז בלי־ספֿק דער אָריגינעלסטער און אוממיטלבאַרסטער אין דעם נײַעם דור יונגע ייִדישע פּלאַסטיקער און מאָלער; שאַגאַל איז דער רעוואָלוציאָנער, פֿאַר וועלכן די פֿאַרשיידענע בורזשואַזע און אַקאַדעמישע קונסט־קרײַזן שרעקן זיך...

און שלום־עליכם איז דער פֿאָרשטייער פֿון דעם אַלטן דור ייִדישע דיכטער און שריפֿטשטעלער. און דאָך איז דער אַלטער (אינעם זין פֿון שולע) שלום־עליכם און דער יונגער אולטראַ־מאָדערנער שאַגאַל אַממײַנסטנס, ווי מיר דאַכט זיך, קרובֿיש ווי קינסטלער. [...]

שלום־עליכם איז אַ הומאָריסט; שאַגאַל איז דאָס נאָך מער, אָדער ריכטיקער׃ נאָך טיפֿער. אַלעקסאַנדער בענואַ האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז "אין שאַגאַלס ווערק לײַכט זיך גאָטס שמייכל". שלום־עליכמס שמייכל איז מענטשלעכער, געזעלשאַפֿטלעכער, באַגרענעצטער; שאַגאַלס — טאַקע "געלעכטער"; אפֿשר, אינעם פּאַנטעיִסטישן זין.

שאַגאַלס הומאָר איז שרעקלעכער, ווײַל פּראָווינציעלער און נאַטירלעכער. שלום־עליכמס הומאָר איז פֿיל לײַכטער און באַקוועמער. דער פֿאָלקסטימלעך־איבערגעשפּיצטער מנחם־מענדל לאַכט; און אין שאַגאַלס בילדער שטשירעט מיט די ציין דאָס ייִדישע קליינשטעטלדיקע קינד פֿון די אייגענע נאַיִוו־קאָשמאַרע חזיונות אין וועלכע מענטש, חיה און אייגענע טאַטע־מאַמע מישן זיך אויס אין ווילד־נאַיִווע זעוּנגען און פֿאַרביקע געשטאַלטן. [...]

מאַרק שאַגאַל איז דער ליטעראַרישסטער צווישן די מאָדערנע קינסטלער. שאַגאַל דערציילט מעשׂיות אין זײַנע בילדער; ער איז כּמעט אַ זשאַנריסט, כאָטש ער ווײַזט אָפֿט אַרויס אַזעלכע פֿאָרגעשריטענע ריין־קינסטלערישע פֿאַרשטענדענישן פֿון פֿאָרמען, פֿאַרבן און קאָמפּאָזיציע. [...]

שלום־עליכם איז דער אָנערקענטער מײַסטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך. עס מעג זײַן אַ פּאַראַדאָקס ווען איך וועל זאָגן, אַז אויך מאַרק שאַגאַל, דער מאָלער, איז אַ מײַסטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך. איך ווייס נישט פֿון נאָך אַ ייִדישן קינסטלער פֿון וועלכן עס איז געביט, וועלכער זאָל אַזוי קענען ייִדיש ווי שאַגאַל. און נישט אַזוי קענען ווי זען. שאַגאַל זעט דורך דער ייִדישער שפּראַך. אויך דערפֿאַר, פֿאַרשטייט זיך, ווײַל ווי פּרימיטיוו זעט ער איבערהויפּט בילדער און ווערטער. דאָס וואָרט איז נאָך נישט אָפּגעבלייכט און אָפּגענוצט אין זײַנע אויגן. נאָר ער האָט געקענט מאָלן אַזעלכע ייִדישע "בוכשטעבלעכע" בילדער, ווי "אַ ייִד גייט איבער הײַזער", און אַנדערע.

שלום־עליכם האָט אַ סך צו פֿאַרדאַנקען דער ייִדישער שפּראַך. עס מעג אויסזען פֿאַנטאַסטיש, אָבער אויך שאַגאַל האָט אַ סך צו פֿאַרדאַנקען דער ייִדישער שפּראַך׃ ווי אַן עכטער אוממיטלבאַרער קינסטלער האָט ער פֿאַרשטאַנען אינטויִטיוו, אַז אַ שפּראַך איז אַ לעבעדיקער מוזעוּם פֿון פֿאָלקסטימלעכע בילדער און פֿאָרמען, און נאָר אַזאַ נאַיִווער און צו דער זעלבער צײַט ראַפֿינירטער קינסטלער ווי שאַגאַל האָט געקאָנט פֿאַרשטיין אין דעם פֿאַרשוועכטן היכל אַרײַנצוגיין און אין אים אוצרות פֿון בילדער דערזען.




מאַרק שאַגאַל. ווי איך האָב דערקענט פּרצן (1925)

איר בעט מיך, טײַערע קאָלעגן, אָנשרײַבן פֿאַר אײַך עפּעס צום פּרץ־נומער. איר מיינט אַוודאי, אַז עס איז גענוג נאָר ליב צו האָבן כּדי קאָנען אָנשרײַבן וועגן פּרצן. נאָר איז דען דער וואָס האָט ליב שוין אַ קריטיקער?

אויסער דעם, באַמערק איך מיט שרעק, אַז אין דער לעצטער צײַט פֿאַרליר איך, דאַכט זיך, דעם טאַלאַנט צו שרײַבן... די פּען פֿאַרראַט מיך...

איך האָב אַפֿילו פּרצן ניט געקענט פּערזענלעך, נאָר ערשט דעמאָלט, ווען אַ פֿאַרלאַג (איך געדענק נישט וועלכער) האָט זיך צו מיר געווענדעט מיט דער בקשה איך זאָל פֿאַר אים צייכענען איינס פֿון פּרצס מעשׂהלעך, "דער קונצנמאַכער", האָב איך אָנגעהויבן לייענען פּרצן. איך בין געווען איבערראַשט. איר קענט געוויס געדענקען דעם אײַנדרוק, ווען איר גייט אין גאַס און פֿאַרקערעוועט זיך אין אַ צווייטער, און בײַם סאַמע ראָג, הינטערן פּלויט, וואַרפֿט זיך אײַך פּלוצעם פֿון הימל צו די פֿיס אַ ייִדישע לבֿנה מיט אַ טונקעלן האָריזאָנט הינטער זיך.

פּונקט אַזוי זענען פֿון די קליינע ווײַסע זײַטלעך אַרויסגעשוווּמען אָרעמע און פּרעכטיקע ייִדישע בילדער און געשטאַלטן. דאָס איז פּשוט און נײַ. דאָס איז יענע באַשיידענע, קוים אונטערגעשטראָכענע איידעלע טעכניק, יענע שוין דורכגעלעבטע מיטלען, וואָס זיי אַליין נאָר קאָנען מאַכן די קונסט נאַציאָנאַל, ניט אָפּהענגיק פֿונעם אינהאַלט.

און ווירקלעך, האָבן זיך דען אין אונדז, פֿון קינדווײַז אָן, אַנגסטיק ניט געבאָמבלט אָט די טענער — שבתדיקע טעג, פֿרײַטיק־צונאַכטיקע אָוונטן, סאַמעטענע היטלען, מיידלעך פֿון ערשטער ליבע, פּייסאַזשן וואָס אָטעמען מיט תּהילים, די לעצטע קלאַנגען פֿון מידן חזן און ייִדן, ייִדן אויף דער ערד און אויפֿן הימל.

איך דערמאָן מיך מײַנע שפּאַצירן אין דער לענג פֿון דער גאַס אויפֿן ברעג פֿון טײַך. פֿאַרבײַ דעם טאַרטאַק און פֿאַבריק, ווײַט־ווײַט פֿון יענער זײַט בריק — דאָרט שטייסטו זיך אַנידער בײַ אַ בוים נעבן דעם הייליקן אָרט. פּרץ האָט געמורמלט אונטן צו מײַנע פֿיס. געשוווּמען אין די וואָלקנדלעך אויבן. גערוישט צווישן די שטיבעלעך — מצבֿות אויפֿן הייליקן אָרט, וווּ עס זענען אָנגעוואָרפֿן אויך שטיקלעך און ברעקלעך פֿון זײַנע פֿאָלקסטימלעכע מעשׂהלעך — פֿאַרשיידענע אויסגעשריבענע פּאַפּירלעך; עס וואָלט דען דער פֿאַרלאָזטער, באַרגיקער און האַלב־לעבעדיקער פּלאַץ ניט געווען גוט פֿאַר דער סצענע פֿון זײַן פּיעסע "בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק"?

איך וועל מיך ניט באַרויִקן ביז די זאַמלונג פֿון זײַנע פֿאָלסטימלעכע מעשׂהלעך וועט דורך מיר געצייכנט ווערן. אַ טרוים!

מיר טוט באַנג, טײַערע קאָלעגן, וואָס אין טאָג פֿון יאָרצײַט קען איך ניט זײַן אין אַ ווינקל אין שיל ערגעץ־וווּ — וווּ ייִדן וועלן פּרצן דערמאָנען. אין אַזעלכע מאָמענטן גייען פֿאַר אונדז דורך אונדזערע לעבנס און אונדזערע ווערק... און יאָרן אומבאַוווּסטע זענען נאָך דאָ פֿאַר אונדז.

און דו טראַכסט׃ זאָל אונדזער עפּאָכע פֿון אײַזן און אַכזריות זײַן, אָבער דאָך האָבן מיר איצטער נײַ אַנטדעקט פּרצן און שלום־עליכמען.

דאָס האָבן זיי די ערשטע אַרויפֿגעלייגט אויף אײַך די הענט און געבענטשט אײַך, די נײַע דורות ייִדישע פּאָעטן און שרײַבער.